רייניגן וויין פלעשער, וכת דיליה...

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פינקט פארקערט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 1:05 pm

רייניגן וויין פלעשער, וכת דיליה...

תגובהדורך פינקט פארקערט » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 11:12 pm

איך גלייב אז עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, אז מ'פארגעסט אויסציגיסען מוצ"ש די וויין/גרעיפ דזושס פון די זילבערנע וויין פלאש, אין וואס ס'פאסירט דערנאך פעלט שוין נישט אויס מסביר צו זיין, די וויין ווערט פארשימעלט אין אנגעקלעיבט אויף די זייטען, אין ס'איז ביטער ווי א זית....

איך זיך הילף, אויב איינער ווייסט ווי אזוי מקען עס אויסקלינען, ווייקען מיט וואסער/זייף/הייסע וואסער האט נישט געהאלפען, די פראבלעם איז, וויבאלד עס איז אנגעקלעיב אויף די זייטען אין מקען נישט צי קימען מיט א "שמאטע" (נישט די ניק..) אויף די אויבערשטע העלפט פלאש, במילא איז כמעט נישט מעגליך דארטען אפציווישען.

אבער פאר "חברי ה'קרעטשמע" איז נישטא אזא זאך "נישט מעגליך" כ'האף אז איינער וועט קענען אויפקימען מיט א עצה- א פאטענט.

איך ווארט........

(סאיז א גרויסע פלאש, א באטי בראש איז זייער קליין פאר דעם.)
פארוואס עפעס אזוי.....אפשר פינקט פארקערט....

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 12:10 am

עס איז פארהאן א זאך וואס הייסט א decanter brush אמאל האט מען עס נאר געקענט באקומען אין ספעצילע וויין סופליי געשעפטען אבער זייט עס איז דא א זאך וואס הייסט אינטערנעט קענען פשוטע מענטשען וואס האבען צוטריט דערצו עס באקומען.
עס איז דא נאך פראדוקטען silver beads וכדו' וואס איז נישט פראקטיש.
זיי שרייבען אז לעת הצורך ווייקען denture tablets איז אן עצה, אית וואלט נאך אלץ קודם פרובירט דאס ערשטע.
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 2:50 am

וווארעם וואסער ביז אויבן, מיט א 3 לעפל בליטש...
לאזן די וואסער מיט די 3 לעפל בליטש פאר עטליכע שעה,
און ס'וועט ארויס קומען,

פינקט פארקערט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 1:05 pm

תגובהדורך פינקט פארקערט » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 7:09 am

והוא לפלאי, א גרויסען יישר כח, מיר גייען שוין גאגעלען אויף דעם בראש, איך האף אז עס וועט ארבעטען.

שאצע'ל, א דאנק, איך וועל פראבירען דיין עצה, באט ווייקען וועט לכוראה נישט העלפען ווייל דעיס איז פארקלעיבט אין מדארף דאס אראפרייבען מיט כח.

גיימער גאגלען....
פארוואס עפעס אזוי.....אפשר פינקט פארקערט....

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 12:13 pm

מן הסתם רעדסטו נישט פון די שווארצע פלעקן וואס קענען בלייבן אין א זילבערנע פלאש אויך אויב מ'גיסט יא אויס די וויין צייטליך, וואס צו יענץ איז דא א שטיקל עצה, (נישט גוט פאר פסח) אריין צו לייגן אביסל וואסער מיט רויע רייז, און עס גוט אויפשאקעלן, ס'העלפט אסאך, איך גיי נישט זאגן הונדערט פראצענט, אבער מער יא ווי נישט.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:43 am

מיין ווייב לייגט אריין ווארים וואסער מיט איין "אלקע סעלצער" טאבלעט און עס קומט ארויס שפאגל ניי.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

פינקט פארקערט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 1:05 pm

תגובהדורך פינקט פארקערט » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 4:40 pm

שאץ, איך האב אריין געלייגט וואסער מיט בליטש אזוי ווי די האסט רעקאמאנדירט, סקוקט אויס ווי סהאט געארבעט, באט איך זעה אז די בליטש האט שווארץ געמאכט די פלאש פין אינדרויסען איבעראל ווי סהאט אנגעטראפט, סאו איך פארשטיי פין דעם אז אינעווייניג איז עס אויך שווארץ, איז מיין שאלה צי דאס קען זיין א פראבלעם פאר די וויין/גרעיפ דזשוס???
וואזשע טוסטו נאכען אויסגיסען די בליטש, די פלאש שמעקט דאך אזוי.....

"והוא פלאי", די בראש וואס די האסט רעקאמענדירט איז נישט געאייניגט פאר מיין פלאש, מיין פלאש איז צי גרויס פאר דעם.

א יישר כח פאר אלע מגיבים.
פארוואס עפעס אזוי.....אפשר פינקט פארקערט....

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 5:41 pm

נוץ ענדערש די אלקא סעלצער וואס איך האב רעקאמאנדירט, בליטש איז נישט קיין שפיל.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

פינקט פארקערט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 1:05 pm

תגובהדורך פינקט פארקערט » מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2009 10:49 pm

לעווי, איך האלט שוין נאכען ניצען בליטש, די שאלה איז וואס טו איך יעצט?? זאל איך עס איבער מאכען מיט די אלקא סעלצער אזוי ווי די זאגסט, אין דעיס וועט שוין אויך ארויס נעמען די גערוך??

שאצע'ל, ווי ביסטו??? די האסט געגעבען אן עצה, איך האב דיך געפאלגט, יעצט ענדיג עס צו, וואס טוסטו נאך די בליטש?????? :-(
פארוואס עפעס אזוי.....אפשר פינקט פארקערט....

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 1:22 am

אזויפיל שכל האסט געמעגט האבן אז מ'לאזט נישט בליטש טראפן פון דרויסן,
אינעווייניג שאדט נישט אז ס'גייט ארויף בליטש ווייל די בליטש נעמט נאר אראפ דעם גלאנץ,
איך גלייב נישטאז דריי קליינע לעפלעך בליטש זאלן לאזן אזא שטארקע גערוך, אבער זוי ווי זוי וואש עס גוט אויס מיט סתם זייף וואסער ווי גילא וכדומה אז ס'זאל אוועק גיין דער טעם פון בליטש,
.

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

תגובהדורך גולש » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 4:07 pm

איך מיטשע מיך מיט די זעלבע פראבלעם, שווארצע באשטאנדטיילען אויף די גרונד פונעם וויין פלאש פונאינעווייניג,
איז ציגעקימען נאך עיצות ביי איינעם דא?

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 7:32 am

די בעסטע עצה איז, דאס וואס די רבנית לבית טאבאקא זז"ג האט שוין געטוהן מיט צענדליגער יארן צוריק.
מ'לייגט שיינערהייט אריין דעם זילבערנעם וויין פלאש אין שראנק, און מ'האנדלט זיך איין א קריסטאלענעם.

ס'איז שענער, ביליגער, מ'זעהט וויפל ס'איז נאך דא, ועל כולם דארף מען נישט האבן די פרעשור עס גלייך אויסצוליידיגן וויל אויב נישט...

(איך גלויב אז ס'הייסט נישט משנה געווען, ווייל אונזערע אור עלטערן האבן לכאורה בכלל נישט פארמאגט א וויין פלאש. און עפ"י רוב זענען די לייכטער אויך נישט געווען פון זילבער, נאר מעשענע, אדער פון קופער).

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 12:20 pm

משל למה הדבר דומה, איינער פרעגט וויאזוי מען נעמט קעיר פון א עכט זיידענע בעקיטשע.

און די בעסטע עצה דערצו איז צו נוצן א פאליעסטער בעקיטשע....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 12:34 pm

וואס איז די נמשל?

מען מוטשעט זיך מיט א וויין פלאש, קומט א סאדע באטל...

