הילף-עצות פאר א שמחה-באזוך אין לאנדאן?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שרייבטאראפ
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm

הילף-עצות פאר א שמחה-באזוך אין לאנדאן?

תגובהדורך שרייבטאראפ » פרייטאג יוני 12, 2009 1:36 pm

מיין שווער מאכט אי"ה חתונה ס'יונגסטע קינד אין לאנדאן, און ס'איז דא א גרויסעא מאוומענט ביי אלעמען צו פארן בע"ה אנטיילנעמן, אבער ס'איז מיין ערשטע מאל אין גרויס בריטאניע, קען איך נוצן א פאר רעקאמאנדאציעס הילף פון די וואס קענען די מדינה-שטאט אדער וואוינען דארט.

איז דא א היימישע מאפע פון געגענט, ווי די בתי מדרשים - געשעפטן - שמחה זאלן זענען?

וועלכע געלט נוצט מען דארט היינט, יוראו אדער פונט?

וויאזוי פארט מען אריין פון עירפארט אין שטאט?

ווי קען מען איינשטיין, הכנסת אורחים, אדער האטעל?

ווי דאווענען מערערע מנינים שחרית מנחה מעריב?

וואס לוינט מיטצושלעפן, וואס נישט?

ווי קען מען גיין אביסל זעהן נפלאות הבורא סייט סיאינג א.ד.ג.?

איך וויל קויפן א פריפעיד סעלפאון טשיפ, וועלכע קאמפאניס זענען דאר דארט, וועלכע לוינט?

כ'האב דאהי JNET קען איך זיי נוצן דארט, האבן זיי דארט סערוויס?

און דאס גלייכן

אויב איר קענט מיר העלפן וועל איך אייך דאנקבאר זיין

טראק דרייווער
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג יוני 12, 2009 7:04 pm

איך בין לעצטנס געווען אין לאנדאן קען איך דיר עפעס איבערגעבן,
אין לאנדאן נוצט מען היינט די זעלבע מטבע ווי אמאל, דאס איז די פונט, (איך האב גענוצט בעיקר דעם אמעריקאנעם דאלער און מען האט עס אין רוב פלעצער אנגענומען ביז איך האב עס אויפגעטוישט)

ב. אריינצופארן פון עירפארט צום שטאט, איז דא עטליכע וועגן, אדער צו נעמען דעם אנדערגראונד וואס דאס איז די שנעלסטע ווייל עס מיידט אויס די טרעפיק אויב עס איז דא.
אויב קענסטו ערלעדיגן ביי איינעם פון לאנדאן ער זאל דיר ארויסשיקן א קאר זאל דיך "פעטשן" (גיי נאכאמאל אין סקול צו קענען די לאנדאנע ענגליש...) איז דאס זייער גיט, עס קאסט נישט מער ווי ארום פופציג פונט, און ער ווארט די אפ אין עירפארט און טראגט דיך אפ ביז דיין הויז,
אזוי האב איך געטוהן און איך האב זייער הנאה געהאט דערפון ווי איידער צו גיין זוכן די אנדערגראונד און נאכדעים דארפן טרעפן די הויז, און זיך פארבלאנדזשענען אין די לאנדאנא גאסן, וואס אגב איז דאס זייער געדרייט און מען דארף וואטשן נישט צו בלאנדזשענען. (איך האב ברוך השם נישט געהאט קיין שום טרעפיק פון די עירפארט צו די שטאט אבער געווענליך איז יא דא)

אויב די דארפסט די נומבער פון דעם דרייווער קענסטו דיך פארבינדען מיט מיר אין אישית

ג.וועגן איינשטיין קען איך דיר נישט זאגן צו סאך, אבער אזויפיל ווייס איך אז עס איז דא דארט א האטעל וואס געסט נוצן עס אסאך, פרעג דיך אביסל מער נאך,
עס איז אויך דא ווי מען קען ארויסדינגען דירות פאר אפאר טעג, מען בעט מיין איך ארום 40 פונט א נאכט, (ווען איך בין געווען די פאריגע מאל האב איך אזוי געטוהן און עס איז געווען די בעסטע האטעל, עס איז דא אסאך מענטשן וואס פארדינגען זייערע דירות, פרעג דיך נאך ביי א לאנדאנער, אין אישית קען איך דיר אויך געבן א נאמען,)

