וואס וויל עפל בענק אין אימעיל?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

וואס וויל עפל בענק אין אימעיל?

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 2:18 pm

נאך איינער נוצט דא זייער אונליין ביל פעימענט? זיי הערן לעצטנס נישט אויף צו באמבאדירן אין אימעיל אז זיי גייען איבערארבעטן זייער סיסטעם, וויפיל איך האב פראבירט צו פארשטיין וואס זיי ווילן פון מיר האב איך נישט מצליח געווען. יעדן טאג נאך א מעסעדזש READ NOW!!!

איינער קען מיך בקיצור מסביר זיין פון וואס די רעדע איז דא?

גוגל עדס:
דארפט איר א גוט יאר? גיסט אן א עפל מיט האניג
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

מעכיל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

תגובהדורך מעכיל » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 2:45 pm

איך האב פאר צוויי וואכען צוריק אויך נישט אויפגעהרט צו באקומען אימעיל'ס פון זיי
פון מיר האבן זיי געוואלט איך זאל טוישן מיין באנוצער נאמען און מיין פעססווארד איך האב עס געטוישט זייט דעמאלטס הער איך שוין נישט פון זיי

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 3:19 pm

דאס איז לכאו' די ווייטע האנט פון וויכי וואס פרובירט דיך צו דערשנאפן.....

---------------------------------------

איך ווייס נישט וואס זיי ווילן אבער איך האבעס נאר באקומען צוויי מאל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 4:25 pm

אה! מיך מוטשעט עס שוין אויך די לעצטע פאר וואכן, איך לייען די אימעיל, איך גיי אריין אין וועב זייטל, אבער... איך זעה גארנישט.

איך האב נישט קיין אנונג פארוואס זיי שיקן דאס צוויי מאל א וואך, און זיי קעפעטעלירן די ווערטער "לייען יעצט" אזש מ'קען מיינען אז דאס איז וויכטיג ממש אויף די מינוט.

גוט גרויזאמער, מיר הייבן אן א מיסיע. ווילסט אראפקומען אין באנק? איך האב א שטרומפ, ברויכסט איינס?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 4:45 pm

גרויזי, איך האלט אז דאס איז א פערזענליכע נקמה פון "עפל" באנק אין דיר! זיי האבן זיך נאך נישט בארואיגט פון יענעם "גרינעם" דינסטאג ווען פ.ס. געניסער האבן זיך דערזען מיט די $200 גרינס - פער קינד, האסטו אנגעדרייט א פאניק אז מ'מוז ארויסנעמען די געלט פאר 1:00 אזייגער.. זיי האבן נישט געקענט נאכקומען ס'פארלאנג פאר אזויפיל קעש אויף איינמאל, בקיצור ס'איז זיי געווען בושות.. יעצט גייען זיי דיר אטאקירן מיט ספעם'ס אין דיין אינבאקס..

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 10:10 am

דארט איז גרויזי נעבעך גארנישט שולדיג געווען (איך הער זאגן..), וויכי האט דענצמאל גענוצט גרויזאמער'ס ניק! ווען "עפל" זאל דערפון געוואר ווערן..

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 10:50 pm

איך האב אפגעהאקט מיט די משוגעים בערך צוויי יאר צוריק,
זיי האבן נישט קיין 24 קאוסטמער סערוויס אין זייער אנליין סיסטעם וואלט גיווען א היט פין א סייט 15 יאר צוריק...
ועוד ועוד ועכמ"ל
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 8:57 am

וואדקע האט געשריבן:איך האב אפגעהאקט מיט די משוגעים בערך צוויי יאר צוריק,
זיי האבן נישט קיין 24 קאוסטמער סערוויס אין זייער אנליין סיסטעם וואלט גיווען א היט פין א סייט 15 יאר צוריק...
ועוד ועוד ועכמ"ל


סעים העיר... איך האב זיי דעס געזאגט קלאר, זיי האבן מיר דעמאלט געענטפערט אז זיי ארבעטן אויף א נייע סייט, למעשה היינט נאך אפאר יאר מיינעך אז זיי האבן קיין גרויסע שינוים לטובה נישט געמאכט.

חוץ דעם איז קאסטעמער סערוועס (געווען) שרעקליך!

צו רעדן צו א מענטש האט מען געדארפט ווארטן ביז די מאשין זאגט אלע אפשענס, דערנאך הערשט אנהויבן ווארטן אויף א מענטש וואס דאס האט אויך גענומען לאנג

ווען עמיציר איז שוין יא געקומען צו די ליין האט ער מיר נישט געהאלטן ביים ארויסהעלפן...

פעך, מיט אזא פירמע גלייך איך ניט צו טון ביזנעס.

(איך שרייב אלעס מיט א לשון 'געווען' ווייל ס'קען זיין זיי האבן זיך שוין פארבעסערט, (למשל די ברענטש אליינס אויף לי עוועניא האבן זיי פיל פארבעסערט די אויסזעהן), ס'איז אמת אז דער באנק מענעגער מסרי איז א צדיק פון א איד און די לאקעשאן פון די באנק קעניש זיין בעסער... אבער פארט קעניך נישט פארקוקן אויף אנליין בענקיניג און קאסטעמער סערוועס, איים סארי!)

מעכיל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

תגובהדורך מעכיל » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 2:11 pm

כ'קען נישט אריינגיין אין מיין אונליין בענקיניג
עני העלפ?

אוועטאר
EMT
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 5:04 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

תגובהדורך EMT » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 12:33 pm

דו דארפסט זיי קאלן אויף 914-902-2775
יעדער האט געדארפט טוישן זיין USERNAME ביז SEP. 30 צו מינ. 8 קערעקטערס און ווער ס'האט נישט ביז דעמאלטס געטוישט דארף זיי קאלן דירעקט אויפן טעלפאון
מיט א שמייכל ~ Always Happy

מעכיל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

תגובהדורך מעכיל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 12:38 pm

ס'האט זיך שוין געפענט ב''ה


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט