ווי אזוי פירט איר א שבת טיש?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

ווי אזוי פירט איר א שבת טיש?

תגובהדורך זיס » פרייטאג יולי 31, 2009 12:19 pm

פאראן יונגעלייט וועלכע הויבן אן צו עסן סעודות אינדערהיים, אבער ווייסן נישט ווי אזוי צו פירן טיש... צי זאלן זיי זאגן עפעס א ווארט, אדער סתם דערציילן פון די סדרה, וואס זינגט מען, וואס טוט מען מיט די קינדער וכדו'...

לאמיר זיך אלע אויסשמועסן אביסל, לאמיר הערן ווי אזוי אייער שבת טיש קוקט אויס (נישט ווי אזוי איר ווילט ס'זאל אויסקוקן...); איר אייער סעודה א שטיק ניגון, אדער א שטיק תורה, אדער אפשר שלאפט איר אפ דעם גאנצן סעודה, אדער עסט איר אליין און לאזט די קינדער ארומשפרינגען...

און בכלל, גייט אריבער די סדר פון די סעודה, וואס טוט איר, ווען זינגט איר, פארהערט איר די קינדער אינמיטן סעודה? - טאנצט איר מיט די קינדער? - שטעלט אראפ די סדר פון אייער שבת'דיגע סעודה...

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » פרייטאג יולי 31, 2009 12:27 pm

א גאון'ישן בייפאל, איך גלייב אז יעדער עקסטער וועט הנאה האבן פון דעם.

בכלל איז עס א געשמאקע נושא צו רעדן, דערמאנדיג זיך אין די ששת ימי המעשה, אביסל פון דעם מעין עולם הבא,

פאלט מיר יעצט ביי אן אידיע, אזוי ווי לעצטענס איז מען דא זייער ביזי מיט גרעפיקס,
איז באקאנט איינע פון די יסודות, אז מ'דארף ארויף לייגן א געשמאקן זאך וואס זאל ברענגען א מתיקות ביים דער קאנסומער (די לאגא פון "עפל" יוכיח)

מיין איך ארויף צולייגן א בילד פון א שבת סעודה, וועט יעדן איינעם ציען צו אזא בילד.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יולי 31, 2009 12:33 pm

איז נאך נישטא קיין ארטיקל פון שאץ מאץ אין דעם ענין?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג יולי 31, 2009 1:25 pm

אה! א געשמאק פון אן אשכול, איישר כוחך וחיליך.

צוערשט לאמיר עס אביסל צינעמען.
וואס איז דאס א שבת טיש?
נאך א שאלה, און לאכט נישט (אדער אפשר יא...):
וואס איז דאס א טשולענט?
נו.מה ענין טשולענט אצל שבת טיש? (נאכאמאל, וואס פרעגט איר?)
כ'על ענטפערן אויף ריקוועגס על אחרון ראשון ועל....
א טשולענט איז צוזאמען געשטעלט פון געוויסע רוי-מאטריאל, וואס די בעיסיקס דהיינו, די בונדלאך, פלייש און ביינער, זענען מער אדער ווייניגער די זעלבע ביי יעדן, און ס'איבריגע, לייגט זיך יעדער אריין לויט זיין געשמאק, איר וועט זיך נישט גלייבן וואספארא סארטן מילי דמיכל ולא דמיכל בלאנדשזען אלס אריין אין א טושלענט טאפ, כ'וועל אויסרעכענען בלויז עטליכע: האניג, אינגבער, מעיאנעיז, מאסטערד וכו' וכו' אטי כי רוכלא ניזיל ונחשוב.
יעצט: כשם שאין פרצופיהן שווין... עס איז כמעט נישט פארהאן צוויי טשולענטס וואס מען זאל קענען זאגן אז זיי האבן דעם זעלבן טעם.

העמיר איבערלאזן דעם טשולענט זיך אויסבאקן אין אן עקסטערן אשכול.
אלזא, היינו טעמא ד'טשולענט והיינו טעמא ד'שבת טיש, די רוי-מאטריאל פונעם שבת טיש איז געווענליך דאס זעלבע ביי יעדן: חלה, פיש, זופ, פלייש מיט קוגל, צימעס וכו' זמירות, נגונים'לאך מיט (ביי זייער אסאך) דברי תורה מיט שמועסן מעשה'לאך אד"ג.
פון דא און ווייטער האט זיך יעדער איינער, אדער אפשר יעדע בית אב זיינע אייגנארטיגע ... כ'וועל עס רופן 'אלטערעישאנס'.
יעצט. וויאזוי זאל א בעגינער פירן זיין שבת טיש?
איז אזוי,פאנג אן מיט די פשוט'ע רוי-מאטריאל, צוביסלאך צוביסלאך, וועלן דיינע אייגנארטיגע כשרונות איבער נעמען דאס ווארט, דאס הייסט, האט איר א געשמאק אין נגינה, וועט אייער סעודה זיין מער וויינגער געבויט אויף דעם זינגעדיגן חלק, ווידעראום אויב איז אייער געשמאר תורה'לאך אדער. און מעשה'לאך וועט זיך עס בויען אויף דעם, אאו"ו.

יעצט צוויי וויכטיגע נקודות:
1. האב געדולד (נישט די ניק), כאפ נישט קיין הייסע לאקשן (אויך נישט די ניק), עס נעמט צייט ביז אייער שבת טיש וועט האבן דעם ערוואטעטן געשמאק. בשום אופן ווארף זיך נישט פאר, נאך יעדע שבת טיש, אז ס'עפעס נישט.
2. פראביר נישט נאכמאכן קיינעם, ער איז נישט דו און דו ביזט נישט ער. דיין שבת טיש וועט בעזר השם זיין א נייע אייגנארטיגע יצירה, און אזוי אויך אייער טשולענט....

געדענקט! רוב אומגעשמאקע שבת סעודות, די וועלכע איר ווילט 'נישט' נאכמאכן, זענן די קאסיקווענסען פון זיך ארויפצוואונגען מיט א נערוועזיטעט, א געשמאקע שבת טיש.

א גוט שבת.
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום פרייטאג יולי 31, 2009 5:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » פרייטאג יולי 31, 2009 2:46 pm

איך וועל ווארטן אויף ידידינו הרב שאץ מאץ שליט"א ער זאל אונז פארשטעלן א שבת טיש, אזויווי ער האט אראפגעלייגט דעם סדר.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22831
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 31, 2009 4:00 pm

שטארק זיך, שלום עליכם, זייער זייער גוט ארויסגעברענגט, און צום פוינט..


ווען איך האב געלערנט אין ישיבה
- אין אויסלאנד, האב איך געגעסן אסאאך ביי פרעמדע בעל בתים, און גענוי ווי דו זאגסט, די אלע וואס האבן פראבירט ארויסצו-ווייזן זייערע שיינע געשמאקע ווארימע שבת טיש, איז די סעודה געווען א אפקומעניש, די אלע וואס זענען געווען פלעין, נאטורליך, זענען געווען די שענסטע ווארימסטע, און דער עולם האט נאר געוואלט צו זיי גיין..

און יעצט וועגן מיר, זייענדיג איינער וואס גלייכט זייער נגינה, און ב"ה מיין פרי-כיתה א' יונגל גלייכט דאס אויך, פארברענג איך אסאך מיט נגינה מיט עם..

תיכף נאך די פיש, פארהער איך עם זיין צעטל, און דענאך גיימער אריבער צו די א"ב, אויף יעדן אות זינגט מען א ניגון וואס הייבט זיך אן מיט יענעם אות, (למשל א'-"אנא אנא אנא"... ב'-ברוך הבא.. ג'-געוואלד געוואלד.. יבנה המקדש.. אלעס וואס ער האט געלערנט אין חדר..) געווענדליך פארנעמט דאס א גרויס חלק פון די סעודה, און רוב מאל פאצייל איך עם א מעשה.. (ס'קען זיין די זעלבע מעשה פיר וואכן אין איין צו.. יא יא, ער בעט ער וויל נאכאמאל הערן יוסף מוקיר שבת, צו דמה בן נתינה..)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » פרייטאג יולי 31, 2009 4:50 pm

שטארקער, ווי אר פראוד אף יו. אונז האמער באקומען א פיינעם קרעטשמער.. קיפ אן מיט דיינע פיינע תגובות..

