טוישן נאמבער פון א נאמבער שלאס

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

טוישן נאמבער פון א נאמבער שלאס

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 24, 2009 10:54 am

זעענדיג ווי מענטשן מיט פראבלעמען ווערן דא מער ווייניגער געהאלפן, עלעך מיך אויך אהער ווענדן, און לאמער זען צו ס'וועט פאר מיר אויך ארבעטן.

איך האב א נאמבער שלאס אינדערהיים אויף די טוי קלאזעט, און ביז די קינדער האבן נישט געוואוסט די נאמבער איז אלעס געווען כשורה, אלעס צוזאם גענומען, אלל אוו עי סאדען, איינער איזעס געוואר געווארן, און עס אויסגעזאגט בסוד פאר די אנדערע, און פון דארט איזעס ווייטער געפארן, ביז אלע טויס זענען ווידער יעדן טאג אויפן פלאר צושפרייט אין די גאנצע הויז, ווילעך וויסן, צו איך מוז טאקע קויפן א נייע שלאס, (וואס איך קען מיך באשטיין צו שפארן, ווייל סימער זייער שווער ארויס צו נעמען אפילו א איבריגע דאלער פון טאש.) אדער איז שייך צו טוישן נאמבער.

יעצט וואסארא שלאס האבעך? כ'האב פראבירט צו זוכן א פיקטשער ביי גוגל, מיט די קיווארד נאמבער לאק, און זיי האבן מיך געלאזט מישן ביז 49 פעיזשעס, און מיין שלאס איז דארט נישט פארהאנען, סאו כ'וואל פראבירן עס מסביר צו זיין, און כ'האף מ'וועט פארשטיין.

ס'איז א קאמען גאאינג שלאס ביי אנ"ש אויף די קעסטלעך אין בית מדרש, מ'דרייט נישט די נאמבער'ס אהער און אהין, ס'איז פיר עקעכדיג, פון אויבן אראפ איז אביסל לענגער ווי פון רעכטס אויף לינקס, ס'האט צוויי רייעס מיט באטענס, אויף די לינקע זייט לויפן אראפ פינעף באטענס מיט נאמבער'ס פון איינס ביז פינף, און אויף די רעכטע זייט פון זעקס ביז זיראו, און מ'דארף אריין דריקן די קאמבינעישן באטענס, און אזוי עפענט מען עס.

יעצט איז מיין פראגע, ווייסט איר פון וועכע שלאס איך רעד? אויב יא, איז דא א מעגליכקייט גרינגערהייט צו ריסעטן די קאמבינעישן?

יישר כח פון פאראויס פאר די וואס גייען פראבירן צו העלפן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 24, 2009 11:01 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מיטוואך יוני 24, 2009 11:17 am

אפשר דאס?
בילד
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 24, 2009 12:06 pm

פארשלאפן, אויף דעי פעיזש וואס דו האסט געלינקט, נישט, אריינציר בינעך נישט געגאנגען, ווייל שטרויזאק האט געברענגט אקוראט פון וואס איך רעד. פיין א בילד האמער שוין, יעצט וואס טיצעך מיט א תירוץ אויף מיין מעין קשיא, קעמען טוישן די קאמבינעישן דערויף?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 24, 2009 12:30 pm

ר' איך הער, דער שלאס אין דעם בילד פון שטרויזאק האט נישט קיין resettable combination, אידיש גערעדט, עס קומט פון כינע מיט אן אנגעשטעלטע נאמבער וואס מ'קען נישט אליין בייטן.

דא האט איר אן אויסשניט פון דעם קאטאלאג:
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יוני 24, 2009 12:47 pm

איך בין נישט זיכער צי מען קען בכלל טוישן אויף א פעדלאק. אבער אויב יא גייט עס צו בערך אזוי:

דרוק אריין די קאמבינעשאן
שלעפ ארויף דעם רינג און דריי עס ארום קאונטער-קלאק, מאך עס נישט צו
לייג אריין די נייע קאמבינעשאן
מאך עס צו
לייג אריין נאכאמאל די נייע קאמבינעשאן
פרוביר אויב עס עפענט זיך.

דאס איז די כלליותדיגע פראצעדור פון טוישן א נומבער פעדלאק.


פארשלאפן;
כ'אב נישט געוויסט דו ביסט באקאנט אין שלעסער, פון וואו ווייסטו פון קאבא צו זאגן..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 24, 2009 12:53 pm

שוועמל, צום ווייניגסטנס 80% שבת שלעסער ד"ה מעכאנישע טירן נאמבער שלעסער וואס מען קען נוצן שבת אן קיין פראבלעמען, זענען געמאכט דורך געוועזענע Ilco simplex און היינט Kaba.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 24, 2009 9:01 pm

א גרויסן יישר כח הרב פארשלאפן פאר אייער הילף, קודם ווייסעך אז איך האנישט וואס צו חלום'ען.

שוועמל, א דאנק פאר אייך אויך, באט ניין, מ'קען דא גארנישט טון, ווייל ווען די שלאס איז אפן, לאזן זיך די באטענס נישט דרוקן, (וואס אזוי האבן די קינדער אויפגעכאפט די נאמבער.) סאו עט מען מוזן איינהאנדלען א נייע שלאס.

און דעם אשכול לאזן נידערן אין אפגרינד.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9712
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יוני 24, 2009 11:07 pm

נישט אינגאנצן אזוי צו לאזן נידערן, אדרבה זאל איינער דא ארויף לייגן וועלכע שלאס לוינט זיך צו קויפן וואס מען גייט יא אין פאל פון נויט קענען טוישן. כדי נישט נאכאמאל דורך צו פאלן מיט אזא שלאס.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יוני 24, 2009 11:37 pm

עס איז דא עטליכע פעדלאקס וואס מען קען טוישן קאמבינאציע אויף די דערמאנטע וועג.

פרעג אין הארדווער סטאר אדער אין לאקסמיט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יוני 25, 2009 8:19 pm

איך הער די שלאס דאכצעכ איז פין די ביליגע סארט שלעסער, די דערמאנסט מיך פין אלס יונגעל, איך פלעג זיין א עקספערט אין אויסגעפינען די נאמבער אויף די סארט שלעסער, איך פלעג עפענען זיידעס לעדלעך אין טרעפען שאלעשידעס בילקעלעך פין צוויי וואכען צירוק אין אויך א בייפאקעל גלעזער,
איך וואלט דיר געראטען צי קויפן די אנדערע קאמפעני שלאס (איך גיי פראבירען צי ברענגען א פיקטשער) וואס דארט קענסטו טוישן נאמבער ווען אימער,

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג יוני 26, 2009 10:24 am

איךהער, טויש נישט די נומבער ווען אימער... אה נא, קענסט נאך אליינס פארגעסן דיין נומבער.

שיגענער וואס איך בין, דעמאלטס - ווען ער וועט פארגעסן די נומבער - העט ער דאך קענען עפענען א נייע אשכול!... אלעמאל מוז איך זאגן עצות פאר איך טראכט עס דורך..

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יוני 26, 2009 2:42 pm

יגר, יעצט אישוין נישט קיין פראבלעם, איך וועל אראפ רופן געלעגער און ער וועט מיר שוין אויסטרעפן די נאמבער.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יולי 02, 2009 3:36 pm

געלעגער האט געשריבן:איך פלעג עפענען זיידעס לעדלעך אין טרעפען שאלעשידעס בילקעלעך פין צוויי וואכען צירוק אין אויך א בייפאקעל גלעזער,

:wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:44 pm

קען מיר איינער אנווייזן וויאזוי צו טוישן נומער פון א געווענדליכע טיר-שלאס? (איך ווייס נישט פון וועלכע פירמא, אבער עס קוקט אויס אווי די דאזיגע
לעצט פאראכטן דורך ריק פערי אום דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:46 pm

ריק פערי האט געשריבן:קען מיר איינער אנווייזן וויאזוי צו טוישן נומער פון א געווענדליכע טיר-שלאס?

ס'דא עטליכע סארט געווענדליכע טיר שלעסער
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:47 pm

לויט מיין אינפארמעישאן קען מען נישט טוישן א נאמבער פון א טיר שלאס. ס'גייט ניטאמאל מיט א נאמבער.

ערענסט גערעדט, וועלכע מין שלאס האסטו?

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:48 pm

צוגעלייגט א לינק אויבן

יעצט זעה איך די פירמא נאמען UNICAN
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9712
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:57 pm

http://coremedia.kaba-ilco.com/access-c ... hment=True
קענסט איבערשרייבן אין אידיש? איך האב נישט קיין קאפ דערצו איצט.

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 7:02 pm

יש"כ הרב למעלה!! הקב"ה זאל דיר באצאהלן, די שלאס איז שוין געטוישט.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, Google [Bot], משהלע, קאפ און אקסל און 27 געסט