בלאט 1 פון 1

וויפיל BTU דארף מען

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2009 11:32 pm
דורך קאר אינשורענס
דאס איז די מעשה, מ'קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, גאנץ שווייץ רינט דא, די היץ איז אימדערטרעגליך.. מ'האט שוין אפגעמאכט אז מ'דארף א נייע עיר קאנדישען איך גיי אריין אין די היימישע געשעפטן פרעגן מה בצע בדמי... וויפיל דמים תרתי משמע... רעדט מען,
איך הער (נישט די ניק) פרייזן ארויף פרייזן אראפ, ווענד זיך וויפיל USB ס'הא.. כמיין בי טי יוא ס'האט.
פרעג איך אים וויפיל דארף איך, מיין אפיס איז גרויס 400 סקווערע פיסליך,
ער געט אזא רעכען מיט קאלקאלעקטער אין זאגט אזוי מעשה וויכטיג מאכער (יא די ניק) די דארפסט א פיר אין צוואנציגער, איך קען דיר האבן איינס יעצט פאר זייער ביליג 450 דאלער אויב ווילסטו א GE אדער א פרידריך איזעס פון 550 אין ארויף,
האלא.. כאפ נישט איך בין נישט קיין לא עליהם.. איך ווייס אביסל וואס טיט זיך.. כאב געזען אנליין (ווי?) אז איך דארף נישט מער ווי א 12ער..,
עה יענס איז נישט פאר אינז.. דעס איז פאר א גוי אן א העמעד ווען ער שלאפט.. פאר א יוד מיט א היט ענד ראן... כמיין רעקעל אין טאפ פלאר מיזטו נעמען א 24, אין געט אזא לייג צו דרך אגב.. אפשר א. 18נער וועט אויך גיט זיין (אהא כאגעמיינט די האסט אויסגערעכנט...),

וויל איך וויסן וויזוי רעכנט מען דאס טאקע אויס, נישט פון א סעילס מעען קאלקאלעיטער..
אין אויך ווי קען איך טרעפן פאר ביליג א גיטע כלי.

א דאנק פון פראנאס פאר ווער עס ווייסט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:25 am
דורך קאר אינשורענס
temp1.jpg

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 11:03 am
דורך farshlufen
ואני הקטן שבקטנים באגרייף נישט ווי אזוי מיט א פלעינעם רעכענען מיטן קאלקולעיטאר קאן מען וויסן די מאס פון בריטיש טערמאל יוניט וואס מען דארף צו האבן, זייער אסאך זאכן דארפן אריינקומען אין חשבון.

בקיצור נמרץ, ערשטנס דארף מען וויסן וויפל היעט געין ס'איז דא אין דעם שטוב, אין אן אפיס וואו עס לויפן דריי הארד דרייווס מיט צוויי קאפי פעקס מאשינען + א פריזשידער מיט א קאפי מאשין, ברויך מען אסאך א גרעסערער כוח אראצוברענגען די היץ, די דעלטע טי איז אסאך העכער.

חוץ מזה מאכט א נפקא מינא ווי הייס די דערנעבנדער צימער איז, ועוד ועוד.