בלאט 1 פון 106

געזוכט פלאץ פאר קורצע וויקענד וואקאציע

געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2009 1:00 pm
דורך אךשמח
עס האט זיך אין מיר אנגעצינדן א חשק פון ארויספארן אויף דעם וויקענד זיך אביסל אפצורוען און אויך צו מחי' זיין מיין חשובע ווייב וואס פירט מיט אזא געטריישאפט די גאנצע שטוב ווירטשאפט און עס קומט זיך איר אביסל זיך אויסצולופטערן, וויל איך פרעגן די חשובע ליינער אויב איינער ווייסט ערגעץ וואו מען קען זיך אביסל אפרוען אויף די פאר טאג פון ענדע וואך.

וואס דארף זיין אין שכנות פון דעם פלאץ?

צום אלעם ערשטן זאל זיין א ביהמ"ד וואלקינג דיסטענס.

אויב איז דא א פלאץ וואס מען קען דארט סערווירט ווערן דורכאויס דעם שבת איז מה טוב ומה נעים.

ווי ווייט פון ברוקלין?

נישט א גרויסער נפק"מ. לכתחילה זאל עס נישט זיין צו ווייט, א שעה צוויי איז איבער גענוג.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2009 1:15 pm
דורך סתם_אזוי
WATERFALLS קעיטערינג מאכט יעדע שטיק צייט א שיינע צוגעשטעלטע פלאץ אין א האטעל וואו מען קען זיך אויסליפטערן. די מעלה פון גיין אויף וויקעישן מיט א גרופ איז אז אלעס איז צוגעשטעלט, און מען דארף נישט מיטשלעפן איבריגע זאכן.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2009 1:27 pm
דורך 3x0
אויב ביסטו גרייט צו צאלן בערך זיבן הונדערט דאלער, קענסטו גיין צו שבת שלהבת די וואך אין די מאונטענס, און הערן הערליכע דרשות פון ר' עזריאל טויבער.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2009 2:10 pm
דורך אךשמח
א דאנק פאר די הילף אבער איך האב ערנסט געקלערט צו גיין און אינאיינוועגס הערן די פערל ווערטער פון הרב טויבער שליט"א, אבער עס איז די קומענדיגע וואך פרשת בא, און איך זוך דווקא די וואך פרשת וארא.

אגב, איך האב שוין געהאט די זכי' צו זיין מיט ר' עזריאל'ן אין פארשידענע פלעצער און ער איז הפלא ופלא.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2009 3:32 pm
דורך יאנאש
האסט פרובירט רילעקס אין? איך ווייס נישט אויב ער איז נאך אפן, אבער אויב יא איז עס נישט קיין שלעכטע פלאץ, ער איז טייער אבער זיין עסן איז חבל על הזמן.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2009 10:05 pm
דורך אךשמח
רילעקס אין איז גאנץ ווייט.

לאמיר אביסל פארקורצערן וואס כ'זוך.

מיר איז אויך גוט א האטעל וואס זאל זיין שיין און באקוועם אפי' איך זאל ברויכן מיטברענגען עסן, אויב איך וועל נישט טרעפן עפעס גוטס מיט עסן.

איז אפשר זאל איך מאכן א זוכונג פון האטעלן?

איך האב דאס שוין געטון און איך קען זיך נישט אזוי גוט אויס ווי אזוי מען מאכט דאס. דהיינו, איך זוך א גוט האטעל וואס זאל זיין קרוב צו א פינף שטערנדיגער, און לכתחילה זאל עס זיין פאר א ביליגע פרייז, אבער עס מוז האבן א ביהמ"ד אין שכינות, אפי' אויב דאס מיינט א לאנגער שפאציר אהין בעצם השבת אין די ביטערע קעלטן.

חברה, אויב וועט איר מיר נישט ערנס צוהעלפן מיינעך אז איך וועל מוזן מבטל זיין מיינע פלענער און דאס, גלייב איך נישט אז איר ווילט...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2009 10:23 pm
דורך פישל גוטביין
בעל הארבער איז זייער פאסיג פאר דיר לויט דיינע פארשריפטן.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2009 10:35 pm
דורך אךשמח
איך האב דערפון געטראכט און עס איז אויפגעברענגט געווארן ביי אונזער נאכטמאל היינט נאכט.

איך קוק נאך אלס ארום פאר עפעס בעסערס.

די סיבות נישט צו גיין אהין זענען, ווייל די פרייז איז נישט אזוי ביליג פאר אזא עכט היימישע פלאץ, וואס זעט אויס ווייט פון א שיין האטעל וואס איך זוך לכתחילה. זיי בעטן פינף מאות פאר שבת מיט עסן.

איך וועל לאזן וויסן אויב כ'בין דארט אנגעקומען.

דערווייל האלט איך אינמיטן זוכן. און מען דארף שוין אט אנרופן דעם פיש סוחר ער זאל נישט שיקן קיין פיש אויף שבת, אויב מיר גייען טאקע אוועק.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2009 10:50 pm
דורך שטרויזאק
עס איז דא אין וואודרידזש איינער טאבאק וואס פארדינגט באנגעלאוס אויף שאבעס, עס דארף צו זיין זייער געשמאק.
עס איז וואלקינג דיסטענס צו ר' יצחק לעבאוויטש.
איך וויס נישט זיין אינפא, אפשר ווייסט איינער פון די חשובע חברים.

אן די אדער הענד (קרעדיט: טעוויע דער מילכיגער) שיק אוועק דיינע צאן קדשים, קויף א פארטיגע שבת פעקעדזש פון א טעיק אוט און האב דעם וועקעישאן אינדערהיים עסטעך מחי' זיין.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2009 10:51 pm
דורך קוימען קערער
פרוביר אין עדיסאן ניו דזשערסי, דארט איז דא די ישיבת יעקב יוסף (די ישיבה האט א מענער מקוה פאר א גאנצע וואך, אבער איך ווייס נישט וועגן שבת), א היבש ביסל בתי מדרשים, און א כשר'ע גראסערי וואס האט כמעט אלע היימישע פראדוקטן (עס הייסט GLATT 27), און א שיין ביסל האטעלס נישט ווייט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 20, 2009 11:23 pm
דורך DotCom
סי-געיט איז אויך דא עפעס א האטעל'כעל איך ווייס אבער נישט קיין אינפארמעישן.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2009 11:50 am
דורך אךשמח
שטרויזאק קודם א שקויעך פארן ארויפברענגען דעם שמייכל ווען כ'האב זיך דערמאנט אין טעוויע.

זאג מיר, איז דער וואס דו האסט געשטעלט אויפן בילד נעקסט צו דיין נאמען, דער נאכפאלגער פון טעוויע'ן, ווייל כ'זוך אזא פארשוין :wink:

און צו די אלע וואס פרובירן מיר צו העלפן. זייטס וויסן, אז אפי' איך וועל נישט גיין דארט וואו איר האט פארגעשלאגן, איז גאר מעגליך אז כ'וועל אין די צוקונפט עס יא נוצן, און זיכער וועלן אנדערע קענען נוצן די אינפארמאציע וואס מען שטעלט אהער.

עדיסאן ניו דזשערסי געפעלט מיר, ווייל ס'איז נישט געפערליך ווייט פון ברוקלין (פון טרעוולען כמעט דריי שעה ערב שבת, און דריי שעה אויף צוריק, דארף מען אליינס נעמען א וואקאציע...) לויט ווי איך מיין, און ס'איז נאנט צו בתי מדרשים, ווי אויך איז מסתם דא געשמאקע פינף שטערנדיגע האטעלן דערנעבן.

לאמיר געבן א זוך.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2009 12:22 pm
דורך לעווי
איך בין דער זוממער געווען אין די עמבעסי סוויטס/הילטאן האטעל אין פארסיפעני ניו דזשערזי. עס איז א הערליכע האטעל, העליכע לאביס, באלקאנען, גערטנער און קארידארן, עס רילעקסד די מענטשהייט. אויב מען נעמט א צימער אויף די ערשטע שטאק (בעצם איז עס די צווייטע אבער עס איז די ערשטע פון צימערן) דארף מען נישט נוצען די עלעוועיטאר שבת. די צימערן/סוויטס זענען הערליך שיין. איך האב פאר שבת אויסגעפונען אז עס איז דא א שול אין די 20-25 מינוט שפאציר פון די האטעל, און איך האב געפלאנט אין די האטעל ארויס צו פרינטען דיירעקשאנס פון מיין קאמפיוטער. דערווייל ווען איך בין אנגעקומען צו די האטעל האב איך געטראפן דארט א מנין אידן. למעשה האב איך געהערט אז עס קומען כסדר אהין אידישע גרופעס פון צייט צו צייט. איך האב מורא'דיג שטארק הנאה געהאט פון יענע וויקענד וועקאציע עס האט אויף געטון וואס ס'האט געדארפט. אויך מיינע קליינע קינדער האבן זייער הנאה געהאט.


דא האט איר א לינק צום האטעל.

http://embassysuites1.hilton.com/en_US/ ... CSGBIX222Q

געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:56 pm
דורך שאץ מאץ
לאנג ברענטש און דיעל ניו דשערסי,
איז ביים וואסער, האט שיינע האטעלן אינמיטן ווינטער איז עס ביליג, ס'איז דא שול'ן מיט א מקוה,

איך בין דארט געוועהן אמאל שבת מיט ר' בעריש ספינקא ז"ל, ס'איז זייער א גוט פלאץ...

געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2009 2:01 pm
דורך סאכדעס
לעווי, וואס קאסט דארט אין עמבעסי? כ'קעניש אנקומען איצט די וועב-זייטל.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2009 2:33 pm
דורך לעווי
סאכדעס האט געשריבן:לעווי, וואס קאסט דארט אין עמבעסי? כ'קעניש אנקומען איצט די וועב-זייטל.


יעצט אין די ווינטער איז א וויקענד פון פרייטאג ביז זונטאג, פאר א קאפעל מיט צוויי קינדער הייבן זיך די פרייזן אן פון 120 דאללער און העכער.

דאכצעך מיך אז מען קען באקומען א טריפעל A דיסקאונט אויף דער פרייז.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2009 12:03 am
דורך אזוי נארמאל
אין איינע פון די פליגבלעטליך וואס באשיינען דעם פאדערצומער פון ס'רוב בתי מדרשים. איז לעצטענס צוגעקומען א נייע גרויסע פרצה/מצוה א ווי פון די עשרת הדיברות.

ס'לייענט זיך מיט א ערנסטע געזוכט בערך אזוי: די קעפל איז 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם' . אין וועלענדיג לייענען וואס חברה הצלה וויל מעלדן, ליענעט זיך'אין די היינטיגע טעיג מוזט איר זיך גיין אויסריען, איז קענט גיין אין ...(כ'געדענק שוין נישט ווי, איר קענט עס נאכקוקן) אין זיך גיט אויסריען פאר אפאר וואכן, אין דערנאך אהיים קומען ווי א נייער מענטש אן קיין שום ווייטוגן/געלט. (אויף די פונקטליכקייט זיכט עס אליינס אויף, דיכט זיך אז ס'ליגט דארט יעדן טאג)


יאנאש
דיין אויסדריק 'חבל על הזמן' דערמאנט מיר א עפיזאד וואס איז פארלאפן מיט מיר א שיינע פאר יאהר צוריק.

כ'בין געווען א יונגער בחור, כ'האב זיך א לאז געטיען דאס ערשטע מאל אויף א שפאציר אין די באראפארקער גאסן. כ'האב געזוכט א בהמ"ד'של פאר א מנחה'לע. פלוצלים דערזעיט זיך א בהמ"ד פון דערווייטען, אויף איר דעכן אין פארנט שטייט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות (?! גרעסערע!) '[בהמ"ד] חבל על הזמן' . כ'האב מיך שנעל געיוגט אהין, צו כאפן דאס מנין'דל. אין ווען מ'איז אנגעקומען, אוי איז עס פיין געווען...

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2009 9:57 am
דורך לעווי
דא האט איר די וועבזייטל צו די ארטאדאקסישע שול אין פארסיפעני נו דזשערזי, בית המדרש שי אהבת תורה,
113 Hawkins Ave.
Parsippany, NJ 07054
335-3636(973)
http://www.shayaahavattorah.org/


דיירעקשאנס מיט א קאר פון די האטעל ביז די שול
1: Start out going SOUTH on PARSIPPANY BLVD/US-202/CR-202/CR-511 toward US-46 W.

2: Turn SLIGHT LEFT onto US-46 E.

3: Turn LEFT onto N BEVERWYCK RD.
0.1 mi
Map Avoid
4: Turn LEFT onto HAWKINS AVE.

5: End at 113 Hawkins Ave Parsippany, NJ 07054-2132

Estimated Time: 5 minutes Estimated Distance: 2.63 miles

איך בין זיכער אז עס איז דא א שנעלערע וועג צו גיין צופוס.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2009 11:35 am
דורך אונגארישער
שאצי האט מיך אויס געכאפט :!:

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2009 12:31 pm
דורך bailout
עסן נעמט מען מיט?

וואו ווארעמט מען עס?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2009 12:34 pm
דורך לעווי
bailout האט געשריבן:עסן נעמט מען מיט?

וואו ווארעמט מען עס?


אדער ברענגט מען מיט א האט פלעיט, און איך מיין (נישט זיכער) אז מען מעג אפילו נוצן זייערע האט פלעיטס אויב זיי גיבן.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2009 11:27 am
דורך ווייסעך וואס
איך זעה דא רעדט מען פון א וויקענד וואקאציע.

האו אבאועט א מיד-וויק וואקאציע,

א שיינע לוקסוזעריע האטעל אין א געגנט נאנט צו א ביהמ"ד מיט מנינים ביז בערך 9-10 צופרי אין פארשטייט זיך א ווארימע מקוה.

איך האב געקלערט אין די לעיקוואד געגנט, ס'איז דא דארט א אויסוואהל פון בתי מדרשים, האט איינער עני עקספיריענס?

געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2009 1:01 pm
דורך געדולד
שאץ מאץ האט געשריבן:לאנג ברענטש און דיעל ניו דשערסי,
איז ביים וואסער, האט שיינע האטעלן אינמיטן ווינטער איז עס ביליג, ס'איז דא שול'ן מיט א מקוה,

איך בין דארט געוועהן אמאל שבת מיט ר' בעריש ספינקא ז"ל, ס'איז זייער א גוט פלאץ...


וואו איז דער נעטסטע שול מיט מקוה?

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 12:29 pm
דורך ווייסעך וואס
חברה! מיין ציייט וואס איך קען מיך ערלויבען די פאר טעג פאר וואקאציע איז זייער באגרעניצט.

איך קען עס נאר אריינשופן די וואך אדער נעקסטע וואך, אין דאס איז עס ביז נעקסטעס יאר,

האט איינער עפעס עקספיריענעס אין די לעיקוואד געגנט? א בעסערע האטעל? ווי קען מען דאווענען ביז אין טאג אריין? מיט א מקוה שטייטצעך!!

עטס וועטס מיך ראטעווען ממש, איך מוז עס האבן עמערזשענסי...

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 1:26 pm
דורך משמש
וואס האלט דער עולם איבער ראוד איילענד?
א חבר מיינער וואס איז דארט געווען האט איבערגעגעבן פאזיטיווע גריסן.