שבר על שבר!!! עצה וועגן א גוטן לויער

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

שבר על שבר!!! עצה וועגן א גוטן לויער

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג יוני 11, 2009 2:37 pm

מיר האבן א משפחה מיטגליד וואס ליגט ליידער אין איינע פון די גרויסע ניו יארקער שפיטעלער על ערש דוי, ווי פארשטענדליך איז די משפחה פארנומען מיט זיין ביים חולה אין שפיטאל 24/7, מין גייט און מען קומט, עטליכע משפחה מיטגלידער פון אויסלאנד וויילן דא אין ניו יארק צו קענען ארויס העלפן מיטן מצב, צו זיין ביים חולה אין שפיטאל.

האט דער מסבב כל הסיבות געפירט אז איינער פון די משפחה מיטגלידער וואס איז געקומען פון אויסלאנד, איז די וואך ביים אנקומען אין שפיטאל צו ערפילן זיין שיפט פאר די נאכט, אום געפאלן אין די לאבי פון שפיטאל און זיך צובראכן עטליכע ביינער רח"ל...

די משפחה איז פארנומען מיטן ערשטן חולה וואס ווארט אויף א גרויסע ישועה מן השמים, און דא איז אונטער געקומען נאך א מצוה, זיך אפצוגעבן מיט חולה # 2, קיין געהעריגע דעקונג איז פאר חולה #2 נישט דא, ווייל ער איז פון אויסלאנד, און דער מצב איז גוט אנגעזעצט.

די משפחה רעדט יעצט צו עס איז דא אויסזוכטן ארויס צו נעמען פון דעם שפיטאל א פאר (כ'מיין מער ווי א פאר) דאלאר פאר חולה #2 פארן פאלן און זיך שעדיגן אויף זייער פראפערטי.
וויל איך דא פרעגן: ווייסט איינער פון א גוטן לויער וואס באפאסט זיך מיט אזעלכע קעיסעס?
איז דא בכלל שאנסען עפעס צו באקומען?
איז ווערט די קאפ וויי זיך אריינצולייגן אין אזא מערכה?

זייט מקיים מצות ביקור חולים, לאזט אייך הערן!
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג יוני 11, 2009 3:21 pm

זיכער קען מען סוען, און זיכער קען מען מאכן גרויס געלט, עטליסט צו דעקן זיינע מעדיקעל'ס.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דאנארשטאג יוני 11, 2009 3:25 pm

יאפס אבער מרעדט פין א יאר צוויי ביז דעמאלטס דארף מען באצאלן בילס
Liberalism is a mental disorder

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דאנארשטאג יוני 11, 2009 3:25 pm

קיין קידוש השם וועט דאס זיכער נישט מאכן, זאל יעדער זיין געזונט און שטארק.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג יוני 11, 2009 3:31 pm

איזאק, יעצט רעגסטו מיך אויף, וואו קומט אריין דא חילול השם אינעם בילד? ווען דו פארקויפסט א באטל וואסער פאר א גוי נעמסטו דערפאר געלט? היתכן 'חילול השם'.

יעדע פאבליק פלאץ האט א אינשארענס פאר אזעלכע פעלער, און אויב האט ערזיך טאקע איבערגעדרייט, און ער ברויך טאקע צוקומען דערוועגן צו מעדיקל הילף, איז ער א חסיד שוטה פארן עס נישט טון.

אונגי, ער קען לאזן די ביללס אויף ווען די קלעם פארטיגט זיך (און דערנאך אויך, אבער דאס קען שוין זיין א חילול השם :? )

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23018
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יוני 11, 2009 3:38 pm

איך בין נישט אין די ליין, אבער ס'דא א יוד, ר' משה דוד אבערלענדער, ער טוט אין די זאכן, זיין נאמבער האב איך נישט, קענסטעס אויפזוכן.. איך האב מיטגעהאלטן אפאר קעיסעס.. ער איז זייער גוט.. ער האט דעם (יודישן) קאפ אויפן פלאץ..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג יוני 11, 2009 3:41 pm

איזאק האט געשריבן:קיין קידוש השם וועט דאס זיכער נישט מאכן, זאל יעדער זיין געזונט און שטארק.


איך רעד נישט דא פון קלאגען אין די וועלט ארייין צו מאכן מיליאנען,

איך רעד פשוט צו פארגיטיגן די שאדענס, און ווייטאגן, וואס ער האט יעצט, און וואס קען אים באגלייטן פאר ווער ווייסט ווי לאנג.
לעצט פאראכטן דורך ווייסעך וואס אום דאנארשטאג יוני 11, 2009 3:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
תכלית הידוע שלא נדע

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג יוני 11, 2009 3:43 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך בין נישט אין די ליין, אבער ס'דא א יוד, ר' משה דוד אבערלענדער, ער טוט אין די זאכן, זיין נאמבער האב איך נישט, קענסטעס אויפזוכן.. איך האב מיטגעהאלטן אפאר קעיסעס.. ער איז זייער גוט.. ער האט דעם (יודישן) קאפ אויפן פלאץ..


דאס איז זיין ליין? אדער ער טוט דאס אלס טובה?

איך מיין צו פרעגן צו איך קען אים קאלן סתם מוטשענען, אדער ער וועט ווערן געהעריג באצאלט, ווייל אויב יא בין איך מער באקוועם אים צו קאלן...
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דאנארשטאג יוני 11, 2009 3:45 pm

יאפס, ווייסעך וואס

ציבראכענע ביינער מיינט אסאך מאל שאדן פארן גאנצען לעבן אין פארעם פין ווייטאגען אין ארטרייטיס רח"ל

אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמך
Liberalism is a mental disorder

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דאנארשטאג יוני 11, 2009 4:10 pm

ווייסעך וואס האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:קיין קידוש השם וועט דאס זיכער נישט מאכן, זאל יעדער זיין געזונט און שטארק.


איך רעד נישט דא פון קלאגען אין די וועלט ארייין צו מאכן מיליאנען,

איך רעד פשוט צו פארגיטיגן די שאדענס, און ווייטאגן, וואס ער האט יעצט, און וואס קען אים באגלייטן פאר ווער ווייסט ווי לאנג.


אה, דאס איז עפעס אנדערש, געווענליך קלאגן מענטשן ביי אזעלעכע פעלער פאר פופציג מיליאן דאללאר.

יאנאש, נעם א קאווע מיט א ציגארעטעל און בארואיג דיך.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יוני 11, 2009 4:17 pm

ווייסעך וואס, יא, ר' משה דוד אבערלענדער טוט דאס פאר געלט, הגם ער אליין איז נישט קיין לויער, אבער ער העלפט ארויס און ארבייט עס אויס.

איך שיק דיר זיין נומער אין אישית.

---

איזאק, א גרויסע שפיטאל צו סאוען ווען מ'איז געשעדיגט געווארן אויף זייער פראפעטי איז זייער א נארמאלער זאך, 100 פראצענט, און עס מאכט נישט קיין חילול השם, לדעתי. זיי זענען גערישט דעראויף און האבן דאס אפט, זיי צאלן א ריזיגער אינשורענס דערפאר און עס גייט זיי קיין סאך נישט אן.

מענטשן סאון אסאך מער ווי דאס, אז דער שפיטאל האט נישט גענונג געארביט אויפן קראנקען, אדער אז זיי זענען שילדוג אין גיבן נישט א גוטער מעדעצין וכדו', דאס זענען אסאך גרעסערע קעיסעס וואס זיי האבן טעגליך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג יוני 11, 2009 5:09 pm

ישר כח ויכי, ישר כח צייטליך! ענקער אינפארמאציע איז מיר צוניץ געקומען.

אין די שווערע תקופה וואס מיר גייען איצט דורך, איז אונז א געוואלדיגער חיזוק ווען אידן זענען אלס גרייט אנטקעגן צו קומען מיט סיי וועלכע הילף.

ישר כחכם, מיר זאל זיך העלפן נאר אויף שמחות
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג יוני 11, 2009 7:03 pm

איך בין לעצטנס געווען אין וואל מארט איין ביינאכט, און אהיימישע קאפעל שפיצרט ארויס, די פרוי האט געטראגן א קערידש מיט א פיצל קינד.

פלוצלינג האט זיך די פרוי אנגעהאנקערט אין א לעכל אויף די קוילן, און אומגעפאלן מיטשלעפנדיג דעם וועגעלע פון וואו דאס קליין קינד איז נעבעך ארויס געפאלן, ב"ה עס האט נישט פאסירט קיין ערנסטע זאכן.

ווען זי האט זיך אויפגעהויבן ווייטער צו גיין האט א היימישער אינגערמאן געזאגט פאר איר מאן "משו... דו! דו קענסט מאכן מיליאנען! בלייב זעה זי זאל בלייבן ליגן דא און שרייען פאר ווייטאג...".

דאס סוף ווייסעך נישט וויל איך בין ווייטער געגאנגען, אבער די מעשה רעדט פאר זיך...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יוני 11, 2009 8:52 pm

איזאק האט געשריבן:קיין קידוש השם וועט דאס זיכער נישט מאכן, זאל יעדער זיין געזונט און שטארק.

אויסדרוקליך נישט גערעכט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט