דאס קארטעלע און אירע נאכווייען

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

דאס קארטעלע און אירע נאכווייען

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 10:09 am

די מעשה איז זייער פשוט, אבער אויך זייער ווייטאגליך. די מינוטן זענען זייער פיינפול, איך קען קוים ווארטן עס זאל שוין דורך גיין... צענליגע פאר אויגן זענען אנגעהאנגען אויף דעם פראדעצור, וואו איך בין דאך דער הויפט מחותן, און אלעס ברומט און נוזשעט ווי זיי זאלן מיינען איך הער נישט. איך שטיי גלייך, איך קוק מיך נישט קיין סאך ארום אבער איך פיל די אלע שטעכעדיגע בליקן לאנדן אויף מיר, אלעס שרייט ווי א קאהר: גיי שוין פון דא, האלט נישט אויף דעם עולם!

ווער עס האט נאר זוכה געווען צו ווערן גוט מיט'ן געוועזענעם רייכן פעטער שמואל, ווער עס איז נאר אנגעקומען צו געניסן פון דעם ספעציעלן פיי סאמעך עסן וועידזשעס ווייסט זייער גוט דעם פילונג, צו שטיין אין פראנט פון דעם גראסערי מאן מיטן צוריבענעם קארטל אין די האנט, און מיטשאקלן מיטן קאפ אויף די פראגע 'די קארטל סווייפט נישט'?

נו, מה כל הרעש, עס איז דאך דא א ספעציעלער נאמבער צו באשטעלן א נייע, איך נעם אראפ 15 מינוט און איך דערזעה זיך ארויס פון דעם גאנצן סאמאטוכע. עס קאסט 6 טעג פון נישט האבן קיין קארטל אבער קיין אפשענס איז נישטא, מען דארף פאלויען די שטאט טאטעס.

ענדליך נאך א לאנגען געווארטעניש וואס קאסט אפ אפאר דאללער אויך אין די גראסערי במשכ'ן וואך, קומט אן די ישועה דורכ'ן פריידיגן ענוועלאופ וואס דער באליבטער פאסטמאן (נישט אלץ איז ער אזוי גוט; ער שיקט אויך אמאל אזעלכע ביטערע זאכן... אבער אמאל אמאל איז ער אין א גוטע גוסטע) לאזט איבער ביי מיר אין אישי..

נו, יעצט איז דאך זיכער נישטא קיין סיבה פארוואס צו ווארטן, א גרעסערע ליסטע ליגט אוועקגעלייגט אויף ווען דער קארטל וועט אנקומען. מען קומט אן צום גראסערי, מען שלייכט אריין אינעם שאפינג וועגעלע מכל טוב וטוב צו שפייזן דאס געזונדל, און ב"ה: עס סווייפט! אלעס ארום מיר שמייכלט. דער גראסערי מאן דארף זיך מער נישט מוטשען אריינצוקלאפן די קנעפלעך; די חברה פון אונטער מיר דארפן שוין נישט אפאטעמען ווען איך ענדיג, זיי קענען שוין נארמאל אטעמען; דער וויזויהייסטעסדארט דער אמיגא איגנארירט אביסל פון זיינע עירפאונס און גיט זיך אויך א צושמייכל צו מיין זייט ווי צו זאגן 'זעהסט? עס לוינט צעך'..

גייט אדורך עטליכע טעג, ווי מיין שטייגער גיי איך ווידער און גראסערי צו קויפן עפעס פרישטאג. אט אט קומט מען אן צום רעכענונגס טישל ווי מען גייט זיך פאררעכענען און באצאלן פאר אלעם וואס מען נעמט ארויס פון דא. מיט נישט קיין גרויסע שהיית נעמט מען ארויס דעם קארטל פון טאש, מען פאכעט דערמיט און פראנט פונעם רעדזשעסטער מיט א געהויבענעם קאפ, די קארטל איז דאך פארט נישט אזוי אלט, איך בין לגמרי נישט פון די וואס קומען מיט 3 האלבע קארטלעך צוזאמען געקלעבט מיט ווייסע קלעב וואס דאס דארף צו דינען אלץ אן ערזאץ צום ארגינעלען.. און אזוי מיט א שמייכל נעמט ער איבער דעם ברענד מיו קארטל מיט א ספעציעלן רעספעקט, און אאפפס..! "נעקסט טיים זאגט בעפאר אז עס סווייפט נישט" ברומט אונטער דער נערוועזער קעשער, בעת די ליין אונטער מיר הערט נישט אויף צו וואקסן...

