כי אחיה ואספר מעשי י-ה

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

כי אחיה ואספר מעשי י-ה

תגובהדורך אזוי נארמאל » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 9:25 pm

כ'האב שוין לאנג געהאלטן אז ס'פעלט אויס א אשכול ווי אידן זאלן דערציילן דו וואונדער פון גאט. ווי מ'האט געהאט א פראבלעם. און גאט ב"ה, דורך דעם וואס מ'האט אים געבעיטן האט ער געהאלפן ממש שלא כדרך הטבע. סיי אין פערזעינליכן לעיבן, און סיי אין ביזנעס.

ווי דער אויבישטער לאזט אינז וויסן זייער זייער אסאך, דורך דו קאמיוניקאציע וואס ער האט אונז איבערגעלאזט אז ער וויל אונז זאלן מפרסם זיין זיין נאמען און זיין גוט'ס, און דאדורך וועט ער אינז גיבן מער און מער גוט'ס. צו ברענגען ראיות דערצו וועל איך (לעת עתה) איבערלאזן פאר דו ערנסטע ת"ח.

רבי ר' יעקעלע פון פשעווארסק זאגט (אויף א טעיפ) אז דו דאזיגע וועלט איז צוזאמענגעשטעלט פון קשיות און מופתים. יא ערשט האנטיגע קשיות פאר כופרים, און להבדיל מופתים, עכטע אפענע מופתים, מופתים פונעם אויבירשטן אליין פאר ערליכע אידן. מ'ברויך זיך נאר עפענען דו אויגן זעיט מען. יא, ס'איז גארנישט אזא הסתר ווי מ'מיינט.

כ'וועל נישט מאריך זיין בדרוש, כאטש ס'איז דא וואס..
אבער כ'וויל פרעיגן דעם עולם וואס מ'זאגט דערצו. צו מ'וועט זיך אויך צושטעלן און שרייבן מעשה צדיקים פונעם בורא עולם אליין, צו מ'וועט מיר לאזן אליין האלטן דרשות?!

איך פערזענליך האב זייער אסאך וואס צו שרייבן. אבער לאזט וויסן פון פאראויס אייער מיינונג.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 9:33 pm

ביטע ארויסלאזן היינטיגע מענטשליכע [אפילו עכטע] צדיקים, דער אשכול איז געווידמעט דוקא איבער דו מופתים פון השי"ת אליין.
לעצט פאראכטן דורך אזוי נארמאל אום דינסטאג אוקטובער 13, 2009 10:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 10:23 pm

שוין דא אזא סארט אשכול אין נייעס פארום, לינק:

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 10:38 pm

ישר כוח קרעמער.

אבער יענער אשכול איז געווידמעט געווארן איבער 'ברוך הטוב והמטיב' . טאקע דו ניסים וואס דער בוכ"ע האט געטיען. אבער דער דאזיגער אשכול קען מען ווידמען אויף 'מען האט געזעין דעם פראבלעם, מ'האט געשריגן טאטע, אין מ'איז געהאלפן געווארן'

וואס דו פראבלעם איז געווען. וואס און וויאזוי מ'האט אים געבעיטן. אין דערנאך וויאזוי דו ישועה איז אנגעקומען.

נוסח בעש"ם'סקע מעשיות!

א נו
טא, וואס זאגט איר?!
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 10:33 pm

א 'וואן מען בענד' גייט שוין ארויס פון סטייל היינט צוטאג.

זענט איר גרייט צו צוהעלפן?!
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

שטעכעלע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 10:14 pm

תגובהדורך שטעכעלע » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 10:42 pm

אזוי נארמאל האט געשריבן:כ'האב שוין לאנג געהאלטן אז ס'פעלט אויס א אשכול ווי אידן זאלן דערציילן דו וואונדער פון גאט. ווי מ'האט געהאט א פראבלעם. און גאט ב"ה, דורך דעם וואס מ'האט אים געבעיטן האט ער געהאלפן ממש שלא כדרך הטבע. סיי אין פערזעינליכן לעיבן, און סיי אין ביזנעס.


א איטערסאנטע נושא - און איך ווינטש הצלחה און בעזר השם - ועל איך צו שרייבען מיינע מעשיות אויך

נאר א הערה בדרך כבוד - עס וואלט מער אויסגעהאלטען ווען איר שרייבט השי"ת נישט גא- ט)אזוי ווי עס שטייט און ספרים - און בכלל גריצעלט ווען מען זעיט אזוי געשריבען דעם אייבירשטענס נאמען .. מען קען שרייבען שיין נערמאל אן טרייען צו מאכען "פענסי" די ווערטער - עס האט מער חן ...

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 10:47 pm

שטעכעלע
זעיסט, דאס זיינען דברים של טעם, כמותך ירבו בקרעטשמע.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

שטעכעלע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 10:14 pm

תגובהדורך שטעכעלע » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 11:11 pm

אמן .. ישר כח
מען מעג אמאל אראפ נעמען די מאסקע פון מורא מוכיח צו זיין... בדרך כבוד- .. יעדער האאט הנאה..

מען דארף מורא האבען נאר פון מורא אליינס ( מאמר החכם)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 10:54 am

אויב איינער האט א מעשה וואס ער וויל לייגן אן א נאמען קען ער מיר עס שיקן אין פריוואטע הודעה מיר וועלן עס בעז"ה ארויפלייגן
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:04 am

שטעכעלע האט געשריבן:מען דארף מורא האבען נאר פון מורא אליינס ( מאמר החכם)

החכם איז דאכט זיך FDR, וכנראה ששיטתך כהסוברים שהחכם בחוה"ל הוא ג"כ גוי, וקבל האמת ממי שאמרו.
ויישר כח גדול על פתיחת הצינור של תוכחה אמיתית כדתה של תורה...
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:16 am

רבה מקמי דפתח להו לרבנן אמר מילתא דבדיחא

א איד האט זיך געיאגט צום עירפארט צו כאפן דעם פליגער, ער קומט אריין אין פארקינג לאט, ער זוכט פארקינג, ואיננו, הייבט ער אויף די אויגן צום הימל, רבש"ע איך גיי דא פארשפעטיגן דעם פליגער העלף מיר, אין יענע מינוט רוקט זיך ארויס א קאר.
רופט זיך אן דער איד, אקעי רבש"ע פארגעריט, איך האב געטראפן א פארקינג

(מפי הג"ר אפרים וואקסמאן שליט"א, והמשמעות מובן דער מענטש איז זיך נישט מתבונן אז אלעס קומט פון באשעפער)
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:26 am

עי' מה שכתבתי כעי"ז בשם הד"ח באריכות במעט מן האור דוחה הרבה מן החושך שהד"ח אמר
"א טלית פערד (זעברא בלע"ז) איז נפלאות הבורא, אז בלוט פליסט אין די אדערען (והראה על ידו הקדוש) איז נפלאות הבורא"
למה זה תשאל לשמי...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 1:00 pm

ווארד, הערליך הערליך, ייש"כ.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 5:11 pm

