הילף אויף הלכות שכנים - ארויסבויען

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

הילף אויף הלכות שכנים - ארויסבויען

תגובהדורך ווארום » דאנארשטאג יוני 11, 2009 6:12 am

עס איז א נושא וואס פאדערט אביסל שכל און פארשטענדעניש, לכן בעט איך פון אייך, די וואס מלומד בנסיונות אלו, מיר צו לערנען וואס יא צו טוהן, וואס נישט צו טוהן, און וואס צו פארמיידען.

מיר מיט נאך 3 שכנים האמיר צוזאם געקויפט פון א מעקלער, א 4 סטארי אפארטמענט, און איך האב אפגעשמועסט מיטן מעקלער אז איך וויל האבן דאס רעכט ארויסצובויען פון מיין בעלעקעני א שטיקל עקסטענשאן וואס קלעקט צו בויען א סוכה דערויף, און ניצען דאס שטח אויך צו האבן מער פלאץ אויף צו שפילן וכדו' א גאנץ יאהר, די מעקלער זאגט מיר בסדר גמור, מען גייט זיך איינטיילען, יעדע שטאק א דריטל פונעם באלקעני ברייטקייט, (די 4'דע שטאק איז ממילא אפן צום הימל).

למעשה איז עס געקומען צום קויפן, זאגט מיר מיין אונטערשטן צוקונפטיגן שכן, אז מיט איהם האט מען נאר אפגעשמועסט ארויסצובויען א צייטווייליגע עקסטענשן נאר אויף סוכות, בשעת די מעקלער האט קלאר געזאגט "א גאנץ יאהר" [ נו, ער מיינט נאר זיין טאש].

האב איך געמאכט א פשרה פארן שכן, צו מאכן א לעכעריגע עקסטענשן, וואס חמתה מרובה מצלתה, עס וועט איהם נישט שטערן צום ליכטיגקייט, און אויך גענומען ווייזן א צווייטן וואס האט געמאכט גענוי די זעלבע, און עס זאל זיין לשביעות רצון פון ביידע.

די פראבלעם איז נאר, אז ביים גראונד פלאר איז דא געשעפט וואס זיין שטח ציהט זיך ארויס טיפער פונעם בנין, און ער האט פיל מיט סקיילייטס וואס באלייכטן איהם זיין שטח מיט נאטורליכע זוהן שיין, יעצט, אז איך בוי ארויס א עקסטענשן, טראץ וואס עס איז היבש העכער פון זיינע סקיילייטס, מער ווי 2 שטאק העכער, דאך, קען איך איהם, ער קען אביסל מקפיד זיין דערויף, דער איד איז א גוטע ידיד מיינער, איך קויף אפט זיין סחורה, ער קויפט אפט מיינע סחורה, אבער, ווען עס קומט צו די זאכן, וועט אפילו א אייגן ברידער זיך שטעלן דערויף.

די שאלה איז יעצט ווי אזוי איז די בעסטע {פסיכיאלאגישע} וועג איהם צו עפראושטשען Approach, ווי אזוי די צוגאנג זאל פארקומען, אז ער בחפץ לב מסכים זיין צו מיינע פלענער?

גיט מיר גוטע עדווייס, איך וועל אייך דאנקבאר זיין דערויף!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יוני 11, 2009 11:37 am

איך וואלט עדווייזד, אז דו זאלסט עם פרעגן וועגן דיין פראבלעם מיט דיין אנדערע שכן, אזוי וועט ער זיין אויף דיין זייט, און ער וועט דיר געבן עצות, און ווען דו וועסט בויען, וועט ער נישט פילן קאמפטעבעל צו זאגן אז ס'שטערט אים... כ'מיין, ער האט דאך געגעבן עצות..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט