כשרן געלט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פייער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:00 pm

כשרן געלט

תגובהדורך פייער » מאנטאג יולי 27, 2009 12:06 am

ביטע ערקלערן וואס דאס איז -כדי די בטלנישע יודען כערכי.. וואס זענען נישט געגאנגען און קאליזש.. זאלען וויסען וואס מען טאר נישט טון ..
וועט מען נישט האבען פראבלעמען מיטען געזעץ...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יולי 27, 2009 2:29 am

איך ווייס נישט ווי גוט ס'איז צו רעדן דערפון, אבער אז דו ווילסט וויסן וואס נישט צו טוהן, וועל איך דיר געבן אפאר ביישפילן, און איך האף אז דו וועסט פארשטיין.

איך האב מיך לעצטענס באקאנט געמאכט מיט אזא פראבלעם, איך האב באקומען א ביל פאר מיין אינשורענס פאליסי, און איך האב געוואלט אריינשיקן א מאני ארדער, זאגט מיר מיין עידזשענט בלא, שיק אריין דיין פערסענאל טשעק, האב איך עם געפרעגט, וואס גייט פאר?.. האט ער מיר מסביר געווען אזוי..

דא איז דא א דראג דילער, ער האט אפאר מיליאון דאלער אין קעש, ער וויל עס אריינלייגן אין די באנק, אבער אז ער קומט אן אין באנק מיט מער ווי 10,000 דאלער אויף איינמאל, גייט די באנק מוזן ריפארטן די געלט, און ער וועט מוזן אפגעבן דין וחשבון פאר די "איי אר עס" פון ווי ער האט די געלט, וואס איז געווען זיין עצה?.. ער האט געקויפט א אינשורענס פאליסי, ער האט באצאלט א מיליאון דאללער פון זיין טאש, ער האט אריינגעשיקט א מאני ארדער, און נאך א וואך, האט ער אריינגעקאלט אז ער וויל קענסלען, (אמאל האט זיך עם געלוינט צו צאלן א פענעלטי דעפאר אויך) סאו די קאמפעני האט עם געשיקט א טשעק אויסגעשטעלט צו זיין נאמען פון א מיליאון דאללער, און דאס איז כשר'ע געלט, וואס ער ברויך ניטאמאל צאלן טעקס דערויף, און מיט דעם טשעק, גייט ער גראד אין באנק.

איז געקומען בוש, און געמאכט די פעיטריעט עקט, אז קיין שום פינאנציעלע אינסטעטוציע, אריינגערעכענט אינשורענס קאמפאני'ס, טארן נישט נעמען אזעלעכע געלטער וואס מ'קען נישט איידענטיפיצירן פון ווי די געלט קומט, און א פאליסי קען מען נאר קויפן מיט די אייגענע טשעק.

אדער א צווייטע משל, וואס דער דוועק האט געטוהן, איינער האט א ביזנעס וואס מ'צאלט עם מיט טשעק'ס אויסגעשטעלט צו עם, אבער ער וויל נישט באצאלן קיין שטייערן, גייט ער צו איינעם וואס האט א נאן-פראפיט ארגענעזעשען, און גיבט עם א טשעק, און יענער גיבט עם צוריק גרין'ס, און פטור אן עסק.

מ'דארף טאקע וויסן, היינט צוטאגס, זענען די זאכן זייער הארב, און מ'דארף זייער אבאכט געבן וועלעכע טשעק מ'קעשט, אמאל טוט מען טאקע א טובה פאר א יוד, אבער אמאל טוט מען א שלעכטס פאר זיך אליין דערמיט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יולי 27, 2009 9:08 am

די צווייטע משל איז כמעט נישט שייך וויבאלד די ביזנעס וואס צאלט אים איז מחוייב אראפצונעמען די פארלאנגטע טעקס פונעם פעי-טשעק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יולי 27, 2009 9:17 am

די צווייטע משל מוז נישט זיין אז א ביזנעס וואס צאלט עם, ס'קען אויך זיין איינער וואס איז סעלף עמפלויד, למשל א פלאמבער/עלעקטערישן..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יולי 27, 2009 9:58 am

ענדערשער און מער שכיח (אוטש..) איז ווען דער ביזנעס אליינס גיבט א טשעק פאר א ארגאניזאציע בתורת נדבה כדי זיך צו פטר'ן פון מכס. אדער ווען מען דעפאזיט א טשעק אויסגעשטעלט צום ביזנעס אין א ארגאניזאציע אקאונט . וכהנה רבות
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג יולי 28, 2009 9:20 am

אפשר מיינט ער די לינק
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » דינסטאג יולי 28, 2009 10:34 am

לאז געמאכט האט געשריבן:פראדוסער, שכח פאר די לינק זעהר אונטערסאנטע נייעס אבער ס'געהערט נישט אהער בכלל. (ס'שטייט דארט אז ווערייזאן טענה'ט אין געריכט אז איר עד'ס אז זי איז די שנעל'סטע איז יא אמת עיי"ש).


ער מיינט אוודאי צו אדרעסירן שוועמל'ס חתימה,
America's Most Reliable Laughwork


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סמארט און 11 געסט