ביי אונז איז דער שבת טיש זייער ארגינעל; קיינע דרשות, קיינע תורות. אבער וואס יא? ניגונים, אסאך ניגונים. קודם די זמירות, וועלמער ענדערש אויספיקן די לאנגע ניגונים, ווייל עס איז זייער שיין און עס בלאזט אריין ווארעמקייט אין זיך, אין שטוב, פאר א גאנצע וואך. נאך דעם זינגט מען די עדישענלס, אזעלכע ווי רחם בחסדך, פארשידענע וואלכלעך און פוילישע מארשן, די וועלכע פארלירן נישט דעם חן אפילו נאכן זינגן וועכנטליך.
אונז האמער נאך א מנהג. ווען אימער שעפטיל טרעפט אין ספרים געשעפט א ספר וואס פארציילט מדרשים אויף די סדרה, קויפט ער עס. ווייל ביי אונז פארציילט מען יעדע וואך די אינטערסאנטע זאכן פון די סדרה. עס איז אסאך מאל גאר אינטערסאנט, ווער רעדט נאך פון אזא וואך ווי קרח.. בלק.. און אויב מען טוט די אלע זאכן, איז מען באוויליגט פארן אויבערשטן.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג יולי 31, 2009 4:58 pm

עליכם שלום ר' וויכטיג, יישר כוח פאר דיין באגריסונג, עס מאכט מיר פילן היימיש.
כ'גלייך דיין איידיע פון זינגען לויט די אלף בית (ווידער נישט די ניק, וואס האטער קעגן זיי...?), כ'וועל עס אי"ה פראבירן דעם שבת.

עוד רגע אדבר, דו זאגסט אז דיינע קינערלעך בעטן 'יוסף מוקיר שבת' נאכאמאל און נאכאמאל. ערלויבט מיר נאר זיך אפשטעלן אויף דעם.
מיר ערוואקסענע האבן א טבע אז מיר ווערן שנעל באורד פון א זאך, א דרשה טעיפ וואס מ'האט איינמאל געהערט וועט מען געווענליך נישט איבערהערן נאכאמאל, נאך א ביישפיל,וואס איז אייער רעאקציע ווען איר הערט פון א בדחן דעם זעלבן דזאוק נאכאמאל, ניין, כ'ווארט נישט אויף קיין תירוץ...
על כן מיינן מיר אז קינדער זענען אויך אזוי, צוליב דעם איז דא מענטשן וואס דערציילן נישט קיין מעשיות פאר די קינדער, מיינענדיג אז מען דארף פארמאגן אן אוצר מיט מעשיות צו אונטערהאלטן די קינדערלעך.
דער אמת איז אבער, אז נישט נאר דאס אז די קינדער זענען מוותר אויף נייע מעשיות, נאך מער פון דעם זיי ווילן ענדערש איבערהערן די אלטע.
לא באתי להוסיף, כ'האב נאר מפרש געווען וויכטיג'נס דיבורים, עיין לעיל במקור..
כ'וועל מסיים זיין מיט א פערזענליכע אנעקדאט:
מיין מוטער זז"ג פלעגט אונז יעדן פרייט צונאכטס דערציילן די זעלבע מעשה, נו.. וועלכע? יא איר האט געטראפן: "אמאל איז געווען א טשאדעלע באדעלע....(איר געדענקט דאס נאך...).
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום זונטאג אוגוסט 02, 2009 2:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש אוגוסט 01, 2009 10:22 pm

דאס וואס וויכטיג-מאכער שרייבט וועגן זינגען ניגונים עפ"י סדר האלף בית, איז אינטערסאנט אז פונקט דעם שבת האב איך ליגנדיג אין בעט נאכמיטאג געהערט דעם זעלבן געדאנק ביי א שכן, וואס האט מיט א הערליכע קינדער כאר (בליעה"ר) אויסגעזינגען מערערע ניגונים, און שפעטער האב איך געהערט אז ער זינגט אלעס לויט די סדר הא"ב.

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מוצ"ש אוגוסט 01, 2009 10:30 pm

קרעמער מיט וויכי, שכינים.... נאט בעד.. וואס מען ווערט אלץ נישט געוואר..
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מוצ"ש אוגוסט 01, 2009 11:31 pm

ווילאנג מען האט קינדער בערך די זעלבע עידש גייט עס נאך מיט, מען זינגט אביסל, שמועסט אביסל, אבער ווען ביים טיש זיצן א גאנצע טשאדעלע באדעלע קעניינע הארע אלע עידשעס איז זייער שווער צו האלטן קאנטראל, ווען מען פארציילט א מעשה'לע פאר די גרעסערע ווערן די קליינע צושפילט, און די זעלבע פארקערט, ווען מען לאזט זיך אראפ צו די קליינווארג הייבן די גרויסע אן צו פירן אן אייגענעם ווערטשאפט, מען דארף פראבירן צו גיין צווישן די טראפן, גאנץ שווער.
מיין שווער זאל זיין געזונט פלעגט פירן דעם שבת טיש ווי מען פירט א חדר, קיינער האט נישט געטארט ארויסרעדן קיין ווארט (נאר אויפהייבן די הענט...) ער האט גערעדט דברי תורה און געזונגען די גאנצע סעודה, פארשטייט זיך אז די קינדער האבן נישט געהאט קיין גרויס געדולד איינצוזיצן, בפרט די מיידלעך, אויף דער עלטער ווען ער האט אנגעהויבן חתונה מאכן די קינדער און די איידימער זענען אנגעקומען האט ער מיט אלע כוחות פראבירט אנהאלטן זיין ממשלה אבער די מלוכה איז געפאלן... עס האט זיך אנגעהויבן מיט גיין אין ביה"כ אן רשות, בעטן נאך א שטיקל חלה אן אויפהייבן די הענט, און פון דארט האט זיך עס דערקייקלט ביז ממש רעדן... היינט ב"ה איז א געשמאק צו עסן ביי אים, מען שמועסט מען פארברענגט נארמאל, פארשטייט זיך אויך מיט דברי תורה, און א היבש ביסל דברי חול.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג אוגוסט 02, 2009 10:02 am

איך דערמאן זיך די סעודות ביי מיין פאטער אין שטוב... איי איז דאס געווען מעין עולם הבא... יא, עס איז געווען לאנגע סעודות אבער מלא תוכן אין געשמאק, סיי פאר יונגערע און סיי פאר עלטערע... די ניגונים, די תורות, אלעס האט געהאט אזא אויסטערלישע חן און מלא ווארעמקייט און הארץ, אן קיין טעראר... איך געדענק קיינמאל נישט ער זאל דארפן הייסן זיך אראפצוזעצן שיין ביים טיש, אבער איך געדענק אויך נישט אז איינער פון די קינדער, אפילו די גאר קליינע, האבן נישט געקענט איינזיצן און זיך געוואלט אויפהייבן גיין שפילן, ביי די סעודה האט ער גערעדט צו יעדן אויף זיין עלטער, גרויס צו קליין, אלע האבן פארשטאנען און יעדער האט געשפירט אז מען רעדט צו אים.

עס פלעגט זיין א גרויסער חילוק צווישן די ביינאכט סעודות און די באטאג סעודות; ביינאכט איז געווען מער נגינה און חסידי'שע ווערטער מלא הארץ און געפיל, בייטאג איז שוין געווען אויף אן אנדערן נוסח, מער אפן... בעיקר האט ער ליב געהאט ארומצורעדן אין לערנען מיט די עלטערע קינדער, פשטעליך א.ד.ג. אויך פלעגט ער פארהערן די קליינע זייערע צעטליך און דערציילט מדרשים, און בעיקר... פאליטיק און זאכן וואס טוט זיך ארום די וועלט... יא, ביי די שבת'דיגע סעודה... מען האט דיסקאסירט וועגן אלעס און ארום אלעס, אבער עס האט געהאט א געוואלדיגע חן...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22831
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוגוסט 02, 2009 10:33 am

ווי געשריבן אויבן, פלעג איך עסן ביי פרעמדע בעל בתים אין די ישיבה יארן, איין אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב געזעהן, און ס'איז מיר זייער געפאלן.

ס'געווען א יוד, וואס ביי יעדע סעודה האט ער גענומען א תורה פונעם אוסטראווצער גאון, (וואס איז באקאנט, פיהל מיט חשבונות..) און געלערנט מיט זיינע קינדער, ער איז געגאנגען גענוג שטייט, אז אפילו די קליינע (7-8 יאר) זאלן קענען מיטהאלטן..

ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער די חשבונות פון "ביזת הים", און די חשבונות פונקטליך וואס יוסף האט געגעבן פאר די שבטים, און פאר בנימין.. וכד'.. ס'איז מיר געווען א חידוש וויזוי די צוויי יונגעלעך -אין עלטער פון זיבן און אכט- האבן גערעכנט דאבבעל דידזשיט-טיים-טעבל..

יענער האט מיר מסביר געווען, אז זיינע חברה האבן ב"ה שארפע קעפ, סאו פארוואס נישט אויסשארפן, ווען אינאיינוועגס הערן דברי תורה?..

איך ווייס אז ס'איז נישט געמאכט פאר יעדעם, אבער אינטערעסאנט איזעס נאך אלץ..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » זונטאג אוגוסט 02, 2009 10:59 am

איך זינג אלע זמירות באנאכט פאר די זיפ און בייטאג פאר די טשולענט, און די זעלבע מיט פארהערן די צעטליך און די סדרה פון די קליינע, איך האב יארן נישט געקענט פירן קיין געהעריגע שבת טיש ווייל געווענליך זינג מען דאס מערסטע נאך די טשאלענט\ זיפ, וואס עסענדיג די צוויי מאכלים צופאלט מיין קערפער אלל אווער די פלעיס, און איך קען קוים אטעמען.

און ווי שמערל קנאקער האט אין איינע פון זיינע מעלות פעליטאנען אויסגעפירט אז נאך א גרונטליכע אויספארשונג איז ער קלאר איבערצייגט אז די ווייבער לייגן אריין א שארפע כעמיקעל אין די מאכלים אזש מ'פארלירט דעם באוואוסטזיין, און ער איז גערעכט.

דאס האט מיך געמאכט טשענדזשן מיין סקעדזשועל, איך זינג אלע ניגונים נאך די פיש, און בייטאג נאך די אייער און ס'גייט א רויעך.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג אוגוסט 02, 2009 2:12 pm

געליינט, און הנאה געהאט פון "יעדעם'ס תגובה" [נישט די ניק..אפסס סארי]. ישר כחכם ענק אלע.

איך קוק מיך נאך פאר יעדן פרייטאג [איך דארף זיך דערמיט שעמען? :oops: ], א מעשה, א משל. די קינדער הערן דאס צו מיט אזעלכע גרויסע מיילער, אז די רביצין האט דא געטראפן א פלאץ ווי צו סעקירן די קינדער: מאך שוין צו דיין אפענע מויל!!

ביי משלים: פרובירטס צו פארציילן א משל פון א פריץ עטס וועטס זעהן ווי די קינדער זענען פאר'חלומ'ט, הערן צו יעדעס ווארט, אבער לדעתי איז דאס נאר גוט אויף די סעודות, איך שפיר נישט אז זיי נעמען דערפון ארויס דער מוסר השכל אפי' איך ענדיג צו דעם מוסר זייער זייער קלאר.

וואס יא, די קינדער קענען היינט די נעמען פון די צדיקים מיט זייערע ספרים וואס זיי האבן מחבר געווען, דאס מיינט: ר' חיים בן עטר - אוה"ח הק', וכו'. אף על פי וואס אין דעם תלמוד תורה וואס זיי גייען רעדט מען נישט דערפון, ליידער, אן עקסטערע ווייטאג פאר זיך.

מ'לאזט די קינדער אריינרעדן, און מ'ענפערט אויפן פלאץ, די קינדער צווישן זיך האבן שוין אפאר געמאכט א קנוניא אז איך שווייג און דו זאלסט אויך.. ווייל איך לאז יעדעם רעדן.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג אוגוסט 02, 2009 2:41 pm

אלף בית האט געשריבן:איך וועל ווארטן אויף ידידינו הרב שאץ מאץ שליט"א ער זאל אונז פארשטעלן א שבת טיש, אזויווי ער האט אראפגעלייגט דעם סדר.


א גוטע איידיע, אז דער עולם וויל, וועל איך מיר נעמען דערצו,

קרעמער האט געשריבן:דאס וואס וויכטיג-מאכער שרייבט וועגן זינגען ניגונים עפ"י סדר האלף בית, איז אינטערסאנט אז פונקט דעם שבת האב איך ליגנדיג אין בעט נאכמיטאג געהערט דעם זעלבן געדאנק ביי א שכן, וואס האט מיט א הערליכע קינדער כאר (בליעה"ר) אויסגעזינגען מערערע ניגונים, און שפעטער האב איך געהערט אז ער זינגט אלעס לויט די סדר הא"ב.


למען האמת בין איך געוועהן א מלמד 5 יאר ביי די קליינטישגע און דאס איז געוועהן מיין איינפיר, איך האב יעדע וואך געלערנט א אות פון די א'ב' און צוגעלייגט א א"ב ניגון, ס'איז דא אותיות וואס זענען גרינגע, ס'איז דא אותיות וואס זענען שווערע, למשל ג' און ז' זענען גאנץ שווערע, די אנדערע זענען לייכטע

א) אנא אנא אנא, א איד צו זיין איז טייער,

ב) בך בטחו, בורא עולם,

ג) געוואלד געוואלד יבנה המקדש, גלות גלות

ד) דער רבי זאל לעבן...., אדער דא דא דא דאד דיי דיי דא דאם, (איך געדענק שוין נישט וואס איז געוועהן ד')

ה) הנני מוכן ומזומן לקיים לקיים, הושיעה את עמך,

וכו' וכו' אזוי איז עס געגאנגען

וויכי דו האלסט דאך שוין מסתמא ביי אות ש זאג אויס דעם סוד....
.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג אוגוסט 02, 2009 5:49 pm

כ'אב געזען א איד, וואס האט אן אינטערעסאנטן מנהג פרייטאג צו נאכטס; נאך די פיש רוימט מען אראפ פון טיש, מען ברענגט אריין ניסלעך א.ד.ג. דאן דערציילט דער ראש המשפחה מעשיות און משלים, די קינדער גיבן צו פון זייער אייגענע זאכן וואס זיי האבן געהערט פון זייערע מלמדים אדער וואס זיי האבן געליינט, דער טאטע האט דאן די געלעגנהייט צו רעדן איבער וועלכן ענין ער פילט אז די קינדער דארפן חיזוק, און זיי גיבן צו פון זייער אייגענע זאכן אויך, אזוי האלט עס אן בערך דריי פערטל שעה, דאן מאכט מען א הפסקה פאר פופצן מינוט, די קלענערע קינדער גייען שלאפן און די גרעסערע זעצן זיך צוריק צום טיש וואס ווערט געפראוועט בנגינה ובשירה וזמרה למלך קל חי וקים.

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » זונטאג אוגוסט 02, 2009 5:56 pm

אהא... דעיס קוקט אויס צו זיין געשמאק
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 11:18 am

וואס?

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 11:49 am

שאץ מאץ האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:איך וועל ווארטן אויף ידידינו הרב שאץ מאץ שליט"א ער זאל אונז פארשטעלן א שבת טיש, אזויווי ער האט אראפגעלייגט דעם סדר.


א גוטע איידיע, אז דער עולם וויל, וועל איך מיר נעמען דערצו,
.


כ'האב וואס צו זאגן, בנוגע פירן א שבת טיש.
אבער ביז הרב "שאץ מאץ" וועט נישט רעדן האב איך נישט וואס צו רעדן. און נאדעם אודאי נישט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

רעאליסטיש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:56 pm

תגובהדורך רעאליסטיש » מאנטאג אוגוסט 03, 2009 3:34 pm

וואס טוט מען צו דעם הימל-שרייענדן פראבלעם אז ביי זי זופ דראַפּעט מען זיך ממש אויף גראדע ווענט צו קענען האלטן אפן די אויגן און נישט איינשלאפן? דאס זעלבע שב"ק צופרי, ווי נאר מען נעמט אריין די טשאלנט אין מויל פאלט ארויף אזא מידעקייט אויפ'ן קערפער - עד להפליא.
אן אנדער פראבלעם איז דאס וואס איך גלייך גראדע צו פארברענגען בשירה וזמרה אבער די קינדערלעך מיינע שיחי' האלטן אויסדרוקליך נישט ביים קאאפערירן. איך וויל נישט לייגן קיין לחץ אויף זיי ווייל דאס קען נאר ברענגען א פארקערטע רעאקציע אבער פון די אנדערע זייט איז היבש אומבא'טעמ'ט צו זינגען איינער אליינס אן קיין שום עזר מסביב.
The best way to make your dreams come true is to wake up

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 12:19 pm

נו, וואו איז שאץ-מאץ?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 1:22 pm

פותחין בכבוד האשכול, וויל איך באדאנקען פאר אלע מגיבים.

אין מיינע בחורישע יארן איז א סעודה געווען ניגונים און ניגונים און ניגונים, אבער נישט סתם, מנוחה ושמחה פון וויזניץ, קה אכסוף מיט א בענקעניש, אא''וו, היינט גייט עס עפעס נישט, אמאל ווען ס'ווייב איז נישט צו הונגעריג קען איך זיך צולאזן ביז קידוש פרייטאג צונאכטס, ועד בכלל, אבער דעטס איט, נאכדעם ס'גייט עפעס נישט.

איך האב שוין אמאל געטראכט אפשר די גרויסע בענקל איז שולדיג, אדער די הויכע טיש, ווי נישט ווי פארנעם איך דאך נאר האלב פון די בענקל, (אפשר דארף מען טאקע מאכן חתונה תקנות אויף די פורניטשער מ'זאל עס מאכן מיין סייז וועט עס קאסטן ביליגער.)איינמאל איך זעץ זיך אראפ און איך ליידיג אויס די טאמעיטא דיפ טעלער, גייט עס עפעס נישט, נישט קיין שנעלע נישט קיין שטאטע ניגונים, יעצט טראכט איך אז איך דארף ווען ברענגען די באנק וואס איך האב פאר די סוכה און דאס ניצן, אפשר וועט עס העלפן.

מיט די קליינע קומט אויס אז איך גיב זיך אפ מיט זיי בעיקר צופרי נאך קידוש פארן זיך וואשן, מ'זינגט עטליכע שבת'דיגע ניגונים, אמאל די ניגונים פון די סדרה, אמאל לאזט מען זיך ארויס אין א טאנץ, און אמאל..... האלטן זיי נישט דערביי. אבער ווען זיי זינגען מיט, ווער רעדט נאך ווען זיי זינגען הויך אזוי OFFTUNE, מיט די קאפ ארויף צום דאך, אטא דאס מיינט מעין עולם הבא. און פשוט'ן ווארט פון זון.

וואס איך וויל צוקומען איז צו דאס וואס כ'האב זיך איינגעפירט תיכף ווען כ'האב אנגעהויבן צו עסן אינדערהיים, איך קלויב זיך אויס א ספר וואס דאס לערן איך ביי די סעודה, עטליכע תורות אויף די סדרה פון די וואך און איך בין עס מסביר פאר מרת בעילאוט, נישט אלע ספרים זענען געמאכט פאר דעם אבער ס'איז דא גענוג, אמאל דארף מען ארויסקלויבן, אין די לויף פון די יארן האב איך שוין דורכגעבלעטערט, אגרא דכלה, תפארת שלמה, ייטב לב, ברך משה, אפשר נאך וואס איך געדענק שוין נישט יעצט, דאס יאר איז עס תורת משה חת''ס, מען נעמט א שיינע שטיקל מיט אביסל מוסר, מיט עפעס א מליצה ישרה, אדער סתם א שיינע געדאנק אויף די סדרה, נישט קיין כוונות און יחודים מיט שמות הקדושים, ווייל איך שפיר אז ס'דארף זיין עפעס וואס מ'זאל זיין אינטערעסירט אויסצוהערן.

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 6:52 pm

אויב מ'האט אינזין די פירוש המילות פונעם "רבון כל העולמים" נאך שלום עליכם, גייט שוין די גאנצע סעודה נאכדעם מיט א דערהויבענעם שטימונג.

בדוק ומנוסה!

עצה טובה: עס איז דא זייער א גוטער טעיפ/סי-די פון ר' ירמי' דמן (עתיקא קדישא #1) וואו ער "טייטשט" זייער שיין אויס דעם רבון כל העולמים...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 9:50 pm

סודות פון חדר!!!!!

האלט'ס ענק געשפאנט,

מ'שרייבט שוין איבער די טעמע, איך האף בקרוב ארויס צו געבן א מאמר

א טאטע ביים שבת טיש / וכו' וכו' וכו'


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Of course און 12 געסט