אנצוהייבן ברענג איך א סיפור נורא
איך וועל נוצן די לשון המספר
איך בין א אינגערמאן אין ארץ ישראל וואס ספּעציעליזירט זיך אין פאַרצייטישע כתבי ידות, איך זיץ אפ שעות ארוכות אין פארשידענע לייברעריס מעתיק צו זיין אלטע כתבי ידות , און איך בין צוגעוואוינט מיטצונעמען עסן פונדערהיים.
איין טאָג ווען איך בין פאַרטיג געווארן מיט מיין מיטאָג האט איך געבענטשט ווי געווענטליך אויפן קול כדי להשמיע לאוזני, ווען איך בין פאַרטיג געווארן מיטן בענטשן ווענדט זיך צו מיר די לייברעריען (א פרייע מיידל) און זי פרעגט מיר וואו איז די מקור צו זאגן ''שלא נכשל לעולם ועד'' זאג איך אַז איך ווייס עכט נישט, איך האב עס פשוט אזוי מקבל געווען פֿון מיין פאָטער, אָבער אויב זי וויל דוקא וועל איך עס מברר זיין פאר איר.
אויפן וועג היים וואונדער איך זיך וואָסערע אינטערעסע קען א פרייע מיידל האבן צו די מקור פון א נוסח אין ברכת המזון, אָבער, איך האב באשלאסן אז וויבאלד איך האב געזאגט, וועל איך עס מברר זיין פאר איר.
א לאנגע צייט האב איך ארום געזוכט צו טרעפן די מקור פונעם נוסח, ביז איך האב געטראפן אין איין סידור ווי ס'שטייט דער נוסח ''שלא נכשל'', האב איך געמאכט א קאפי און אנגעצייכנט מיט א רויטע מעדשיק אַרום די ווערטער ''שלא נכשל'' און עס געשיקט צו דער לייברערי.
--------------------
א צייט שפעטער באקום איך א חתונה בריוול וואס נישט איך און נישט מיין בני בית קענען די חתן'ס זייט און נישט די כלה'ס זייַט, זייענדיג א נייגעריגער בטבע האט איך באשלאסן וואס קען איך דערלייגן אויב איך וועל גיין ווינטשן א ברכת מזל טוב פאר א חתן כלה וואס בויען אויף א ניי אידיש הויז, און אפשר וועל איך געוואר ווערן די סיבה פארוואס מ'האט מיך איינגעלאדענט צו די חתונה, און טאקע אזוי האב איך געטון, אבער איך האב גלייך געזען אז איך בלאנדזשע איך קען דא קיינעם נישט , האב איך געזאגט מזל טוב פאר די חתן און מחותנים און איך האב באשלאסן צו גיין.
ווען איך בין שוין געווען ביי די טיר לויפט איינער צו צו מיר און פרעגט מיר אויב מיין נאמען איז אזוי און אזוי? זאג איך יא, פרייט ער זיך זייער און זאגט מיר די כלה וויל רעדן מיט אייך, קוק איך אים אן ווי פון די לבנה מיט וואונדער, וואס וויל א פרעמדע כלה פון מיר? נאך איידער וואס שלעפט ער אים צו די מחיצה און די כלה שטייט שוין לעבן מיר און פרעגט, איר געדענקט מיך? זאג איך ניין , פרעגט זי געדענקט איר אפשר די לייברעריען אין די לייברערי וואס האט אייך געפרעגט וועגן די נוסח אין בענטשן פון ''ולא נכשל לעולם ועד'' דערמאן איך מיך די מעשה און שאקל צו מיטן קאפ, זאגט די כלה איך בין די לייברעריען...
בין איך אינגאנן ערשטויט געווארן, איך האב געמיינט איך פאל אראפ, בפרט אז די חתונה האט אויסגעזעהן ווי א געהעריגע היימישע חתונה, און די לייברעריען איז געווען א פרייע מיידל, פרעג איך וואס גייט דא פאר? פארציילט די כלה א מורא'דיגע מעשה.
------------------
איך בין געבוירן אין א היימישע שטוב און ליידער זייער געגליטשט, אין די לייברערי האב איך מיך באקענט מיט אן אויפגעקלערטער אראבער, בין איך גוט געווארן מיט אים ביז ער האט מיר געבעטן חתונה צו האבן מיט אים רח"ל, כאטש איך בין געווען אינגאנצן פריי, בין איך אבער נישט גרייט געווען צו טון אזא שריט, האט ער מיר געגעבן אן אולטימאטום אז אויב האלט איך נישט דערביי ביז א געוויסע טאג האקט ער אינגאנצן אפ מיט מיר.
אסאך יסורים בין איך אדורך זיך שלאגענדיג מיט מיר אליין און נישט געקענט אפמאכן אז נישט, אין יענעם טאג וואס איך האב געמוזט געבן תשובה איז אנגעקומען דער בריוו פון אייך, און ווי איך האב געזען די ווערטער ''שלא נכשל לעולם ועד'' ארומגערינגעלט מיט רויטע פארב, האב איב פארשטאנען אז דאס האט די השגחה עליונה מיר צוגעשיקט א ווארענונג און א הוראה אז איך זאל נישט דורכפאלן, האב איך אים תיכף געשיקט א טעקסט מעסעדזש אז איך וויל נישט מיט אים חתונה האבן, דער שריט האט מיך געמאכט טראכטן, ביז איך האב אינגאנצן באשלאסן צו ווערן א בעלת תשובה און שפעטער האב איך געטראפן מיין באשערטער אויך א בעל תשובה.
* * * * * *
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 6:04 pm

פליז אז עס דא גענוג אמת פ"וו דארף מען אנהייבען מיט חצאי אמת?
עי' כאן
http://www.shturem.net/index.php?section=artdays&id=352
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג אוקטובער 16, 2009 9:25 am

1. מיין אינטערעסע איז בלויז געווען אנצוהייבן, אדרבה ברענגט אייגענע סיפורים
2. איך האב עס נישט דארט געזען אבער לכאורה איז די סיפור אמת מ'ווייסט נאר נישט וועלכע ווערסיע, קוקט די אנדערע סיפורים וגלגוליהם דארט, וועט איר זען זיי זענען עפי"ר אמת'ע סיפורים וואס האבן באקומען א בארד
3. דרך אגב, הרב פלאי שכח פאר די לינק, א שיינע קאלעקשאן דארט
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג אוקטובער 16, 2009 9:33 am

דער פראבלעם איז אז דער מקור ראשון איז ש"י עגנון...
איך האב ב"ה מעשיות חוששני משום גילוי
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג אוקטובער 16, 2009 9:39 am

ווער סהאט מורא משום גילו קען מיר שיקן די מעשיות אין הודעה פרטי אדער אימעיל
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » זונטאג אוקטובער 18, 2009 11:46 pm

געהערט ערשט-האנטיג.

דורך דו יאהרן, האט זיך מיר געמאכט אין א שטיקל תקיפה, אז כהאב זיך געדרייעט אין א פלאץ ווי ס'פלעיגן זיין ווייניג מנינים למנחה. ממילא האט מען זיך נאכגעפרעגט א ווי ס'איז יא דא, און ווי אויך וועלעכע צייט א.א.וו. פלעיגן מיר זיך אנטרעפן מיט א מנין אין איינע פון דו פוללע הויך-שטאקיגע בנינים אין אונזער ארבייטס געיגנט, ווי מ'פלעיגט זיך שטעלן 2:00pm שארף.

ווי אין נארמאלע אומשטענדן פלעיגט מען זיך געיבן א כאפ און לויפן אינמיטן דו ארבייט, מ'האט נאך געוואלט ענדיגן דאס און יענץ. צומאל נאר א פאונקאל, צומאל פעיפער-ארבייט, און צומאל אפילו א בעטמטע שמיעסל. ס'האט זיך נישט איינמאל געמאכט אז מיר זאלן אנקומען שפעיט אין זיך מיט-כאפן ביי הויכע שמו"ע אדער שפעיטער/פריער. וויסענדיג אז פאר א נויט וועלן מיר ממילא קיין אנדערע מנין נישט גרינג קריגן.

חוץ איינער פון דו מתפללים, א לויער פון פאך, ניטאמאל אזא פרומער/ערליכער, זיין דאווענען איז אויך נישט געווען אזוי איי איי איי. אבער פינעף צו צוויי 1:55pm פלעיגט ער שוין דארט זיין און ווארטן אויף מנין צום דאווענען.

און אנפאנג זענען מיר געווען צוגעוואוינט דערצו. אבער מיט דו צייט איז עס אונז געווארן אינטערעסאנט. נישט קיין חילוק ווען מיר קומען אן שטייט ער שוין דארט, צומאל יא אדער נישט פארנומען, און צומאל מיט זיין שמייכל ווארטענדיג צו נעמען איינעם. אפילו נישט קיין נעבעכל אויפן צימבל. אגב האט ער צו דעם געטויגט, מיט זיין שטיל-בייסיגער צינגל פלעיגט ער הנאה האבן צו שטעלן מענטשן אין פלאץ.. אבער אלץ איז ער -צו אונזער פון פאראויסגעוויסטן צושטימונג- געווען 5 מינוט פריער ווי געווענליך.

איינמאל, אויך זייענדיג פריער ווי געווענליך ביים מנחה'נען אזוי ווי אים, האבן מיר מיט א צוזאמענבליק פון פאראויס געכאפט א שמיעסל און אזוי אגב אים געפרעגט -וויסענדיג אז ער איז זייער א פארנימענער מענטש- וויאזוי ער האט דו שטארקקייט און פונקטליכקייט אלס צו זיין גרייט פון פריער.

און ער, זעיענדיג אז מיר מיינען עס ערנסט, נישט סתם צו צימבלען ווי געווענליך. האט ער געענטפערט אז גראדע ליגט זייער א אינטערעסאנטע השגחה עליונה אינטער זיין פונקטליכקייט מנחה'נען מנהג.


און דער לויער פארציילט.
אמאל פאר יאהרן צוריק פלעיג איך טאקע נישט זיין פונקטליך ביים דאווענען. אמאל בין איך געקומען שפעיט, און צומאל גאר געדאווענט ביים כותל, זייענדיג זייער פארנומען, צוליב זיין אפיס וואס האט געווירבלט מיט קלייענטן, נישט קענענדיג זיך ארויס כאפן אלץ און פונקטליך צו דו באשטימטע צייט.

(לאמיר גיין כאפן דעם וואך-נאכט, באלד העלמיר שרייבן ווייטער)
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 8:22 am

זאג דו ביסט נארמאל?! שרייבסט א גוטס און דו לאזט עס אנמיטן, ביסט דען א שרייבער אין "באלייכטונגען"?

האלט נאר אן, מיר האבן הנאה געהאט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 9:49 am

א גרויסן שכח אזוי נארמאל, אין ביטע לאזט אונז נישט מיט די צונג אינדרויסן ענדיגט צו פליס...

אגב, איך האב היינט צופרי באקומען אין פריוואטע הודעה א ערשט האנטיגע סיפור וואס פאסט אין דעם אשכול פון "כי אחיה ואספר מעשי י-ה" און איך קלער אז דער עולם וועט הנאה האבן, און אזוי ווי איר ווערט פערטיג מיט אייער סיפור לייג איך עס אריין איך וויל נישט איבער האקן אינדערמיט....
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 10:39 am

נו!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! דער עולם איז שוין נייגעריג.......................

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 1:30 pm

מיר ווילן נישט דעם עולם באלמוטשען מיט לאזן ווארטן העמיר עס ארויף לייגן און לאמיר לאזן אזוי-נארמאל משלים-זיין זיין סיפור שפעטער
באקומען אין פריוואטע הודעה האט געשריבן:דאס איז א מעשה וואס איך האב אמאל געהאט געשריבן, אויב דו האלטסט אז ס'האט א פשט ארויפצוגיין ביי "כי אחיה ואספר מעשי י-ה" לייג עס ארויף. (אבער עס זאל בלייבן צווישן אינז צוויי. יישר כח!)

מיין ווארק-מעיט לאמיר אים רופן משה'לע האט מיר יעצט דערציילט א מעשה און איך פיל אז איך מיז עס פובליצירן.

איך וועל קודם מסביר זיין אביסל ווי אזוי אינזער ביזנעס ארבעט, וועט עטס בעסער פארשטיין וואס דא איז פארגעגאנגען.

מיר ארבעטן אזוי, עס איז דא אפאר גרויסע סטארס וואס ווען איינער קויפט איין ביי זיי עפעס אן אייטעם, טוט דער סטאר רעפערירן דעם קאסטומער צו אינז און מיר אינסטאלן דעם אייטעם פארן קאסטומער.

פאריגע וואך האבן מיר גענדיגט א דיעל מיט נאך א גרויסע סטאר, אז זיי גייען שיקן אלע קאסטומער'ס צו אונז.

אין אפיס פארמאגן מיר א ספעציעלע פראגרעם אויף וואס מיר ארבעטן, פאריגע וואך מיטוואך איז די פראגרעם געגאנגען שלאפן.

אבער פינקט דאן ווען דער סיסטעם האט געדרימלט איז אריינגעקומען די ערשטע קאל פון יענעם נייע סטאר, משה'לע האט גענומען די קאל, אזוי ווי די סיסטעם איז געווען דאון האט ער אפגעשריבן די קאסטומער אינפארמעישן אויף א פאפיר מיטן חשבון עס שפעטער אריינצולייגן אינעם סיסטעם.

שפעטער אינעם טאג האט אן אנדערע קאסטומער געקאלט, אים האט מען געדארפט קאלן אין אפאר וואכן ארום פרעגן ווען ער באקומט זיין סיסטעם און באשטימען א טאג ווען מיר זאלן אראפגיין עס אינסטאלירן, אבער ווייטער אזוי ווי די סיסטעם האט נישט געארבעט האט משה'לע עס אויף געשריבן אויפן זעלבן צעטל.

דאס אלעס איז געווען מיטוואך נאכמיטאג, דאנערשטאג האט דער סיסטעם נאך אלץ נישט געארבעט.

פרייטאג האט שוין אלעס געהעריג געארבעט, וויל ער נעמען דאס צעטל און אריינלייגן דעם קאסטעמער'ס אינפאמעישאן, אבער הצעטעלע איננו, ער איז נישט צום געפינען.

ער האט איבער געדריידט דאס גאנצע דעסק און געזיכט דאס צעטל, אבער ער האט עס נישט געקענט טרעפן.

מיין משה'לע'ס מענידזשער איז זייער א גערעגטער און א נערוועזער, בקיצור עס איז דא אסאך וואס מורא צו האבן פון אים... און נאכמער איז ער יענע פרייטאג געוועהן אין א זייער שלעכטע מוד.

פאר משה'לען האט באמת געבאדערט דאס פארלוירענע צעטל, פאר צוויי סיבות, איינס ווייל ער האט געציטערט פון זיין מענידזשער ווייל ווען ער רעגט זיך איז שרעקעדיג צו קוקן, (איך בין נישט מגזם) צווייטענס, איז ער זייער א לויעל ארבעטער און אז ער פארלירט א קאסטומער טוט אים עס וויי, לאמיר נישט אריינגיין אין וועלעכע טוט אים מער באדערן...

צו זאגן פאר זיין מעניזדשער אז ער האט עס פארלוירן און אים פרעגן וואס צוטוהן האט ער שטארק נישט געוואלט, אבער פון די אנדערע זייט רעדט מען פון א נייע סטאר וואס דיעלט מיט אינז, און אז די קאסטומער וועט צירוק קאלן די סטאר אז מיר זענען קיינמאל נישט אנגעקומען וועלן מיר באקומען א שלעכטע רעקארד ביי זיי.

ער דערציילט מיר ווייטער, איך בין געוועהן אזוי צובראכן און פארלוירן, איך האב זיך געגעבן א רוף אן, "הייליגער באשעפער איך גיי נישט קענען אויסהאלטן די געשרייען פינעם מעניזדשער העלף מיר איך זאל טרעפן דאס צעטל"

ער האט נאך געזיכט אפאר מינוט, און ער האט זיך ווייטער גענומען צו די ארבעט, טראכטענדיג אז ער וועט שוין שפעטער זעהן וואס צוטוהן.

עס גייט נישט אדורך קיין צעהן מינוט און די טעלעפאן קלינגט, משה'לע האט יעצט אויך גענימען די קאלל, ער הייבט אויף און ס'איז נאכאמאל יענע נייע סטאר, א דארטיגער ארבעטער קאלט און זאגט ער זעהט נאך אין זייער סיסטעם יענע קאסטומער'ס אינפאמעשאן, (געווענליך מיינט דאס אז מען האט נאכנישט גערופען פאר אינסטאלעשן...), משה'לע האט גענימען אלע קאסטומער אינפערמעישן כאילו לא היה....

נאכנישט פארטיג... אראפלייגענדיג די טעלעפאן קומט זיין מענידזשער אריין און זאגט, אז בשעת ווען ער איז יעצט געווען אויפן פאון האט דער אויבדערמאנטער צווייטע קאסטומער געקאלט און ער האט געגעבן א נייע נומבער ווי אים צו טרעפן....

איך האב נישט קיין אהנונג פארוואס די צוויי קאסטומערס האבן נאכאמאל געקאלט זאגט ער מיר, איך האב אים געגעבן א קלאפ אויף די פלייצע און געזאגט איך ווייס פינקטליך פארוואס זיי האבן נאכאמאל געקאלט....

השי"ת פארשטייט אידיש, קענסט אים בעטן אויף וואסערע שפראך דו ווילסט, אבער בעט נאר...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 3:20 pm

נורא נוראות!

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

פורזעצונג פון זייט #1

תגובהדורך אזוי נארמאל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 3:07 pm

איינמאל איז דער לויער געווען זייער פרנומען מיט קליענטן ווען ס'האט זיך אנגעריקט זמן מנחה, ער האט געשפירט אז ער קען נישט שוין גיין דאווענען. נישט צוליב זיך ח"ו, נאר דו עצת היצר איז דענסמאל געווען אז ער קען מצער זיין אזוי פול יודן וואס שטייען און ווארטן אויפגענומען צו ווערן. ' כ'גיי שוין אט אט, כ'העלף נאר ארויס אט דו פארווייטוגטע יודן וואס ס'געדויערט נישט מער ווי א קנאפער מינוט'קעלע ' .

דערווייל ווי איר פארשטייט, האט זיך עס פארשלעפט נאך און נאך, ביז עבר זמנו בטל.. ער האט זיך געשטעלט ביים כותל און אפגעראכטן א געהעריגע מנחה בינו לבין קונו.
ער האט געענדיגט דאווענען, ער האט געשפירט אז ער האט אנדערשט נישט געקענט, און דער רבוש"ע האט זיכער הנאה געהאט פון זיין ערליכע און גיטע באשלוס.

ס'גייט נישט אריבער א האלבע שעה, ער האט שוין אפילו פארגעסן וויאזוי און ווי ער האט געדאווענט היינט, עס איז שוין ממילא היסטאריע. ער איז גיט מיטן אויבישטן. און ער באקומט א וויכי'גער טעלעפוינקאל, זיין הארץ הייבט אים אן צו קלאפן בלויז פון דו היסטערישע געשרייען פון דו אנדערע זייט טרייבל. אז זיין טאטע איז האספיטאליזירט געווארן מיט גאר א שטארקע הארץ אטאקע און ער זאל שוין אריבער לויפן אין שפיטאל. נאך פאר ער האט געקענט פרעגן מער דעטאלן, האט זיך דו ליניע שוין אפגעהאקט, אבער דו יעלות און געוויינען זענען אים געבליבן אין דו אויערן און אין קאפ און ווי נישט.

ער לויפט אראפ, כאפט זיין קאר, ער בעמערקט אפילו נישט מער דו צובראכענע יודן וואס שטייען און ווארטן אריינצוגיין, מיט דו נשמה אין דו הענט כאפט ער גיט אן דאס רעדל בשעת דו קאר גאלאפירט אויף דו צובראכענע און לעכעריגע שאסייען, אזאש דער צוקוקער ווייסט שוין נישט ווער ס'איז מער אין סכנה, ער צו זיין קראנקע טאטע.

און אין מוח לויפט אים דורך.
זיין טאטע איז דאך א יונגער מענטש! בלויז אין דו מיטעלע יאהר'ן! שיין פארמעגליך, און מיט גיטע קינדער! וואס האט דא אזוי פלוצלעך פאסירט! וואס באדערט אים! כ'האב דאך גערעדט צו אום היינט צופרי, און ער האט מיר גארנישט דערציילט איבער נייע סארט ווייטוגן! ווי קען דאס זיין! אֵה ס'איז מסתם נאר א פארזעיעניש, עפעס אזא מין סארט געדריקעניש פון דו קישקעס/מאגן וואס פילט ווי א הארץ אטאקע! אזוי ווי דער טאטע וועט אנקומען צום דאקטער, וועט ער אים זיכער באלט באפרייען! וואס פאר א שווארץ/קוקער'ס אט דו חברה הצלה לייט זענען!

כ'געדענק נאך דו מעשה פון מיין עלטער פעטער'ס קאזינע'ס גיטער ידיד, וואס האט פארציילט פון זיין לייטלזעליגע שוואגער'ס א ניכטע, וואס ביי איר'ס א קרוב איז אויך געווען גענוי דו זעלבע מעשה. און דו חברה הצלה האט זיך אזוי געשעימט דערנאך! זיי האבן זיך ניטאמאל געוואלט טענה'ן...

און אויפאמאל דערזעיט ער זיך אין שפיטאל. ווי אין א אויגן בליק איז ער געווען אינדרויסן פון זיין טאטע'ס צימער. און דער דאקטער קומט אים אקעגן, ער זאגט אים מיט גרויס [געמאכטע] מיטלייד, דיין טאטע האט געכאפט א מאסיווע הארץ אטאקע! מ'גייט יעצט מאכן א 16 שעה'איגער אפעראציע,אבער ער האט א 20% טשענס איבערצולעיבן, ער דארף גרויס רחמים! (אייז קאלטע יונגען, ערשט קלאסיגע באנדיטן, אזוי רעדט מען?!) (כ'מיין אז ער האט אפי' געשמייכלט אינדערמיט! ער האט נאר מורא געהאט אז כ'באמערק..)

ס'ווערט מיר פינסטער און ביטער, דער קאפ דרייעט זיך מיין טאטע איז נאך עכט יונג (אפי' א פאליסי האט ער נאך נישט)און אויפאמאל הויבט אן צו רינען זאכן פון מיין אויגן וואס קוקט אויס פון ווייטן ווי בליטשקעדיגע בריליאנטן אינעם האלב טונקעלן קארידור.

ער וויל זאגן פסוקי תהילים אבער דאס הארץ איז פארשטאפט ס'לאזט אים נישט,ער שרייעט אויס אין גרויס געוויין 'טאטע אין הימל, פארוואס קומט דאס מיר', כ'בעיט דיר העלף מיר...

און יא, סאיז מיר איינגעפאלן א געדאנק, אפשר וויל דער אויבישטער עפעס פון מיר.. אויב מיין טאטע וועט זיך יעצט געזעיגענען ר"ל וועל איך דארפן דאווענען מיט מנין א גאנץ יאהר, ווייל איך וועל דארפן דאווענען פארן עמוד.
באשעפער כ'זאג צו, כ'מאך אפ מיט א פעסטע החלטה, כ'נעם זיך אינטער צו דאווענען מיט מנין פון היינט און ווייטער אויף אייביג, יעדן טאג, כאטש דריי מאל,אבער ברענג צוריק מיין גיטע טאטע, שנעל גרינג און מיט אלע גלידער געזינטערהייט.

נאך אפאר שעה קומען ארויס דו שלעכטע/גיטע דאקטוירים, און צו זייער/זיין בעסטער פרייד דערציילן זיי אז דו אפעראציע איז געלונגער ספעציעל גיט, אסאך בעסער ווי ערווארטעט, און אויב פון דא און ווייטער וועט אויך אזוי גיין וועט ער אינגיכן קענען אהיים גיין.

און אזוי איז טאקע געווען, ביז עטליכע וואכן איז ער געווען אינדערהיים פולקאם געזונט און שטארק. און איך פארפעיל נישט קיין מנין זאל זיין וואס זאל זיין.

יאהר'ן יאהר'ן זענען שוין אריבער, דער רעצעפט איז געווען א גיטער, איך מיטן מנין, און ער מיטן געזונטן צושטאנד.

זי"ע

יא, א גיטער יוד.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט