פראגראמינג\וועב-דעוועלאפמענט ארבעט געזוכט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

10952
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 7:30 am

פראגראמינג\וועב-דעוועלאפמענט ארבעט געזוכט

תגובהדורך 10952 » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 2:03 pm

איך ווייס נישט אויב דאס איז דער ריכטיגער פארום, אדער ברויך עס גאר געהערן אין "ולאחיו יאמר חזק" אדער אן אנדערער מקום, אבער פטור בלא כלום אי אפשר...

אלזא, צום פונקט:

עס ווערט געזוכט א דזשאב פאר א טויגליכער טיכטיגער אינגערמאן וועלכער איז באהאווענט אין PHP און MySQL און ווי אויך אנדערע פארשידענע טעכנאלאגיעס און פראגראמינג שפראכן, און איז אויך א שנעלער לערנער און א פלייסיגער ארבעטער וועלכער איז כסדר אינטערעסירט צו גרייכן נייע צילן און עררייכן מער און מער ידיעות און קענטעניסן.

פאר ווייטערדיגע אינפארמאציע, ביטע שיקט מיר א בריוול דא אין פריוואטן קעסטל.

א דאנק.

10952
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 7:30 am

תגובהדורך 10952 » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 3:30 pm

איך זעה אז דער מנהל האט עס טאקע געריקט צו "ולאחיו יאמר חזק".

א דאנק.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 4:23 pm

האסט שוין געטראפן א פאך?

פון דיין ניק איז משמע אז די ביסט פון מאנסי, איז דאס ריכטיג?

להבהרת דברים... איך האב נישט קיין עפענוג יעצט, (ווי אויך נישט קיין פירמע) אבער אז קיינער האט נישט ריפלייט ווארף איך אריין אפאר שורות.

10952
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 7:30 am

תגובהדורך 10952 » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 10:48 am

א גוט יאר ר' לאז געמאכט,

ניין, דערווייל האב איך נישט געפונען את אשר אהבה נפשי, און די זוך אקציע גייט נאך אן אין פולן שוואונג.

יעדער וואס האט סיי וועלכע שטיקל אינפארמאציע וואס קען פירן צום געזוכטן, ווערט געבעטן צו אינפארמירן די אויטאריטעטן ווי אמשענלסטן.

א דאנק.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג אוקטובער 25, 2009 10:35 am

10952 האט געשריבן:ן א פלייסיגער ארבעטער וועלכער איז כסדר אינטערעסירט צו גרייכן נייע צילן און עררייכן מער און מער ידיעות און קענטעניסן.



א דאנק.

איך גלייב נישט אז מיט די אינפארמאציע וועסטו שנעלער געהאלפן ווערן...

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 7:36 pm

דו זוכסט באצולט אויף דו דזשאב, אדער א וועידזש?!
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 7:43 pm

ליבערשט וואלט גוט געוועזן אויף א וועידש...

אבער פרנסה מוז מען דאך סייוויי ברענגן... האסט כאטש עפעס צו באצאלן אויף די דזשאב?
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 9:39 pm

איינער האט דא פארגעסן וועלכע ניק ער נוצט?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 9:49 pm

קרעמער.... ;)

10952
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 7:30 am

תגובהדורך 10952 » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 9:50 am

פאטאקי08 האט געשריבן:
10952 האט געשריבן:ן א פלייסיגער ארבעטער וועלכער איז כסדר אינטערעסירט צו גרייכן נייע צילן און עררייכן מער און מער ידיעות און קענטעניסן.



א דאנק.

איך גלייב נישט אז מיט די אינפארמאציע וועסטו שנעלער געהאלפן ווערן...


פארוואס מיינסטו אז נישט? איך מיין צו זאגן דערמיט אז איך בין א אינגערמאן וואס איז אינטערעסירט צו לערנען כסדר נייע פרישע זאכן, און איז ווי געזאגט אן "הולך" און נישט קיין "עומד".

לדעתי איז דאס א גרויסער מעלה, ווייל די ווערט פונעם ארבעטער ווערט וואסאמאל מער און מער.

צום ביישפיל, האב איך ידיעות אין C++ און פארשידענע אנדערע טעכנאלאגיעס, ווי אויך בין איך נישט קיין פרעמדער ווען עס קומט צו לינוקס. על כל פנים, איך בין אינטערעסירט צו לערנען און לערנען.

וואס מאכט אייך טראכטן פארקערט?

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 1:39 pm

איך פארשטיי אויך נישט דעם פאטאקי (איך האב אים קיינמאל נישט פארשטאנען, אפילו זייענדיג אין אמט)

אוודאי איז עס א גרויסע מעלה אז א אינגערמאן איז גרייט זיך צו אויסלערנען נייע זאכן.

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 1:47 pm

קרעמער האט געשריבן:איינער האט דא פארגעסן וועלכע ניק ער נוצט?


רבותי! איינער האט זיך איינגערעדט אז קרעמער וועט אמאל אלט ווערן, און זיין מח וועט איין שיינעם טאג אפגעדינט ווערן?!?

קיינמאל!

קרעמער; איז דא פארהאן א תקנה נישט צו נוצן מער ווי איין ניק?
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 1:49 pm

בכלל נישט. מען דארף נאר האבן א גוטן זכרון דערצו.

10952
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 7:30 am

תגובהדורך 10952 » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 11:00 pm

כדי שלא יאמרו מדשתקי, וויל איך מודיע זיין אז איך בין נישט דער זעלבער ווי ברוך שמו און ווער עס וויל מיר שיקן פארשלאגן זאל זיך מעלדן צו "מיין" פאסט קעסטל.

א דאנק.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 11:20 am


אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 11:47 am

פארגעסן צי זאגען
סקומט מיר קאמישען...

10952
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 7:30 am

תגובהדורך 10952 » פרייטאג אוקטובער 30, 2009 10:12 am

פאטאקי,

עס זעהט אפשר אייך אויס דאס זעלביגע, אבער יענער זוכט נישט ממש דאס וואס איך האב צו פארקויפן.

א דאנק אבער אין יעדענפאלס.

ayid
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2009 5:32 pm

תגובהדורך ayid » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 3:43 pm

I'm waiting on your resume
send it to good.net.programmer@gmail.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 6:36 pm

איך כאפ שוין וואס דא גייט פאר.

פאטאקי האט קודם פארשטאנען (און איך אויך ) אז דער 10952 זוכט אן ארבייטער. דערפאר האט ער געזאגט אז א פלייסיגער ארבייטער איז שווער צו טרעפן.

אבער נאכן ענטפער פון 10952 האט מען געזען אז ער זוכט ארבעט פאר זיך.
הפנים, דער ערשטער הודעה איז סתום און נישט קלאר ארויסגעשריבן צי ער זוכט ארבעט צי אן ארבייטער.



הצלחה וברכה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

10952
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 7:30 am

תגובהדורך 10952 » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 12:58 pm

BUMP :roll:


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, Tevye, טריליאנער, סמארט, פרנס היום, ר' יום טוב און 40 געסט