רבותי; די קארטל היט איך ווי א אויג אין קאפ, עס טאטשט נישט קיין קוואדער און עס זעהט נישט קיין דאלער, (א געוויסע מאדנע סגולה וואס מאנכע האלטן אז אויב עס רירט יא אן איז דאס דער שורש פונעם פראבלעם) איך האב ביי מיר אין בערזל א ספעציעלן מקום מיוחד פאר דעם קארטל עס אפצוהיטן פון אלעם בייזן. וויפיל איז דער שיעור? איז טאקע נישטא קיין עצות אויף דעם דאס צו קענען האלטן פריש? אדער פשוט איך ווייס עס נישט? ווער עס האט עפעס א פראקטישע עצה זאל ארויסהעלפן, ביטע. יש"כ
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 5:21 pm

עני איידיע? עס קוקט אויס ווי איך בין דער איינציגסטער מיט די פיי סאמעך... עס מיר בכלל מאדנע, פארוואס טאקע נאר ביי די קארטלעך געשעהט די דעמעדזשעס. איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן א מעטרא קארד אדער א קרעדיט קארד זאל סטאפן ארבעטן.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 5:29 pm

קען זיין די פראבלעים איז די רידערס, אדער אפשר קאן זיין אז קיין שום קארד נוצט מען נישט אזוי סאך... זאגט אליין... האט איר שוין אמאל געקויפט א דעינעש מיט א קרעדיט קארד?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 5:39 pm

שקויעך משה אהרן, דעס מאכט נישט קיין סענץ ווייל מען נוצט דאס אסאך, ווייל דאס געשעהט פונקט אזוי ביי הערליכע קארטליך אן קיין קראץ.
דאס יא, די שטאט געט די שוואכסטע ריעדערס וואס איז אויף די מארקעט (די סיבה איז פשוט פארוואס זיי דארפן נישט ספענדן איין פעני מער פאר א בעסערע מאשין...) וועגן דעם געשעהט עס נאר ביי די פיי"ס.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 6:45 pm

געהערט אמאל פון א קעשיר - וואס האט עס געהערט נאכזאגן פון א צווייטע קעשיר - אז די סיבה וואס שוואכט אפ די כח פונעם קארטל איז ווייל מ'האלט עס נאנט צו סעלפאון (אינעם זעלבער טאש וכדו') כ'נעם נישט קיין פאראנטוואטליכקייט אויף די ווארהייט דערפון.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 7:00 pm

ב"ה איך דריי מיך נישט מיט די זאכן, סאו קיין געהעריגן תירוץ האב איך נישט, אבער שעפטיל, די באשרייבונג איז ווערט א באגריסונג..

זייער שיין. טענקס.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 10:26 pm

איך האלט מיינס אין מיין סחורה'נע טאש, צוזאמען מיט גרינס אין פאפירן, אין ס'קארטל איז שוין אפגעריבן פון עטליכע יאהרן רייבערייען, אין ס'ארבייט א מחי', אזאש יעדער שמייכלט. [לייענט איבער אויבן, וועט איר זעין וואס ס'מיינט].

(קען זיין דו לעדער אדער סחורה פון דיין בערזל איז דו פראבלעם. ווי אויך איז מעיגליך דיין בערזל צו פול?! נאר פון גרינס?! אינטער מיין מאטראץ איז דא פלאץ! איך בעיט נישט קיין רענט דערפאר! איך פיר נישט קיין גמ"ח! אין כ'האב נישט איינגעלייגט געלט ביי מעדאף...אין..וגו')
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 11:06 pm

שוויץ , קען זיין א גרויסע מחותן צו דיין \ מיין אמאליגער פראבלעם ,
בקיצור , די שווייס ברענגט דיר אסאך צו שוויצן ביים רעדזשיסטער , מיין עצה האב איך מקבל געוועהן פון א פראקטישן יוד , איז געוועהן די פלעסטיג זעקל וואס כולל שומרי החומות שיקט מיט מיטן לוח זייערע , צוריקצוהאלטן דברים שבקדושה בכבודם הראוי , איז אזוי ווי די לוח פליט גלייך אין שמות בעג אריין , וואס ווארט אויף די פסח טראקס ,זאלן עס מעביר זיין , מאך איך יוז פון די זעקל , אזוי אז איך בין נישט פון די אזוי צארנדע אויף די לוחות, ווייל די שווייס ארבעט אויף די זעקל אויך , יא שווייס איז שטערקער פון פלעסטיג , איז מוז איך איהם טאקע גלייך נאכן זומער טוישן , און "פונקט" דאן שיקן מיר די חברה אזא נייע זעקל , זאל עס זיי גערעכנט ווערן .
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 12:33 am

נישט קיין שווייס נישט קיין קוואדערס נישט קיין דאלערס נישט קיין לעדער נישט קיין פלעסטיק נישט קיין גארנישט!
איך האלט די קארטעל צוזאמען מיט אלע אנדערע קארטלעך אין סאם האו נאר די פ"ס קארטעל מאכט אלס פראפלעמען אין די צייט ווען אלע אנדערע קארטלעך האלטען זיך יארן אן פראפלעמען,
נאר וואס דען, קיין טענות קען איך נישט האבן אויף זיי היות איך צאל נישט פאר די סערוויס...
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:03 pm

ב"ה אז מיר האבען נישט די זאכען, און דער אויבערשטער זאל העלפען אז מיר זאלען זיך אייביג קענען באגיין אנדעם, נא אל תצרכינו ה' אלוקינו לא לידי מתנת בשר ודם וכו'

שעפטיל ווייסט אבער אז דיין שרייבערישקייט איז ווערט דאס ליינען,
הנאה געהאט

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג אוקטובער 16, 2009 7:37 am

שעפטיל איך בין דערגאנגען די סוד ווען איך פלעג קויפן ביי פויגעל'ס בעקערי זי''ע, דארט האט עס קיינמאל נישט געארבעט, און ביי אנדערע פלעצער יא. פארוואס?... ווייל זיין מאשין איז געווען פול מיט שמוץ פון ברעקלעך.

און נאך איין סיבה וואס קען זיין, ס'איז דא קאשירער'ס וואס קענען בשום אין אופן נישט כאפן דעם פארטל פון סווייפן א קארטל.

און מיין קארטל וואטש איך דירעקט נישט.

נ.ב. אז מ'רעדט שוין איז די גרינגסטע וועג צו באקומען א נייע קארטל דורך מעדיקעיד.

Shia23
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 10:51 pm

תגובהדורך Shia23 » פרייטאג אוקטובער 16, 2009 7:39 am

די קענסט לייגן סקאטשטעיב אויף די שווארצע ליין

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג אוקטובער 16, 2009 10:33 am

צו וויסן אויב די פאדסטעמפס מאשינען זענען שולדיג איז דא א פשוטע עצה, מען קען עס טרייען אין בנק.

ווען מען האט געטיילט 200 פער קינד האט איינער געהאט פראבלעמן אז די ATM האט נישט געטויגט אפליינען זיין קארטל? איך האב נישט געהערט איינער זאל האבן ס'פראבלעם.

ס'העלפט אבער גארנישט דאס וויסן...

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » פרייטאג אוקטובער 16, 2009 11:04 am

יש"כ אלע מגיבים.
איך האב היינט געהערט אז יעדע זאך וואס לאזט ארויס wave"s ד.מ. שטראלן, אזוי ווי א סעלפאון, איז שעדליך פאר דעם ספעציפישן פיי"ס קארטל. (צום זאך)
דעריבער קען פארשטיין פארוואס סקאטשטעיפ אדער א פלעסטיק בעג (פריילעכער) קען העלפן, ווייל עס בלאקט די וועיווס אנצוקומען צום קארטל.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פאלקאוויטש123, קאטאגאריש און 13 געסט