ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פרנסה
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2009 10:13 am

ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו

תגובהדורך פרנסה » זונטאג אוגוסט 30, 2009 5:36 pm

די רמב"ם שרייבט אין פ"י מהל' מתנת עניים ה"ז, שמנה מעלות יש בצדקה זו למעלה מזו, מעלה גדולה שאין למעלה ממנה זה המחזיק ביד ישראל וכו', או ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו עד שלא יצטרך לבריות לשאול, ועל זה נאמר והחזקת בו גר ותושב וחי עמך כלומר החזק בו עד שלא יפול ויצטרך.
עס איז נישט קיין סוד וואס די מצב הפרנסה איז ביים עולם ובפרט ביי אינגעלייט, ואם בארזים נפלו השלהבת מה יענו וכו'.
מען הערט כסדר אז עס איז דא מענטשען וואס מאכן שיין פרנסה פון שטוב אויפ'ן וועב ווי למשל פארקויפן אויף איבעי/עמעזאן וכו', (פארשטייט איך וויל נישט חלילה עובר זיין אויף לא תחמוד, און ק"ו ב"ב של ק"ו נישט חלילה מקפח זיין קיין איינעמ'ס פרנסה ח"ו), איך וויל נאר וויסן איז אויב איז דא איינער וואס איז באקאנט ווי אזוי מען האנדלט אויפן וועב, און וואלט ווען געקענט העלפען סיי מיר און איך גלויב אז אנדערע וואלטן אויך הנאה געהאט, ווי הייבט מען אן פארשטייט זיך אן דארפן אינוועסטירען די גאנצע פארמעגן אדער גאר דארפן בארגן, ווי קויפט מען סחורה, וואס זענען די זאכן וואס גייען גוט, ועל כולם ווי אזוי באגייט מען זיך מיט איבעי, עמעזאן, וועלכע פון זיי איז בעסער, אדער איז גאר דא עפעס בעסער.
ובזכות זה זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א כוח"ט
מעלה גדולה שאין למעלה ממנה זה המחזיק ביד ישראל שמך, ונותן לו מתנה או הלואה או עושה עמו שותפות או ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו עד שלא יצטרך לבריות לשאול (רמב"ם פ"י מהל' מת"ע ה"ז)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוגוסט 30, 2009 7:46 pm

וואס פעלט דיר פין אטא דעם אשכול?

נאדיר א לינק

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

פרנסה
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2009 10:13 am

תגובהדורך פרנסה » זונטאג אוגוסט 30, 2009 8:03 pm

געלעגער האט געשריבן:וואס פעלט דיר פין אטא דעם אשכול?

נאדיר א לינק

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic


קודם א ישר כח פאר'ן מיר פראבירן צו העלפען, יהי משכרתך שלימה מעם ה'.

איך וויל אביסל קלאר שטעלן מיין מצב וואס איך געפון זיך, איך בין נישט קיין איבעי פארקויפער אדער קויפער וואס דארף הילף מיט קלייניקטען.

איך בין אן אפרוח שלא נפתחו עיניו, אינגאנצען ניי אין עולם המסחר, און איך זיך ווי צו קויפען סחורה ראשינקעס אדער מאנדלען יהיה מה שיהיה, וואס מען קען נאכדעם פארקויפען פאר א שטיקל ריוח.
ביטע ווער עס קען מיר העלפן ישר כח
מעלה גדולה שאין למעלה ממנה זה המחזיק ביד ישראל שמך, ונותן לו מתנה או הלואה או עושה עמו שותפות או ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו עד שלא יצטרך לבריות לשאול (רמב"ם פ"י מהל' מת"ע ה"ז)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אוגוסט 30, 2009 8:10 pm

שאלעם אלייכעם 'פרנסה' מאכט אייך באקוועם קודם, יעצט קעמען רעדן...

די ערשטע זאך דארף מען וויסן, דאס איז נוגע אלעס איבעי צו וואס ס'זאל נאר נישט זיין אז גארנישט גייט נישט אינסטענטלי, די וועלט זאגט: געלט וואס קומט גרינג, גייט גרינג.

מען דארף האבן אסאך סייעתא דשמיא מיט הויפענס געדולד!

יעצט וועגן איבעי, די זאגסט אז די האסט קיינמאל נישט פארקויפן אדער געקויפט, דאס מיינט צו זאגן אז די האלטס נאך פארן א'.

מען הייבט נישט אן ביים ווערן א איבעי סטאר, קודם פארקויף איין זאך און קוק וויזוי ס'גייט צו, ווי שווער ס'איז, וויפיל צייט ס'נעמט, וויפיל געדולט, וכדו'

דאן וועסטו זעהן צו ס'איז פארדיר בכלל, אויב יא דערנאך פארקויף נאך איין זאך צו צוויי, צוביסלעך אויב ס'וועט זיך איינגעבן וועסטו זוכן זיך אויסצוברייטערן. ענד וויל טעיק איט פראום דעיר.

כנלע"ד נכון.

הצלחה רבה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 30, 2009 11:33 pm

שלום עליכם פרנסה..

דאס וואס לאז געמאכט האט געשריבן איז אמת, איבעי איז זייער סימפל ווען מ'קענעס, און זייער קאמפלעצירט ווען מ'קען עס נישט, פראביר אנצוהייבן מיט איין אייטעם, און דערנאך גיי צו צוויי, דריי, א. א. וו.

בנוגע עמעזאן, איז סאך גרינגער זיך א עצה צו געבן, אבער עמעזאן האט שווערע רול'ס, און זיי זענען זייער שטרענג.

סתם א עצה, ווען דו ביסט שוין גוט אויף עמעזאן, איז גוט צו וויסן, עמעזאן איז א פלאץ ווי מענטשען זיכן זאכן וואס קיינער האט נישט, איך קען א יונגערמאן, וואס זוכט אויף געוויסע זאכן וואס ער ווייסט אז ביז א יאר גייטעס שוין קיינער נישט האבן, אבער גייט נאך ווערן געזוכט, ער קויפטעס און לייגטעס אוועק.

נאך א יאר, ווען קיינער האטעס שוין נישט, פארקויפטערעס פאר געפעפערטע פרייזן, און מאכט ב"ה שיין פרנסה.

עניוועי, זאלסט האבן אסאאך הצלחה אין אלעם וואס דו טוסט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 1:27 am

העלא פרנסה, וואס מאכסטו עפעס גוטס??
איך לויף דיר שוין נאך אזוי לאנג, ענדליך געטראפן ...

נישט צו לאנג צוריק האב איך געשריבן לאנגע תגובות אין צוויי באזונדערע אשכולות איבער אונליין ביזנעס, עטליכע האבן געשריבן אז ס'האט זיי געהאלפן מיין אינפארמאציע. איך האב נישט קיין צייט צו זוכן יעצט, ווער עס קען תע"ב.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פרנסה
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2009 10:13 am

תגובהדורך פרנסה » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 2:53 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:די ערשטע זאך דארף מען וויסן, דאס איז נוגע אלעס איבעי צו וואס ס'זאל נאר נישט זיין אז גארנישט גייט נישט אינסטענטלי, די וועלט זאגט: געלט וואס קומט גרינג, גייט גרינג.


נו אוודאי ווער רעדט זיך איין אז עס גייט גרינג, עס שטייט דאך "בזיעת אפך תאכל לחם"

לאז געמאכט האט געשריבן:מען הייבט נישט אן ביים ווערן א איבעי סטאר, קודם פארקויף איין זאך און קוק וויזוי ס'גייט צו, ווי שווער ס'איז, וויפיל צייט ס'נעמט, וויפיל געדולט, וכדו'


באמת איז עס א גוטע עצה, אבער די שאלה איז מיט וואס זאל איך אנהייבן? פארשטייט זיך אז אויב איך וועל פראבירן צו פארקויפען מיין אלטע סעלפאון, אדער די פרינטער וואס איך האב גע'ירש'ענט פון מיין שווער, און ווארטן ביז איינער איז אינטערסיט אין עס, ווער ווייסט ווי לאנג איך וועל ווארטן?? און וואס וועל איך מיר שוין לערנען פון דעם? חוץ אינגאנצען מיואש ווערן.
אדרבה אפשר ווייסטו פון אן אייטעם וואס איך זאל קויפן און דאס פראבירן צו פארקויפען אפילו פאר קאסט פרייז כדי צו זעהן פון דעם ווי אזוי עס גייט די ביזנעס.
יש"כ

שוועמל האט געשריבן:נישט צו לאנג צוריק האב איך געשריבן לאנגע תגובות אין צוויי באזונדערע אשכולות איבער אונליין ביזנעס, עטליכע האבן געשריבן אז ס'האט זיי געהאלפן מיין אינפארמאציע. איך האב נישט קיין צייט צו זוכן יעצט, ווער עס קען תע"ב.


אויב די געדענקסט כאשט עטליכע ווערטער וואס די האסט געשריבען כדי איך זאל עס קעען זיכען דורך "פארגעשריטנע זיכעניש"
מעלה גדולה שאין למעלה ממנה זה המחזיק ביד ישראל שמך, ונותן לו מתנה או הלואה או עושה עמו שותפות או ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו עד שלא יצטרך לבריות לשאול (רמב"ם פ"י מהל' מת"ע ה"ז)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 3:25 pm

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פרנסה
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2009 10:13 am

תגובהדורך פרנסה » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:23 pm

א הארציגע דאנק הרב שוועמל פאר'ן זיך מטריח זיין פאר מיר, הלואי ווען איך האלט שוין דארט ביים זיכן עצות ווי אזוי אויפצוארבעטן מיין וועב זייטל, און אייער לינק איז נישט אומזיסט ווייל איך וועל עס אוועקלייגען אויף לכשירחיב בעזהשי"ת.

דערווייל זיך איך וואס צו פארקויפען, אפשר איז דא איינער פון די חברים וואס איז אין די האלסעיל ביזנעס און וואלט מיר ווען געקענט פארקויפען סחורה צו האנדלען, ווי געזאגט סיי ראזשינקעס אדער מאנדלען.
מעלה גדולה שאין למעלה ממנה זה המחזיק ביד ישראל שמך, ונותן לו מתנה או הלואה או עושה עמו שותפות או ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו עד שלא יצטרך לבריות לשאול (רמב"ם פ"י מהל' מת"ע ה"ז)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעל דמיון, שרייזשע און 18 געסט