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג נובעמבער 18, 2010 12:38 pm

זאג מיר נישט אז די לייגט אריין די וויין און א סאדע באטל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג מארטש 24, 2014 12:23 pm

איך ברענגעס ארויף ווייל איך האב דעם פראבלעם יעצט, איך גיס אויס די וויין יעדע וואך נאך יעדע סעודה און שווענקעס גוט אויס מיט וואסער,

שכוח לכאורה פארן אנווייזן דעם אשכול

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג מארטש 24, 2014 12:30 pm

מיין בעסטע עצה איז נישט צו נוצן א וויינפלאש וואס איז נישט פון גלאז. וכן אני נוהג צו נוצן די שיינע וויין פלאש נאר למראית העין
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג מארטש 24, 2014 12:38 pm

אזוי ווי איך ניץ יעדע וואך א זילבערנע וויין פלאש, איך האב זייער ליב זילבער, וועל איך מיט טיילען מיין עקספיריענס.
1) מען דארף אויסוואשען דעם וויין פלאש תיכף נאך די סעודה, און עס לאזען שטיין מיט וואסער א גאנצע נאכט.

2)פאר די פראבלעם פון די שווארצע שטיקלעך (וואס קימט אויב מען טיט נישט סעיף 1)) קען קויפען אין כמעט יעדע פלאמבינג סופליי א "בוילער בראש" וואס ענדעלט שטארק צו די קינדער-באטעל בראש, נאר עס האט א גרויסע שטעקען.

3) אריין גיסען עסיג און לאז עס שטיין פאר א שטיק צייט.
נ.ב. איך נעם נישט קיין אחרית אויף די גרויך.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג מארטש 24, 2014 12:39 pm

מילכיגער האט געשריבן:מיין בעסטע עצה איז נישט צו נוצן א וויינפלאש וואס איז נישט פון גלאז. וכן אני נוהג צו נוצן די שיינע וויין פלאש נאר למראית העין

די עצה איז גיט פאר פסח באנאכט.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג מארטש 24, 2014 12:47 pm

די בוילער בראש איז א הארטע בראש אדער א סאפט בראש?

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג מארטש 24, 2014 12:48 pm

עס איז דא ביידע.
איך רעדט פון די ווייעכע
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

הילף מיט אויסוואשן א קריסטאל פלאש

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג יולי 17, 2014 2:42 am

איך האב אינדערהיים עטליכע קריסטאלענע ווייל פלעשער וועלכע איך פלעג נוצן לכבוד שבת קודש, אבער איך האב א פראבלעם אז נאך א שטיק צייט ווערט ער שמוציג פון אינעווייניג און איך קען אים נישט אויסוואשן געהעריק, שוין געטרייט מיט זייף, הייסע וואסער, קאכעדיגע וואסער, באטי בראש, אבער גארנישט ארבעט נישט, קען אפשר איינער געבן אן עצה פאר א איד, לכבוד שבת קודש.

איך בין זיכער אז דער שבת קודש וועט אייך דאנקבאר זיין, און דער באשעפער וועט אייך באצאלן פארן מאכן משפחת טהור'ל'ס שבת טיש שענער.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » דאנארשטאג יולי 17, 2014 2:59 am


נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג יולי 17, 2014 3:42 am

טהור'ל עס קוקט אויס ווי איר טרינקט פיינע רויטע טרוקנע וויין, ווייל נאר פון דעם קומען נישט די פלעקן ארויס גרינג.
לייג אריין "בליטש" פאר אפאר טאג. אדער ווייסע עסיג. אדער לייג אריין א וואונדערליכע זייף וואס רופט זיך "באר קיעפער'ס פרעינד" bar keeper's freind" פאר געציילטע מינוט'ן, עס ארבעט וואונדער ביי וואנעס וכדומה וואס די שווארצקייט קומט נישט ארויס. [אבער איך נעם נישט קיין אחריות פאר דיינע כלים].
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 17, 2014 8:22 am

טהור, ווייקן אין זייף, לייג אריין א שמאטע אדער טאול פעיפער און זיי עס גוט מנענע לד' רוחות העולם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט