פרישע דירות פראיעקט: "חזקת הבתים"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

פרישע דירות פראיעקט: "חזקת הבתים"

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 7:50 am

אדווערטייזט אויפן היינטיגן קלאסיפיידס

http://www.deerros.com/
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 4:56 pm

מה זה?
מי הוא זה?
ווער קע בעסער מסביר זיין?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 5:05 pm

אן א דאון פעימענט קען זיך דאך יעדער איינער איינשרייבן צי ער האלט יא למעשה ביים מופען צי נישט קודם כאפן א מציאה איז יעדער גרייט נאך דעם אין דריי יאר ארים וועט מען שוין זען וואס די מצב וועט זיין
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 5:29 pm

דאס איז לכאורה א רעגירונג פראעקט, אדער א פראעקט מיט די הילף פון די רעגירונג ווי מען געט ארויס א חלק פון די דירות פאר לאו אינקאם, און דערפאר דארף עס גיין מיט אפליקאציעס, און ווער עס ווערט אויסגעוועלט קען זוכה זיין צו געבן געלט און באקומען א דירה.

בלויז השערה, ווער עס ווייסט מער זאל מעלדן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 5:58 pm

אין די היינטיגע קלעסיפייד האט ער צוגעלייגט אז ס'איז נעבן עקזיט 109
ער האט זיך אויך אונטערגעשריבן מיטן נאמען "שמואל אייזענבערג"
בשם הועד
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע מעלדן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 6:00 pm

אגב, אפשר קענען די מנהלים לייגן דעם אשכול אויך אין די "ולאחיו יאמר חזק" אפטיילונג אזוי ווי אלע דירות און שטעטל אשכולים (איך ווייס אז די לצים וועלן עס באלד וועלן לייגן אין בד"ה אשכול) און אפשר איז כדאי צו מאכן א סוב פארום "דירות און ישובים" אזוי ווי מען האט געמאכט זייער א פראקטישע סוב פארום פאר אויטאס
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 12:20 am

איך האב געקלערט אז מען ברויך עס לייגען אין 'ידיעות התורה' ווער דען לערנט 'חזקת הבתים'?.......

ליהודים
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

תגובהדורך ליהודים » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 1:50 am

הלוואי זאל זיך עס אויסארבעטן.

איך וועל זיין פון די עשרה ראשונים ארויסצומופן.

אוועטאר
גרינע מיטוואך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 4:22 pm

תגובהדורך גרינע מיטוואך » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 11:52 am

"כל אדם שאין לו קרקע אינו אדם"
דאָס איז דער מאָטאָ פֿונעם נייעם שטעטל
ווי טרעפֿענדיג קלונגען אונדערע חכמים´ס ווערטער ווען מ´דרייט זיך ארום די וויליאמסבורגער געסעלעך ווי אחב"י לעבן אין מײַזענלעכער: דער לופט שטיקט, דער געשטאַנק רײַסט אָן קײַן רחמנות, ובנוסף למכות האלה "זכינו" לדאבונינו אַז שועלים הלכו בו די אַרטיסטען וכת דילי´ מיט די גרינע האָר, אשמדאי הערנער און פּענאָקיאָ לאַנגע נעזער, אַזױ אַז מ´קאָן נישט אַרױסקוקן די דלת אמות, ס´איז גועל נפש ממש וואָס ש"י טבילות קאָן דאָס נישט אָפּרייניגען
ווער רעדט נאָך פֿון די געשװאָלענע פּרייזן װאָס אפֿי´ בימי עפרון וואָלט אַזאַ פּרײַז געװען אַ געװאַגטע שריט. ס´נישט קײַן סוד אַז הײַנט אין וויליאַמסבורג, פֿאַר צווי חדרים מיט אַ חצי ביה"כ לאָזט מען אײַך שינדען די הױט אָן קיין רחמנות, אַזױ אַז דער בױדעם־שטיבּעל װעט אַײַך אין דער ערד לייגען לעבעדיגערהייט.
מיט איין וואָרט "אינו אדם" פּשוטו כמשמעו. ודו"ק כי קצרתי.
הנני העני...
כ´בין נישט מער װי אַ פּראָסטע שאַלעשידעס,
אַ ייד פֿון אַ גאַנץ יאָר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 12:16 pm

ווייַזט אויס איר גלייַכט גיכער דאס געשטאַנק פון א סקאָנק.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 12:34 pm

גרינע מיטוואך, כ'זעה נאכנישט די קורצקייט אין דיינע ווערטער, האסט לכאורה גאר שטארק מאריך געווען.

אוועטאר
גרינע מיטוואך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 4:22 pm

תגובהדורך גרינע מיטוואך » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 12:40 pm

וכּאַן הבּן שואל
ווי קריכט מען אַרױס פֿונעם שטייג, ואם תאמר מאָנסי או לייקווד, לא אהנו חכמים בתקנתם, די פּרייזן פֿאָרן דאָרט באַרג אַרױף הור ההר, און די בעלי מסים לאָזן נישט דאָרטן זיצן במנוחה. און אַפֿילו די יקרות איז נישט װי אין שטאָט, דאָך, אין הקומץ משביע, די דחקות בּרענט, נו, גיי שטעל דיך אױפֿן קאָפּ.
לאָמיר מאַכן אַ פּשוטע חשבון: אחב"י די בכל אתר ואתר, שפּייט אױס יעדעס יאָר צענדליגע חתנים וכלות..ובני ישראל פּרו וישרצו וכו´, מ´קריכט ארױס פֿון אַלע זייטן, דער געדראַנג גרעסערט, דאָפּעלט און דריפּלט זיך מיום ליום..און אַלץ אינעם זעלבּן לאָך, אַזױ אַז ס´האַלט שױן ביים שפּיץ נאָז...ועוד מעט...
חברה...נאָר איין עצה איז אונז געבליבן "לך לך" מאַכט רש"י,פּאַקט פּעק און געגאַנגען.
הנני העני...
כ´בין נישט מער װי אַ פּראָסטע שאַלעשידעס,
אַ ייד פֿון אַ גאַנץ יאָר

אוועטאר
שמיציגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2009 9:13 pm

תגובהדורך שמיציגער » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 12:49 pm

ווי איך שטעל זיך פאר וועט זיך עס לכאורה אויסלאזן ווי אלע אנדערע פלענער, ניין? האלטס עטס נישט אזוי?
האב נישט מורא, ס'איז נאר שמיציג!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 1:07 pm

לאמיר האפן אז נישט
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
גרינע מיטוואך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 4:22 pm

תגובהדורך גרינע מיטוואך » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 3:56 pm

װי אַהין װעל איך גיין?
חזקת הבתים!
אַ גאַנצע סװיטע פֿון עסקנים וואָס אָט דער ברענדיגע שאלה גייט נישט אַראָפּ פֿון זייער טיש. זענען געקומען צום החלטה נישט צו רוען ביז מ´וועט לייזען דעם פֿראַגע. שױן די לעצע פינף יאָר אַרבעטן זיי שױן שטילערהייט מיט די רעגירונג אָפּסטיעט אױף דעם נייעם ישוב.
איך פֿאַרשטיי איר וועט גלייך באַפֿאַלן "מיר קאָנען שױן דעם אַלטן נוסח" יעדעס גרינע מיטוואָך הערט מען פון פרישע פּראָיעקטן און ס´ענדיגט זיך מיט אַן אױסגעבּלאָזענעם איי, ומה נשתנו אלו מאלו?
רבּותים! כאַפּט נישט קאַן הייסע לאָקשן!!
מיר בּרעכן היסאָריע!איר מוזט פֿאַרשטיין אַז זײַט קאָלאָמבּאָס האָט אַנטדעקט אַמעריקא איז נאָך אַזאָנס נישט געהערט געוואָרן. ס´רעדט זיך דאָ װעגן אַ ישוב פֿון איבער טױזענט הייזער גרייט צו שטעלן די פֿאָדומענטן.
ס´איז אַן ארץ רחבת ידים מיט איבער גענוג פּלאץ פֿאַר אן עיר ואם בישראל.
ס´נישט אין קײַן מדבר, מ´דאַרף נישט איבערקריכן בּלאָטעס אין הרי אררט ארײַן, נאָר שטייט האַרט בײַם גרעניץ פֿון עקזיט 107 און סאָליװאַן קאונטי גרייט זיך צו בּאַזעצן. בּואו ורשו את הארץ!
הנני העני...
כ´בין נישט מער װי אַ פּראָסטע שאַלעשידעס,
אַ ייד פֿון אַ גאַנץ יאָר

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 23, 2009 7:39 am

סאכדעס האט געשריבן:גרינע מיטוואך, כ'זעה נאכנישט די קורצקייט אין דיינע ווערטער, האסט לכאורה גאר שטארק מאריך געווען.

'איז קאנטיג אז מעלץכבוד תורתו איז קיין וומסב"ג'ער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
גרינע מיטוואך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 4:22 pm

תגובהדורך גרינע מיטוואך » זונטאג אוגוסט 23, 2009 5:06 pm

מי ומי ההולכים!
ס´ערשטע שאלה וואָס יעדער פרעגט מיט ווען גייען מיר דאָ צום טיש? זענען זיי מאנשי שלומנו? אָדער גאָר פון די רױטע יידעלעך מיט גרינע הױזן? און װאָס איז מכוח בתי מדרשים, אשכנז צו ספרד?
מען מוז פֿאַרשטיין אַז די אַלע שאלות נעמען נישט קײַן אָרט בײַ אונז. ראשית כל, די ערד דאָרט איז גענוג גרױס צו פֿאַרנעמען אַלע שיכטן און קרייזן. ס´נישט קײַן דערפל גרױס װי אַ געניץ װאָס אױב איינער שטעקט אױס זײַן פֿליגל האָט שױן קײַנער קײַן צוטרױ, נאָר איש תחת גפנו װעט זיך קאָנען פֿילן באַקװעם ונהרא נהרא וכו.
והשנית, היסוד למטרתנו הוא השלום.אַזױ װי מאָנסי און לייקוואד: וועט קײַן שום קהילה האָבן רעכטן בנוגע דעם שטעטל נישט קײן חילוק איר מאָס און צאָל יעדער איינער קאָן מאַכן שבת פֿאַרזוך, ואדרבה, די וועד װעט העלפֿן די מנהיגים ורבנים מיט מוסדות וקהילות כדלהלן.
הנני העני...
כ´בין נישט מער װי אַ פּראָסטע שאַלעשידעס,
אַ ייד פֿון אַ גאַנץ יאָר

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 5:12 pm

עפעס מער אינפארמאציע, ווער איז דער אייזענבערגער וואס שרייבט בשם הועד?
בעיקר "אמת'דיגע נעמען פון מענטשן"
והשנית, איז עס עקזיט 107 אדער 109
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
גרינע מיטוואך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 4:22 pm

תגובהדורך גרינע מיטוואך » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 6:09 pm

בערעל
ס´מײַן גרײַז עס איז האַרט בײַם עקזיט 109
הנני העני...
כ´בין נישט מער װי אַ פּראָסטע שאַלעשידעס,
אַ ייד פֿון אַ גאַנץ יאָר

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 11:06 am

גרין מיטוואך זענט איר ניצן גוגל יבערזעצער צו שרייבן דיין באַמערקונגען?

אוועטאר
גרינע מיטוואך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 4:22 pm

תגובהדורך גרינע מיטוואך » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 5:19 pm

לאָז געמאַכט
ווער זאָגט אײַך אױס אינסייד אינפאָרמיעשאָן?
הנני העני...
כ´בין נישט מער װי אַ פּראָסטע שאַלעשידעס,
אַ ייד פֿון אַ גאַנץ יאָר

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 12:45 pm

ליינט א גאנצע באשרייבונג אינעם בליק דעם חודש
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 10:42 am

מיר האבן אמאל געדילט מיט א קאמפאני וואס פלעגט אסאך אדווערטייזן, זיי פלעגן אייביג האבן אינטערעסאנטע עדס, א שיינע וויץ, א קנאקעדיגע איידיע וואס האבן געכאפט די אויג, יעדער האט גערעדט פון די עד'ס, אבער עס האט געפעלט די מעסעדזש, וואס פארקויפט מען דא?

שוין א לאנגע צייט וואס מ'אדווערטייזט די חזקת הבתים, אבער צו וועם מ'רעדט זאגן אז מ'שפירט ווי נישט אים מיינט דאס, קיינער פארשטייט נישט וואס איז דאס, מיר האלטן מיך שוין צוריק פון פרעגן די הארטע פראגן א לענגערע צייט ווייל קיינער וויל ח"ו נישט האקן אויף אזא וויכטיגע זאך מ'פרייט זיך אז איינער טוט עפעס, מ'האפט און מ'בעט א יעדן טאג הלואי זאל עס זיך אויסארבייטן. מ'וויל נאר פארשטיין אפשר קען איינער מסביר זיין וואס ווען ווי? וואס איז דעס? ווער איז דעס? וועם צילט מען ?

פון די ווייניג אינפארמאציע קוקט אויס
    1. דער וועד גייט צו מיט א עדיטוט פון 'איך געב דיר דא א מציאה א איינמאליגע געלעגענהייט "ווילסט נעם! אז נישט איז נישט"'.
    2. עס קוקט אויס ווי א לשם שמים'דיגע ארבייט פון 'איך בין נאר סך הכל א וואלאנטיר' סא האב נישט קיין טענות אויף אונז פריי דיך וואס איך טו יא אז עס געפעלט דיר נישט האסט א ברירה לייג אליין צו א פלייצע.
    3. אדער עפעס אנדערש ליגט דא באהאלטן

דיסקלעימער: דעס שרייבן מיר נאך איידערן ליינען די בליק אינטערוויא (מיר פארשטייען אז דער בליק האט געארבייט דערויף ווייל זיי ווילן דערליווערן גוטע ליין מאטריאל ווי שטענדיג, אבער אויף די וועד שטעלט זיך די פראגע פארוואס ליגט נישט אזא אינטערוויא אויך אויף אייער וועבסייט, חוץ אויב די אויבנדערמאנטע עדיטוט איז אמת).
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 8:20 pm

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:30 pm

וואס ווילסטו ארויסברענגען ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט