בלאט 1 פון 2

אויסגעפינען פארוועם עס באלאנגט א סעל-פאון נומער

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 2:32 pm
דורך צייטליך
מאנטריאל, ראוד אייסלענד - ווי באקאנט קען מען אויף די אינטערנעט אויפזיכן פארשידענארטיגע זאכן מיטן בלויז אריינלייגן אייער שאלה אין גוגל און איר זענט געווענליך א געהאלפענער.

איך וויל וויסן אויף א געוויסער סעל-פאון נומער פאר וועם עס באלאנגט און ווער דער פארשוין דערפון איז, איך האב שוין זייער אסאך מאל געטוען דעראון אבער דערווייל אן ערפאלג.

עס זענען דא עטליכע וועב זייטלעך וואס שטעלן צו אינפארמאציע, אבער נאר פאר לענדליין'ס, נישט קיין סעליולער. (ווי anywho.com)

ווידעראום איז דא וועב זייטלעך וואס שטעלן יא צו אינפארמאציע פון סעליולער פאון'ס, אבער ברויכן געלט דערפאר, א זאך וואס איך האלט נישט ביים צאלן.

איז דא איינער וואס ווייסט א פשוטער וועג - אומזינסט - צו קענען אויסגעפינען דער בעה"ב פון א געוויסער סעל פאון נומער??

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 2:36 pm
דורך איך_הער
לכאורה נישט, נאר פאר געלט קעמען.

אדער איז אפשר אן איידיע, אז דו זאלסט קאלן למשל ספרינט, און זאגן אז דו האסט געטראפן א פאון מיט דעי נאמבער, (דארפסט האפן, אז יענער זאל נישט מאכן קיין קאל פונקט דעמאלטס) צו זיי קענען דיר זאגן וועמעס ס'איז. (אויך האף, אז זיי זאלן נישט קודם אפהאקן די סערוויס, אמער יענער האטעך נישט די פאון.) עניוועי, דאסיז נאר א קרעטשמערישע עצה, עפעס אנדערש מיינעך איז נישטא.

אדער מיט אן אנדערע דריידל, בעט א פרעמדן זאל קאלן דעי נאמבער, און פרעגן צו וועם ער רעדט, ער זאל שוין טרעפן א תירוץ פארוואס ער קאלטעם.

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 3:06 pm
דורך האמבורגער
גאונישע עצות

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 3:48 pm
דורך צייטליך
איך הער, איך האב אנגענומען דיין עצה... איך האב געמאכט א "ראנג נומער".. און יענעם געקאלט, עס האט זיך אויסגעארבייט.

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 3:50 pm
דורך איך_הער
יעצט דארפסטו האבן מזל אז יענער זאל נישט ליינען דא, ווייל ווען יא, גיי איך ליידן.....

אבער ב"ה אז ס'האטצעך אויסגעארבעט.

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 3:56 pm
דורך צייטליך
דאס אמאל זיכער נישט.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענער איז א פאלנער גוי וואס שיקט מיר טעקסט מעסדזשעס בטעות.

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 3:59 pm
דורך איך_הער
פיין, ווערי גוד.

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 4:28 pm
דורך לאז געמאכט
מ. ראש הקהל... גיב אכט אידן קענען אויך רעדן גוי'ש...

אז ער האט גערעדט גויש מיינט נישט אז ער איז א גוי.

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 7:45 pm
דורך ברוך_שמו
ווער זאלזעך אונטערזוכן, און ביי וועמען?

רעד קלאר פוילער..

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 9:49 pm
דורך טיטאניק
צייטליך, בדידי... הוה עובדא, א וואך צייט האב איך באקומען מעסעדזשעס פון א גוי וואס איז ווייזט אויס געפארן צו לאס ענדזשעלעס און האט זיך זייער געבענקט נאך זיין... שוין, איך קען נישט ארויסשרייבן די מעסעדזשעס דא... אבער איך האב מיטגעהאלטן פונקטליך ווען ער איז אנגעקומען, ווי ער האט פארברענגט יעדע נאכט... פרעג נישט, איך האב מיך געקאטשעט פאר געלעכטער, ביז איך האב געמאכט א סוף דערצו און אים אנגעקאלט זאגן אז ס'איז א ראנג נומבער.

זיין רעאקציע איז געווען שאקינג.. אוי מיי גאד זאגט ער מיין... איז גערעגט אויף מיר אז איך טעקסט איר נישט און איך שריי אז איך טעקסט יא, דערווייל זע איך ס'איז אנגעקומען צו דיר... ער האט געלאכט א גוטס, אבער כ'מיין די שלום בית האט זיך דארט פארהאנקערט אביסל...

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 10:39 pm
דורך כולל יונגערמאן
מיין שאלה איז שוין לאנג צו איך זאל אריינלייגן אין מיין סיסטעם סעל נומערס, איך האב אפגעמאכט אז נישט ווייל מענטשן דארפן פרייוועסי, פון די אנדערע זייט איז שוין היינט צוטאגס א סעלפאן א פאבליק זאך,
וואס איז די דעת הצבור?

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 11:34 pm
דורך געלעגער
די האסט פין ווי צי נעמען די אינפארמעשאן?
ביי יעדע טיי אווענט באקום איך קאללס אויפ מיין סעל, ס'איז שוין היינט גארנישט קיין פרייוועסי.

ברוך שמו, הצלה איז אויפן וועג צי איך, מאך זיכער איינער שטייט אינטען אין ווייזט זיי ווי צי גיין,
אין מיט דעם בין איך פארטיג מיט דיר האב א שמחת תמיד

געשריבן: דאנארשטאג יולי 09, 2009 12:33 am
דורך קרעמער
אינטערסאנט, איך האב היינט אויפגעהויבן א סעלפאון פון א יונגערמאן (וואס האט נישט געוואלט רעדן אינמיטן דרייוון), און עס איז פונקט אנגעקומען א מעסעדזש פון גאווערנאר דעיוויד פעטערסאן (אז ער האט אויפגענומען א לוטענאנט גאווערנאר און בלא בלא בלא).

פון וואנעט האבן זיי ארויסבאקומען יענעמס סעל-נומער?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 09, 2009 8:02 am
דורך יאנאש
כולל אינגערמאן, איב ווילט איר האבן א שאנס צו בלייבן אין ביזנעס, שטיי ווייט פון פעגערן מענשטן אויף סיי וועלכען אופן.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 09, 2009 8:54 am
דורך שוועמל
צייטליך;
גיב ארויס דעם סעל נומער, אפשר בין איך עס..

קרעמער;
דער מעסעזש און קאלל איז ארומגעגאנגען נעכטן אינגרויסן צו פולע היימישע, ווארשיינליך פון אנשי שלומינו ליסטע (FBI PROFILE GENERATOR)

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 2:38 pm
דורך להגדיל שמו
איך וויל וויסן אויף א געוויסער סעל-פאון נומער פאר וועם עס באלאנגט און ווער דער פארשוין דערפון איז, איך האב שוין זייער אסאך מאל געטוען דעראון אבער דערווייל אן ערפאלג.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 2:45 pm
דורך מאנ-יימער
רוף אן די נומער און זעה ווער עס הייבט אויף

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 3:44 pm
דורך שנאפס
דו מיינסט צו זאגט ער זאל רופן דורך ווידיא טשעט, איא?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 3:46 pm
דורך להגדיל שמו
דאנקע שיין, נישט בייגעפאלן

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 3:47 pm
דורך מאנ-יימער
שנאפס האט געשריבן:דו מיינסט צו זאגט ער זאל רופן דורך ווידיא טשעט, איא?

רוף אן די נומער און "הער" ווער עס הייבט אויף

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 5:32 pm
דורך חברותה
איך האב א ענדרויד עפפ מיטן נאמען Mr Number עס איז פאר פרי ער האט נעמען פון זייער אסאך סעלפאון'ס איך קען זאגן ער האט מיר גוט געענפערט אויף עטליסט פופציג פראצענט

http://market.android.com/details?id=co ... er.blocker

געשריבן: זונטאג דעצמבער 03, 2017 1:04 pm
דורך ריכטיג

געשריבן: זונטאג דעצמבער 03, 2017 8:51 pm
דורך דגל יהודה
ריכטיג האט געשריבן:https://www.truecaller.com/

איך ניץ די עפפ אין סארבעט מורידיג. %95

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 04, 2017 8:40 pm
דורך בארד אין פיאות
Truecaller is very good

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 04, 2017 9:02 pm
דורך ערליכע בחור
עס איז נישט דא עפעס פארן קאמפיוטער פאר די וואס האבן נישט די כלים?