פיקסן א מייקראעיוו...

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

פיקסן א מייקראעיוו...

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 23, 2009 11:50 am

איך האב א גרויסע אווער דעי אווען מייקראוועוו קאנוועקשאן אווען פון דזי אי (GE), אזא כלי קאסט בערך $500.

למעשה האט זיך א קלייניקייט צובראכן דארטן, האביך זיי אנגערופן פרעגן וואס מען טוט דא, האבן זיי מיר געזאגט אז היות ס'איז שוין היפש איבער די גארענטי, ע"כ האביך צוויי ברירות אדער פיקס איך עס אליינס (זיי האבן מיר געזאגט בערך וואס מ'ברויך טון) אדער קענען זיי קומען פאר א אפצאל.

זייער אפצאל איז זייער אונטערסאנט (אפשר נישט נאר איך בין נישט באקאנט) עס ארבעט אז זיי בעטן 95.99 צו קומען געבן א עסטימעט, און אויב איך נעם איך אן די עסטימעט דארף איך נאר באצאלן פארט'ס ענד לעבאר כפי אשר ישות עלי בעל הטעקנישען, און אויב ווילעך נישט דארף איך נאר צאלן די 95.99.

למעשה 95 דאלער בין איך גרייט צו צאלן איך האב נאר מורא מי יודע וויפיל ער גייט מיך בעטן הגם ס'איז נאר א קלייניקייט באט זיי ווילן מיר בשום אופן נישט זאגן קיין בערך וויפיל דאס דארף צו קאסטן, זיי זאגן אז ס'גייט נישט אויף די שעה נאר לויט די דזאב הכל כפי ראות עיני הטעקנישען.

סא האביך פארן עולם עטליכע קשיות...

1. מיז איך טאקע צוקומען צו דזי אי? אדער א צווייטער קען מיר דאס אויך טון.

2. האט שוין איינער עקספיריענס וויפיל בערך זיי רעכנען פאר א הויז קאל?

3. כ'ווייס אליינס נישט וואס... עפעס א גוטע איידיע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 23, 2009 12:00 pm

איך וואלט אנגערופן א לאקאלן הענדימען, א איד לכתחילה, און אים געפרעגט מה דעתו. רוב מאל קען ער דאס אליינס פארריכטן פאר האלב די פרייז וואס זיי פארלאנגן פארן עסטימעט אליין.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 23, 2009 12:03 pm

אה דעס ווילעך וויסן אויב סתם א הענדי-מען וועט זיך דאס אונטערנעמן.

דרך אגב ביי דזי אי קאסט נאר די עסימעט אויב איך נעם 'נישט' די דזאב, אויב כ'זאג אים ער זאל עס יא פיקס'ן קאסט די עסטימעט גארנישט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 23, 2009 12:26 pm

איר דערמאנט מיר ווען איך האב אינסטאלירט מיין איבערן אויווען מייקראוועיוו, עפעס האט זיך געמאכט אז עס האט נישט געארבעט און איך האב אראפגערופן דזשי אי, אזוי ווי זיי זענען געקומען אינמיטן טאג האב איך נישט געזען וואס זיי טוען און די קלעצער האבן צוויי מאל געביטן מאוטאר בארדס וכו' ועדיין לא נושענו עס האט נישט געארבעט ווי עס באדארף צו זיין, מה עשה הקב"ה איינמאל האבן מיר בלית ברירה אנגענומען א פרייטאג אפוינטמענט פון זיי האב איך דאך שוין געזען וואס ער טוט, וואס מיינט איר? דער חכם פון די מגילה האט נישט באמערקט אז אן אינטערליכע פארט איז פשוט אויסגעבויגן וואס דאס האט גורם געווען דעם מאטאר צו ווערן פארהאנקערט.

זייט דעמאלדס זענען שוין יארן פארלאפן און איך האב שוין געמוזט איינמאל אריינלייגן א צוויי מאות דערין טאקע אויף דעם סיסטעם מיט עסטימעיטס וכו', עס האט נישט געלוינט צו בייטן דעם גאנצן אויוון פשוט פאר די קאפ וויי פון אינסטאלירן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 23, 2009 1:12 pm

א גרויסן יישר כח פאר דיין עקספיריענס.

וואס ער האט געדארפט טאן אז ער האט געבעטן צוויי מאות?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 23, 2009 1:14 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
וואס האט ער געדארפט טאן אז ער האט געבעטן צוויי מאות?


אויב מיין זכרון דינט מיך, האט ער געטוישט א מאטאר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 23, 2009 1:18 pm

וואי נו שוין.

ווייסט וואס מ'דארף ביי אונז פיקסן?

די שטיקעלע וואס האלט אויף זיך די רעיק. עס האט זיך אפגעברענט.

אזא שטיקעלע קאסט 4 דאלער ביי זיי, כ'האלט עס אבער נישט ביים אליינס מאכן ווייל אראפשלעפן דעי מאשין און ארויף לייגן איז נישט פאר מיינע כוחות, אויש ווי כ'האב מיך אפגעריסן ביים ארויף לייגן ס'ערשטע מאל... זאל ער עס טון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 23, 2009 3:23 pm

ר' לאז געמאכט, אויף וואס ארויף טראכט איר אז צו טוישן סך הכל א קליינינקער פארט דארף מען אראפנעמען די גאנצע מאשין?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 23, 2009 3:32 pm

ווייל כ'קען נישט אויפשרויפן די ווענטעלע, דער מאשין ליגט צווישן צוויי ברעטער כ'קען נישט צוקומען צו די זייטן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 23, 2009 3:42 pm

ר' לאז געמאכט, איר האט אפשר האנטליך דער מאדעל נאמבער פון אייער מאשין?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 23, 2009 3:58 pm

ניין

עס הייסט פראפייל דאס ווייסעך.

ס'איניש דא קיין סאך מינע פון דעם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 23, 2009 4:05 pm

אן א מאדעל נאמבער איז שווער צו טרעפן א דיאגראם דערפון, וואס וואלט אונז געווען א גרויסע הילף.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 23, 2009 4:25 pm

אה טענקס סא מאטש
JVM1790

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג יוני 23, 2009 4:28 pm

ר לאז
ווי אלט איז ער ?

וויפיל קאסט א נייע ?
לעצט פאראכטן דורך אונגארישער אום דינסטאג יוני 23, 2009 4:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 23, 2009 4:29 pm

א נייע וועליך אויך דארפן ארויף לייגן...

עס קאסט בערך 550-650

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג יוני 23, 2009 4:32 pm

העריך וואס די זאגסט
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 23, 2009 4:40 pm

איר רעדט פון פארט # 1522 אויף דעם דיאגראם?

איך זע נישט צו וואס עס פעלט אויס עקסעס פון די אנדערע זייט.

א קלארערע בילד
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 23, 2009 4:51 pm

יא פון די שטיקעלע רעדט איך!

ווי שאפט מען אזא קלארע דיאגראמע? כ'האב געזוכט אויף זייער סייט אן ערפאלג.

עני וועי איך האב געטרייט מיט מיין הענט ארויס צו שלעפן די צובראכענע שטיקל, און אז ס'אינישט געגאנגן האביך דיסיידעט אז מסתם דארף מען פון די בעק עס ארויס נעמען.

אבער פון די בילד זעהט אויס אז מען קען יא ארויס נעמען ס'שטיקעלע.

מ'וועלמיר טרייען מיט מער כח ווי שכל אי"ה היינט נאכט, קען זיין האסט מיר פארשפארט א הונדערטער...

טענקס פאר יור העלפ!!!!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 23, 2009 7:38 pm

פארשלאפן ביסט דא??

האסט מיר פארשפארט א שיינע פאר טאלער! איך האב בס"ד באוויזן ארויס צו נעמען די קליינע צובראכענע שטיקעלע, און דאס אידאס...
יישר כח!!! ישלם ד' פעלך ותהי' משכרתך שלמה.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 23, 2009 8:05 pm

שכח נאכאמאל

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דינסטאג יוני 23, 2009 8:54 pm

נישט צום גלייבן, איך בין ערשטוינט, איינער עפנט א אשכול וועגן א פראבלעם,און ער איז א געהאלפענער עטליכע שעה שפעטער,דאס איז מוראדיג.

פארשלאפן טויש דיין נאמען,עמעיזינג.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 23, 2009 9:04 pm

פארשלאפען איך זיץ אזוי אין איך ליין, ממש איך בין נתפעל, א איד מיט א קלייניקייט האט ארויס געהאלפען א צוויטען (איך ווייס נישט צי די קענסט אים אפילו) אין אים געשפארט אפאר הינדערט דאללער, איז דען דא א גרעסערע צדקה פין דעם?
דער נותן וויסט נישט ווער די מקבל איז אין אזוי די מקבל ווייסט נישט פארוועם ער האט ג'נותנ'ט, ריכטיג מתן בסתר,

לאזי איך פריי מיך אז די ביסט שוין א געהאלפענער, ס'איז דא איינער אין וומס ער הייסט לעווי, זיין נאמבער האב איך נישט, איך וויס נישט צי ער טוהט אין מייקראעווס אבער אין איך מיין אז יא,
ער איז זייער א וואולער איד אין ער זיכט באמת נישט אויסצירייסן דיין טאש,
פארקערט, אויב קען ער וועט ער קודם פראבירען העלפען אויפן טעלעפאון אז ס'זאל דיר נישט קאסטען זיין אראפ קימען,
ס'דערמאנט מיך, איינמאל האב איך אים געקאלט וועגען א פראבלעם מיט מיין עירקאנדישען, ער זאגט מיר אויפען טעלעפאון אז פאר דע פראבלעם קען ער גארנישט טוהן, מיין ע.ק. האט אפגעדינט.
איך ווי א חכם זאג איך אים אז כ'מיין אז מ'קען עס יא פיקסען ער זאל אראפ קימען כאפען א בליק,
זאגט ער מיר אז אויב קימט ער אראפ קאסט עס געלט אין ס,איז א שאד,
איך זאג אים ניין, איך מיין מ'קען עס פיקסען אין ער זאל אראפ קימען,

ער איז אראפ געקימען. אין וואס מיינט איר?
א מכה...
איך האב באצאלט אין מ'האט שוין גארנישט געקענט פיקסען. איך בין געוועהן קרח וקראך...
לעניניני...
ער איז זייער גיט פאר עפלייענסעס אין ער זיכט נישט דיך צי בארויבען.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 23, 2009 9:10 pm

יא לאז געמאך.

דעם שטיקל איז מיר גוט באקאנט, כ'אב שוין צענדליגער מאל אראפגענומען און געטוישט די סארט 'ברעקעטס'.
מען ברויך עס געבן א דריי צו די זייט כדי ס'זאל אראפקומען.


פארשלאפן כ'אב הנאה האסט באוויזן צו העלפן דעם לאז געמאך'ן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 24, 2009 7:46 am

ר' לאז געמאכט, ישר כחכם פארן מודיע זיין, איטס מיי פלעזשער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 24, 2009 10:39 am

איך שטוין און איך שעפ נחת פון אזא היימישע אטמאספער, א איד מיט א פראבלעם, און באלד איזער א געהאלפענער. איי מי כעמך ישראל.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א.ב.ג, בפני נכתב, געהאפט, הרב_שלום און 30 געסט