ד.מנינים שחרית מנחה מעריב קענסטו טרעפן אין די סאטמארע בתי מדרשים אדער אויף 26 קלעפטאן קאממאן אדער אויף 86 קעיזנאוו (פאר דיין אינפארמעישען: מען רופט ביידע בלשון קצר, איך דאווען אין 26 אדער אין 86)

די מערסטע מנינים ביז שפעט איז דא אין 86 קעיזנאוו, מען דאווענט דארט ביז די לעצטע שיטה פון חצות...

ה. וואס עס לוינט זיך מיטצושלעפן? אויב די גייסט מיט דיין משפחה לוינט זיך מיטצושלעפן געלט... און א גיטע קעמרע... חוץ דעם איז מערווייניגער אלעס דא דארט, עס איז נישט ווי ארץ ישראל וואס מען דארף מיטשלעפן קאווע צו האבן וואס מען איז צוגעוואוינט... איך מיין אז דארט איז אלעס דא צו באקומען די זעלבע ווי אין אמעריקע, איך האב גארנישט מיטגעשלעפט און עס האט מיר דארט גארנישט געפעלט ברוך השם.

אה כאב פארגעסן א גיטע שירעם נעם מיט ווייל עס רעגנט דארט פונקט ווי דא שיינט די זוהן..

ו. סייט סיאונג בין איך יעצט נישט געגאנגען ספעשל אבער די גאנצע לאנדאנער עולם איז נפלאות הבורא.... די גאנצע שטאט און אלעס ארום די אייראפעישע סטאנדארט פון לעבן, און זייער וועג פון רעדן, זייער העפליכקייט וכו' (די גוים דארט זענען בדרך כלל אויך העפליך אבער עס איז דא דארט אויך אסאך אנטיסעמיטן זאלסט זיין גערישט,)

עס איז אבער דא אסאך פלעצער ווי צו גיין, די פאריגע מאל בין איך געגאנגען צו בריטיש מוזיאום, אויך איז דא דארט א מוזיאום פון די צווייטע וועלט מלחמה, נישט דוקא דער האלאקאוסט, עס איז זייער אינטערסאנט, עס איז דא דארט ווידיאוס פון די צווייטע וועלט מלחמה וואס מען קען נישט זעהן ערגעץ אנדערש, מען זעהט דארט ווי דער ימח שמוניק רעדט, און מען קען הערן טשורטשיל דער דעמאלסדיגער פרעימיער מיניסטער פון לאנדאן רעדן און נאך

עס איז אויך אינטערסאנט צו זעהן די פאלאצן פון די קעניגן, און צו זעהן דארט ווי דער מיליטער מארשירט, פרעג דיך נאר נאך פאר די גייסט צו זיי מארשירן טאקע היינט ווייל אסאך מאל רעגנט און זיי מארשירן נישט, עס איז דא נאך היסטארישע זאכן דארט, פרעג דיך נאך

ז. זשעי נעט האט לויט וויפיל איך ווייס נישט קיין סערוויס אין לאנדאן, (די לאנדאנע אידן נוצן עפעס אנדערש איך מיין אז פילטער נעט)

געדענק אז די ווארט what? וואס מען נוצט דא אין אמעריקע אויף "פארוואס"? זאלסטו דארט נישט נוצן בשום אופן, עס איז עפעס א מיאוסע ווארט ביי זיי, אנשטאט זאגט מען "פאדאן"? ווען די ווילסט יענעם עפעס איבערפרעגן, זיי האבן זייער ליב צו הערן די ווארט "סארי" זיי נוצן עס יעדע דריי מינוט...

