פארלוירן א סעלפאן אין אוקריינע

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

פארלוירן א סעלפאן אין אוקריינע

תגובהדורך thefact » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 5:17 pm

איינער אין פריוואטע הודעה האט געשריבן:ר' משה אהרן טייערער, ביטע פאוסט דאס פאלגענדע אין ולאחיו יאמר חזק, אויב מעגליך מאך אויף אן עקסערן אשכול
ישר כוח.
פארשטייט זיך אנאנים. ולמצוה גדולה ייחשב.
........................................
רבותי, אן עצה ווער האט?

כ'וועל עס מאכן בקיצור, ווייל איך האב קיין נערוון צו שרייבן, און איר, קיין נערווען צו ליינען...

צום פוינט:
כ'האב פארלוירן מיין סעלעפאון אין....אוקראינע. דאס לעצטע מאל וואס איך האב עס געזעהן איז געווען אין טעקסי אויפן וועג צום עירפארט קיין אהיים.

כ'האב געהאט גרויס חלישות הדעת ווייל איך האב געהאט אינעם סעלפאן וויכטיגע אינפארמאציע פון וועלכע איך האב נישט קיין בעקאפ, און כ'קען פון דעם האבן א גרויסע געלט שאדן.

למעשה האב איך זיך געהאט כמעט מייאש געווען דערפון, ביז....

דער חודש'ליכע סעלפאון ביל איז אנגעקומען 'אויפגעשוואלען' אזש עס האט נישט געפיט און פאסט קעסטל... אקיצור עימיצער און אוקראיינעח האט ווארשיינליך הנאה געהאט פון דעם טעלעפאן און געמאכט קאלס און גרויסן...

נאכן זיך ארוממאמפערן מיט עי טי ענד טי א דריי פערטל שעה, נאך וועלעכע זיי האבן ענדליך נאכגעלאזט די טשארדזשעס פון איבריגע קרוב צו דריי הונדערט דאלער. האב איך אביסל איבער געקוקט די ביל, און א נייע האפענונג האט זיך דערוועקט אין מיר: אפשר קען מען בעזר השם טרעקן דעם טעלעפאן דארך אנרופן עטליכע פון די נאמבערס, און פאר א פרייז צוריק קריגן דעם טעלעפאן?

למעשה קען איך נישט קיין אוקראייניש אדער רוסיש, ווי אויך האב איך נישט קיין מהלך וויאזוי און וואס צו פרעגן די אוקראינער און זיי משכנע צו זיי צוריק צוגעבן דעם טעלעפאן...

נו האט איינער אן עצה פאר מיר?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 6:30 pm

געענטפערט אין אישית
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

תגובהדורך צווענגל » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 9:11 pm

ענטפער ברבים זאל יעדער הנאה האבן
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 9:24 pm

אפשר פראבירסטו צו שיקן א טעקסט צו די פאון, אז די ביסט גרייט איינצוטוישן פאר געלט,
גוגל טרענסלעיט קען דיר העלפען מיט רוסיש,

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 9:29 pm

פאהר אראפ קיין ראשען פארקוועי, דא אין די נישט ווייטע פלעטבוש בעט א אידל אויפ'ן גאס, אדער טרעף אין איינע פון די בתי מדרשים א "למען אחי בחור'ל און בעט ער זאל דיר "מאכן א טובה" און פארהנדלען מיט זיין לאנדסמאן,
אדער יעצט רעדנדיג פאלט מיר גאהר ביי אז קענסט אפשר בעטן פון כ"ק אדמו"ר מ'פעסט שליט"א, טו די בעסט אף מיי נאלידזש קען ער א גוטן אוקרייניש, לעסט טיים איי טשעקט,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:27 pm

אונזער דאיען 'סאכדעס' קען מעגליך בייהילפיג זיין.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 9:55 am

וואס איז געווארן דערמיט? נישט אז איך קען עפעס בייהילפיג זיין, אבער יו קען נעווער נאו...

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג נובעמבער 29, 2009 10:28 pm

דעפאקט.
וואס איז געווארען צום סוף?
דער האט געקריגען עפעס א וועג צוריק קריגען זיין סעל?
the SCY is the limit

גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

תגובהדורך גרוש » זונטאג נובעמבער 29, 2009 10:30 pm

אויב נישט האב איך א איד אין אוקריינא

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 8:24 pm

thefact אין פריוואטע הודעה האט געשריבן: דער עולם וויל וויסן וואס איז געווארען צום סוף?

יענער אין פריוואטע הודעה האט געשריבן:כ'האב געטראפן א גוטען קאנטאקט פערזאן דארט און אוקראינע, דערווייל האב איך עס נאך נישט, אבער עס איז נאך אלץ דא האפפענונג.

אין יאוש בעולם כלל..
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ממלכת, פערדס מיניסטער, ר' יום טוב און 17 געסט