אינוועסטירן א בחור'ס געלד אין גוטע פלעצער

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
Bamba
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 8:55 pm

אינוועסטירן א בחור'ס געלד אין גוטע פלעצער

תגובהדורך Bamba » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:02 am

איך לערן בחברותא מיט א בחור, און איך האב א פראגראם מיט אים אז אויב ער לערנט כך וכך שעות, און ער נעמט א טעסט יעדע וואך באקומט ער למשל 50 דאלער.
דאס הייסט אז יעדע וואך האט ער די ברירה צו באקומען 50 דאלער.

זיין טאטע אבער איז נישט צופרידן אז זיין זוהן זאל באקומען מזומן געלד, נאר ער וואלט ענדערש געוואלט אז ס'זאל זיין אויף א אופן פון א gift certificate, אבער למעשה פאר דער בחור איז דאס נישט אינטערסאנט. איז מיר אריין במחשבה א געדאנק אז איך זאל אריינלייגן די געלד ערגעץ צו אינוועסטירן, און ס'וועט האבן די מעלה אז דער בחור האט נישט די געלד אין טאש. און נאך א גרעסערע מעלה, אז די געלד וועט וואקסן און דער בחור וועט נישט וועלן עס ארויסנעמען, ווייל למעשה האט ער נישט קיין מורא'דיגע ניצן פון געלד, נאר ער האט ליב געלד [אזויווי יעדער איינער], און אז ס'וועט ליגן ערגעץ און וואקסן ווי אויף הייבן בעזה"י, וועט זיין זה נהנה וזה נהנה.

די שאלה איז נאר, וואו צו אינוועסטירן?

איך וועל אראפשרייבן א פאר געדאנקען וואס איך האב געהאט, און אויך די ספיקות און שאלות וואס איך האב לגבי יעדער פון זיי.
איך שטעל מיך פאר אז צווישן די חברי הקרעטשמע, כל אחד ב'ניק'ו יבורך, זענען דא וואס וועלן קענען צולייגן הערות אדער געדאנקען, און זאגן אויב מיינע חשבונות זענען גערעכט. און אז מיט'ן אייבערשטענס הילף זאל איך קענען עפעס מסדר זיין, וועט דאס זיין א גרויסע טובה פאר דעם בחור, און פאר נאך אנדערע בחורים וואס מיינע חברים לערנען מיט זיי אין דעם זעלבן פראגראם.

נאך א נקודה פאר איך הייב אן: דער זעלבער בחור בין איך שולדיג קרוב צו טויזענט דאלער פון לעצטע זמן, יעצט דאס איז שוין מער געלד, און ס'קען כאפן א נפקא מינה.

ס'וואלט געווען בעסער לכתחילה אויב ס'קען האבן די פאלגענדע פרטים
    1) איך זאל קענען אריינלייגן יעדע שטיק צייט נאך געלד (דאס איז נאר פאר די געלד פון די קומעדיגע זמן, און נישט פאר די געלד וואס איך בין אים שולדיג. און אפשר אויב ס'וועט מאכן א גרויסע נפקא מינה, וועל איך ווארטן ביז ס'זאמלט זיך אן א גרעסערע סכום און דעמאלטס וועל איך עס אריינלייגן)
    2) לכתחילה זאל מען עס נישט קענען ארויסנעמען ווען מ'וויל, און ס'זאל זיך ווענדן אויף ווי לאנג מ'שפארט עס איין
    3) מ'זאל נישט דארפן צאהלן מכס

1) אריינלייגן אין א CD ביי א באנק.
מעלה: מ'קען דאס נישט ארויסנעמען ווען מ'וויל, און ווי לענגער מ'שפארט עס איין אלץ מער פראצענט באקומט מען.
חסרון: עס דארף האבן א מינימום (פון געווענדליך אין די טויזענטער), אבער אויב מ'קען זיך צאם נעמען אפאר חברים יונגערלייט פאר זייער בחורים, קען מען מן הסתם נאך צען וואכן אנקומען צו די סכום פון צען טויזענט דאלער, איז אפשר וועט עס דעמאלטס יא לוינען.
חסרון: די געלד וואקסט נישט אזוי מורא'דיג

2) מאכן א CD ביי די אנליין באנק ING
מעלה: זיי האבן לכאורה די בעסטע פראצענט פאר א cd פון אלע בענק
מעלה: מ'דארף נישט קיין מינימום, מ'קען אריינלייגן ווען און וויפיהל מ'וויל.
מעלה: לויט ווי איך לייג דא די עטעטשמענט קען מען מאכן אפילו פאר איינער וואס איז יונגער ווי 18 יאר אלט, און אויב מ'מאכט די אקאונט אז מ'פלאנט עס צו ניצן פאר קאלעדזש\שכר לימוד, דארף מען נישט צאהלן קיין מכס, און אויך שפעטער ווען מ'וויל עס ארויסנעמען דארף מען נישט באצאהלן קיין מכס אויב מ'נוצט עס פאר קאלעדזש. (איך וויל וויסן אויב מ'קען עס אויך געבן צו א היימישע מוסד).
ing.JPG

חסרון: די געלד וואקסט נישט אזוי מורא'דיג (אפילו ביי ING וואס זיי געבן די מערסטע פראצענט, לאמיר זאגן אויב דו מאכסט א CD פאר 5 יאר (60 חדשים, ווי זיי רופן דאס) וועלן זיי געבן בערך 4 פראצענט, איז לאמיר זאגן אז נאך 5 יאר אז מ'האט אריינגעלייגט 1000 דאלער וועלן די רוחים אויסקומען צו אביסל מער פון 200 דאלער, און דאס איז שוין א זייער א לאנגע צייט.)

3) אריינלייגן די געלד אין א usa bond
איך ווייס נישט וויפיהל מ'קען פארדינען, אבער ס'האט די מעלה אז ס'איז לכאורה די מערסטע פארזיכערט, און פאר א בחור מאכט עס א גוטע רושם, און ער וועט קענען פילן פאטריאטיש
מעלה: מ'דארף נישט באצאהלן קיין מכס אויף די פראצענטען.

4) אריינשטעקן אין מיוטשעל פאנד'ס, mutual funds
חסרון: מ'קען ארויסנעמען ווען מ'וויל
חסרון: עס איז נישט אזוי פארזיכערט (אבער לכאורה מיט די צייט וועט ער קענען אנהייבן ארויסנעמען די קרן און לאזן די פראצענטן, און אריינלייגן די קרן אין א cd כנ"ל).
מעלה: מ'קען אריינלייגן צוביסלעך
מעלה: די געלד האט די ברירה צו וואקסן אסאך מער. (פאר דער בחור וועט נישט שאטן אויב ער וועט וועלן וויסן כסדר ווי זיין געלד האלט, און זיין קאפ זאל זיין אריינגעטוהן אין סטאקס וכדו', וד"ל
א גוטן אפעטיט

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 9:44 am

באמבא, א גוטער שאלה און א גוטער טעמע אויסצושמיעסן.

הגם איך האב נאך קיינמאל נישט געטוען אין די אינוועסטירונגען און איך האב נישט קיין גרויסע ידיעות דעראון אבער א ווארט קען איך נאר אריינווארפן.

דער ערשטער פראבלעם איז אז עס איז צו ווייניג געלט. און אפילו ביי די גרויסע פראצענטן וועט עס קיין סאך נישט ברענגען, נאר וואס, עפעס איז אויך גוט.

מיוטשעל פאנדס דאכצעך ברענגט דאס מערסטע רווחים. אלץ מכס ווייס איך נישט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:15 am

די טעמע איז אזוי ברייט.. די שאלה גייט נאך סאאך ווייטער, יעדע יונגערמאן האט די זלבע קשי', וואו קען מען אוועקלייגן געלט?..

צייטליך, איך וועל דיסעגריען מיט דיר זייער זייער שטארק, מיוטשעל פאנד'ס, "קען" מאכן די שענסטע רווחים, אבער קען אויך פארלירן די קרן, ספעציעל אין די יעצטיגע עקאנעמי.. און איך גלייב נישט אז דאס איז די ציהל..

אגב, הרב באמבא, מ'רופט עס נישט אן אינוועסטירן, ס'הייסט "סעווינג'ס"..

און די יעצטיגע עקאנאמיע, איז ווארשיינליך די בעסטע "ING" אדער HSBC ONLINE BANKING.., אדער עני אנדערע באנק, ווער ס'גיבט די העכסטע אינטערעס רעיט, די געלט זאל זיין ליקוואד, אזוי אז טאמער וועט די מארקעט זיך הייבן, און א צווייטע באנק וועט אפערן מער, זאל מען עס קענען טוישן.

חסרון, פעטער שמואל איז א שותף און אלע רווחים.

עפעס אנדערש איז נאר דא, אויב מ'ווייסט זיכער אז דער בחור גייט באקומען יעדע חודש 200 דאללער, וואס דאן קען ער פראבירן א אינשורענס פאליסי, אבער נאר אויב ס'איז גוט אויסגעשטעלט..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ראטגעבער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 3:30 pm

תגובהדורך ראטגעבער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:14 am

עס איז מיר אויך אינטערעסאנט דעם ענין, אבער מיט מיין אייגן געלט, ווייסט איינער מער דיטעילס וועגן מיוטשעל פאונדס (דאס קוקט מיר אויס דאס בעסטע) אדער עפעס ענליך?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:18 am

זייער אן אקטועלער טעמע.

עס וואלט זיך אויסגעפעלט באריכות דן צו זיין איבער די אלע סארטן אינוועסטירונגען, און לאו דוקא מיטן בחור'ס געלט נאר אפילו מיטן טאטענ'ס געלט..

אבער דער אשכול איז געווידמעט פאר ווייניג געלט אין א צייטווייליגע אינוועסטירונג וועלמיר דאס לאזן לויפן אין איר ריכטונג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 2:56 pm

אריינלייגען אין סטאקס איז לכאורה די מערסטע פאָן, און א גוטע זאך פאר א בחור אריינצולייגן זיין קאפ אין, ווי אויך א מהלך פאר א בחור זיך אויסצולערנען סעיווען און אכטונג געבן אויף געלט.
אבער עס איז דא איין גרויסן פראבלעם, עס וועט קאסטן פראצענט ביי איעדע טרענזעקשאן, דאס הייסט אז איעדן חודש ביים דעפאזיטן די $200 וועט אראפגיין $10-$20 פארן בראקער, וואס וועט אויסמעקן די רווחים.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 4:57 pm

סטאקס איז דעידזשרעס, ס'איז עכט נאר פאר עקסטערע געלט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, אור, בעל דמיון, שרייזשע און 21 געסט