א טישא הייסט א "הענקי" און א גארבעדזש הייסט א "דאספין", א טעקסי הייסט א "קעב" און אויפפיקן הייסט "פעטשן" און נאך אסאך זאכן וואס די וועסט דיך שוין אויסלערנען, אדרבה ווען די קומסט צוריק קענסטו איבערגעבן פאר די קרעטשמע חברים דיינע איינדרוקן פון א באזוך אין עיר הבירה לאנדאן
לעצט פאראכטן דורך טראק דרייווער אום מאנטאג יוני 15, 2009 1:55 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מוצ"ש יוני 13, 2009 6:39 pm

קאנטאקט מיר אין אישי אדער גוגל טאלק וועל איך דיר קענען העלפן
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

טראק דרייווער
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג יוני 14, 2009 3:12 pm

א וויכטיגע נקודה פארגעסן צו שרייבן וועגן לאנדאן, ווען מען פארט אהין דארף מען איין זאך גיט געדענקען אז אלעס איז דארט פארקערט, ד.ה.די סינקס למשל איז פארקערט ווי דא אין אמעריקע, די רעכטע זייט איז הייס און די לינקע זייט איז קאלט (וויכטיג צו געדענקן לגבי שבת) די קארס איז דארט פארקערט, אויף די רעכטע זייט זיצט דער דרייווער און אויף דער לינקער זייט דער פאסאנדזשיר,

די ראודס איז פארקערט ווי דא אין אמעריקע וואס דאס איז גאר שטארק וויכטיג אין אכט צו נעמען ווען מען קראסט די גאס, עס האט שוין ליידער פאסירט עקסידענטן פון פרעמדע וואס זענען אהין געקומען און האבן זיך נישט געכאפט צו קוקן אויף די "רעכטע זייט" אנשטאט אויף די לינקע ווי עס איז דא איינגעפירט, די קארן פארן דארט די פארקערטע זייט, און ווען מען קראסט דארף מען זייער אבאכט געבן,
גיט איז אז מען נעמט זיך אינטער אין לאנדאן צו קוקן אויף ביידע זייטן פון די ראוד אזוי זאל מען יוצא זיין מידי כל ספק

א גליקליכע רייזע

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג יוני 14, 2009 4:22 pm

קדימה האטעל איז זייער געשמאק, איך בין דארט איינגעשטאנען א שיינע פאר טעג, ווי אויך איז דארט דא פיין צו עסן אין דעם האטעל
אויב פארסטו צו א שמחה און האסט נישט צופיל געלט צו ספענדן, גלייב איך דער מחותן וועט צושטעלן אכסניות, די לאנדאנער זענען וועלט בארימט מיט זיער הכנסת אורחים
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » זונטאג יוני 14, 2009 5:18 pm

טראק, סינישט אזוי ממש ווי די זאגסט, די לאנדאנער האבן זיך דערמאנט צו גיין אין שפאן מיט די גאנצע וועלט, נעמליך צו פארן אויף די רעכטע זייט, כנהוג מקדמת דנא.

נאר א_ווי אזא טויש נעמט דאך יאהרן, האבן זיי איינגעפירט אז קודם זאל די נייע געזעץ גילטיג זיין נאר פאר די טראקס און די באסעס

די קארס בלייבן פארן פארקערט....

(מפי יארמע רב שליט"א)

אוועטאר
שרייבטאראפ
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm

תגובהדורך שרייבטאראפ » מאנטאג יוני 15, 2009 1:52 pm

מי כעמך ישראל - ומי כמו חברי אידישע וועלט

איך האב נישט קיין ווערטער צו אויסדריקן מיין איבעראשונג צו די ווארעמע אויפנאמע און עצות וואס די חשובע חברים האבן מיר דא ארויסגעוויזן

איך דאנק אייך פון טיפן הארץ


סעל פאון, קען מען קויפן א פריפעיד טשיפ, וועלכע קאמפעני?

וואאס טוט וועגן האבן אינטערנעט אויף די צייט וואס מען ווייל דארט?

און נאך סיי וואסערע עצות וואס קענען בייהלפיג זיין, ביטע טיילט מיט. א דאנק

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דינסטאג יוני 16, 2009 1:21 am

אינטערנעט, איז דא א כשרע אינטערנעט געשעפט.

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » דינסטאג יוני 16, 2009 3:39 am

פאר אלע סעלפאון עקסעסאריס איז דא א געשעפט אויף "אולד היל סטריט" וואס הייסט Rose comunication .
זיי זענען גוט אויסגעקאכט און די נושא.
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג יוני 16, 2009 8:25 pm

ס'איז דא עטליכע אינטערנעט הייזער, אויף אפער קלעפטאן נעקסט דאור פון קליינס גראסערי,
רוב זאכן זענען איבריג צו רעדן,
ווייל די מנהג המקום איז, אז ווער ס'מאכט חתונה א קינד און ערווארט געסט פון אויסלאנד, איז איינע פון די דאגות המחותן והמחותנסטע צו צושטעלן דירות און אכסניא'ס פארן ציבור, די לאנדאנע אידן האבן זייער ליב געסט,

ווען דער גאסט וואס קומט אן לכבוד השמחה ווארט אים אפ אין די אכסניא א בראשור, וואס אנטהאלט א מאפע, וויכטיגע טעלאפאן נומערן, פלעצער ווי צו גיין, אדרעסן ווי צו טוישן געלט, און א פונקטליכן סדר היום פאר די וואך, ווי יעדע שבת ברכות איז און וויפיל אזייגער,
בדרך כלל מאכט דאס יעדע מחותן אנע אויסנאם,
סאו די אלע זאכן זענען ממש איבריג, דו נעם נאר מיט געלט געלט און געלט, ווייל אלעס קאסט דאפלט...
האב א גליקליכע רייזע
.

קאפעלוטש מאכער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 12:08 am

תגובהדורך קאפעלוטש מאכער » מאנטאג ינואר 27, 2014 3:25 pm

אזוי ווי איך פאר אי''ה יעצט אויף לאנדאן, האב איך געוואלט פרעגן אויב איינער ווייסט עפעס מער אינפארמאציע וועגן דרכי נועם עירפארט סערוויס. ס'מיר א שאד צו ספענדען 100 פונט פאר א ראונד טריפ טעקסי.
אויב געדענק איך גוט נעמען זיי ארום פופצן פונט א וועג. איך וואלט עפרישיעטעד מער אינפארמאציע, למשל ווי אפט זיי פארן, און וויפיל צייט פריער מ'דארף באשטעלן, און אויך צו זיי פארן אויף גאלדערס גרין.
מיט דאנק פון פאראויס.

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » מאנטאג ינואר 27, 2014 3:52 pm

זיי האבן א וועבסייט זע איך
http://www.darkeinoamuk.com/227870/Price-guide
איך שיהי' פארט און קומט לחיים ולשלום
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

קאפעלוטש מאכער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 12:08 am

תגובהדורך קאפעלוטש מאכער » מאנטאג ינואר 27, 2014 4:17 pm

א דאנק היפאקראט. איך האב שוין געזען זייער וועבזייטל, נאר כ'האב געוואלט וויסן אביסל מער אינפארמאציע, למשל ווי אפט זיי פארן און ווי פרי מ'דארף באשטעלן.
איי געס כ'וועל זיי דארפן אנרופן פרעגן.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:24 am

אויב קומט מיט בלויז איין רענצל, איז דאס בעסט צו נעמען דער Undeground אדער איר אפיציעלע נאמען דער Tube, דירעקט פון היטרוי עירפארט, ביז Manor House. און פון דארט רופט א קאר סערוויס אין שטאט אריין.

אויב קומט איר אן אין די אווענט שעות, איז בד״כ נישטא קיין טרעפיק און די ועג נעמט א א קנאפע שעה.
אבער אויב קומט איר אן אינדערפריא, דעמאלטס מוזט איר רעכענען א געזונט 1.5 שעה. אויך פארגעסט נישט צו ליינען קריאת שמע אויפן וועג אריין אין שטאט!

איטשע
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:26 am

אה נאך א זאך.
ווען איר בוקט אייערע טיקעט, ארויסצופארן אווענט פון ניו יארק, נעמט די פריעסטע פלייט, אזוי קענט איר דאוענען שחרית ווי א מענטש/יוד אין שטאט מיט מנין, אויב פארט איר מיט א שפעטערע פלייט, נאך זיבענע, דארף מען דאווענען אויפן עראפלאן. ווייל ביז איר קומט אין שטאט אריין און מען לייגט אראפ דאס רענצל איז שוין נאך חצות.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: pianist, אביונה, וואס עפעס?, וימאןX3 און 21 געסט