ווען צו גיין נאך געלט ביים דאווענען

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

ווען צו גיין נאך געלט ביים דאווענען

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 12:48 pm

ווען מ'גייט נאך געלט ביי מנינים שחרית, ווען איז די בעסטע צייט צו גיין?

איז אזוי; אנפאנג שחרית, איז נאכנישט די גאנצע עולם דארט (מענטשן כאפן זיך נאך מיט ביז...).

סוף דאווענען, זענען שוין אסאך מענטשן נישט דא.

ביי הויכע שמו"ע, איז לדעתי אויך נישט גוט. א חלק מענטשן זענען נאך מאריך בתפילתם, א חלק פאנגען הערשט יעצט אן צוזאמען מיט'ן בעל תפילה (שאץ-מאץ בלע"ז), א חלק לייגן דעמאלטס ר"ת תפילין.

איך האלט, פון ויברך דוד ביז ק"ש (ולא עד בכלל). דערוילעם איז שוין/נאך דארט, וכו' וכו'.

וואס האלט דער עולם דא?
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:07 pm

אין וויזניץ מאנסי געדענק איך א תקנה אז מען "טאר" נישט ארומגיין זאמלן נדבות ביז נאך שמונה עשרה, כדי נישט צו שטערן די כוונת התפילה.

ווען איך גיי נאך געלט רעכן איך אויס צו גיין אין א טאג וואס מען זאגט והוא רחום און מען ליינט... דעמאלטס האסטו דעם עולם ביי די האנט (ד.מ. זיי דרייען מיט די הענט "אין לי"..).

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 2:23 pm

איך מיין אז פון נאך ברכו ביז שמו"ע איז די בעסטע צייט, אין סתם א טאג,
ד' וה' און טעג וואס מ'ליינט איז אין די ליינען עריע דהיינו והוא רחום וכו' גוט ווי קרעמער זאגט,
לגבי די סימנים וואס צו ווייזן פארן געלט גייער (עי' שטום שפראך)
.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 10:51 am

שאץ מאץ האט געשריבן:איך מיין אז פון נאך ברכו ביז שמו"ע איז די בעסטע צייט, אין סתם א טאג.

ביז שמו"ע? אינמיטען קרי"ש אויך?

שאץ מאץ האט געשריבן:לגבי די סימנים וואס צו ווייזן פארן געלט גייער (עי' שטום שפראך).

ביטע א לינק, ייש"כ.
http://www.teoria.com/ Music Theory

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 1:18 pm

1x1 האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:לגבי די סימנים וואס צו ווייזן פארן געלט גייער (עי' שטום שפראך).

ביטע א לינק, ייש"כ.

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... ic#p141612

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:44 am

שכוח טריאו.
http://www.teoria.com/ Music Theory


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 9 געסט