בלאט 1 פון 2

גוי'טע וואס גנב'עט

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 12:34 am
דורך זיס
א גוט יאר טייערע ברידער;

איך האב אזא שאלה און איך האף אז מען וועט מיר ארויסהעלפן:

איך האב א גוי'טע וועלכע קומט וועכנטליך צוי מיר אינדערהיים רוימען לכבוד שבת וכו'. אריינצוגיין אין איר מהות איז גענצליך איבריג, אבער לידיעת הענין וועל איך בלויז שרייבן אז זי איז פארנומען פרעגן וויפיל איך פארדין אין די ארבעט און וואספארא מארטגעזש איך פארמאג און אויב נאר איך ארבעט אדער די פלונית'טע ארבעט אויך, און צי איך בין אליין א באלעבאס אדער איך ארבעט פאר יענעם, און וויפיל די טענענטס צאלן וכו' וכו' וכו', אזוי אויך האט זי ליב צו פרעגן פון צייט צו צייט אויף געוויסע חפצים וויפיל עס האט געקאסט... בקיצור: ווי רייך אין בין...

געשען איז דאס פארגאנגענע וואך, ווען זי איז אוועקגעגאנגען האט מיין אידענע באמערקט אז איר גאלדענע זייגער וועלכע זי האט באקומען אלס כלה פעלט... מען האט איבערגעקערט די שטוב אבער גארנישט געפינען... למעשה איז פאראן מער ווי רגלים לדבר אז זי האט עס גענומען צוליב עטליכע סיבות... קודם כל האט מען איר אריינגעלאזט יענעם טאג אין די שטוב ווי די דזשולערי ליגט, אין די צייט וואס געווענליך לאזט מען איר נישט דארט אריין צוליב פארשטענדליכע סיבות, ווי אויך האט די פלונית'טע באמערקט אז אינמיטן די ארבעט איז זי פלוצלינג צוגעגאנגען צו איר טאשקע און דארט געבאבערט, זי האט עס אנגעקוקט מאדנע אבער שפעטער האט זי באמערקט אז זי קייעט עפעס האט זי געקלערט אז זי האט גענומען עפעס עסן פון איר טאשקע, אבער נאכן אוועקגיין האט זי צוזאמענגעשטעלט איינס מיט איינס און לפי השערה האט זי דארט באהאלטן איר רויב...

אנרופנדיג א חבר'טע וועלכע באשעפטיגט די זעלבע גוי'טע, האט יענע דערציילט אז זי האט שוין אמאל געפאקט די גוי'טע גנב'ענען א שירעם, זי האט איר געזען אוועקגיין דערמיט, שפעטער האט זי איר אנגערופן האט זי געלייקנט שטיין און ביין, ביז זי האט איר געדריקט צום וואנט און זי האט עס צוריקגעגעבן, זי האט איר מער נישט געוואלט האלטן אבער זי האט זיך איינגעבעטן און צוגעזאגט אז זי וועט מער נישט צורירן עפעס וואס איז נישט איר'ס, האט די חבר'טע מסכים געווען איר צוריקצונעמען פשוט אלס קידוש השם (איך ווייס נישט פונקטליך וואס דאס מיינט...).

מיין שאלה איז יעצט צו די חכמי הקרעטשמע: וואס טו איך יעצט?! - זאל איך איר קאנפראנטן, וועט זי דאך לייקענען שטיין און ביין, און אויב איז עס פערצופאל נישט אמת, וועט דאך ארויסקומען א געוואלדיגע חילול השם און זי וועט נישט אויפהערן צו בארעדן אידן, ווייטער לאזן לויפן איז זיכער נישט קיין מהלך, איך וויל דאך צוריק האבן מיין זייגער... זאל איך רופן פאליס, זי קען לייקענען ווייל איך האב נישט קיין שום באווייזן, הגם איך ווייס ביי מיר כמעט אויף זיכער אז זי האט עס גענומען אבער איך קען עס נישט אויפווייזן ביי די פאליס, ווידער חברים, מען וועט קומען, מאכן א כאפצעם, אבער זען עפעס פון איר וועט מען א מכה, אויסער דעם ווער ווייסט ווער זענען אירע חברים און צי איך וועל נישט טרעפן מארגן ביי מיין טיר א שגץ מיט א ביקס מיר צו סטראשען אז איך זאל זיך אפטשעפען פון איר.

אלזא פרעג איך אייך טייערע חברים: ווי אזוי באהאנדלט מען אזא פרשה?

ביטע ענטפערן ווי פריער, נאך איידער זי באווייזט צו פארקויפן דעם שטיקל צירונג...

דרך אגב: אויב א גוי'טע קומט און טראגט אייך אן צו פארקויפן א גאלדענע זייגער, זאלט איר וויסן אז עס געהערט פאר זיס... :wink:

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 1:56 am
דורך שוועמל
לאז איר קומען נעקסטע מאל, און ביים סוף, אנשטאט באצאלן נעם א פען און פעיפער און רעכן אראפ דעם ווערט פונעם זייגער, (אבער חס ושלום געב נישט ארויס דעם אמתן ווערט, זי וועט נאך מאכן א חשבון אז ס'לוינט איר צו אנטרינען ווערן. געב א שיס עפעס א 2-3 הונדערט דאלער לדוגמא) און לייג צו אז נאך עטליכע מאל ארבעטן ווען עס וועט זיך אויסצאלן וועט זי וועט ווייטער באקומען באצאלט.

זי וועט פארשטייט זיך פארפירן אז זי ווייסט נישט פון גארנישט. דאן זאג איר זי זאל ווארטן דא, פאליס איז אויפן וועג און דו האסט אלעס רעקארדירט אויף ווידיאו, זי וועט וויינען און שרייען כדרכה. דו לאז נישט נאך ווייל א גרין קארד האט זי מסתם נישט און זי וויל אויסמיידן פאליס פאר יעדן פרייז, וועט זי מוזן בע"כ מודה זיין.

האלט גרייט אונטן א ברודער, שוואגער וכדומה אין פאל עס קומט צו עפעס ערענסט. אויב האסטו פריינט פון חברה שומרים איז זיכער גוט. און אויב זי אטאקירט קענסטו דאך זיכער רופן פאליס.

אויב איז זי מודה, געב איר צוויי אפציעס, אדער פארסטו אראפ צו איר וואוינארט אין באגלייטונג פון שומרים, אדער לאזט זי איבער אירע חפצים ביז זי ברענגט עס צוריק.

בלא בלא בלא, דאס אלעס טראכט איך קען אפשר העלפן. מהאט שוין געהערט פון ענליכע פעלער וואו עס האט געהלפן.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 1:58 am
דורך שוועמל
אן אנדער וועג איז, באקלאג דיך פאר איר אז מהאט דיר געגנב'ט דיין זייגער אויב זי האט איינס צו פארקויפן. וכו' וכו'.



רעקארדיר די אלע געשפרעכן אין פאל עס וועט אויספעלן.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 8:46 am
דורך זיס
שוועמל טייערער:

בנוגע דיין ערשטע וועג ווייס איך נישט ווי גוט דאס איז, ווייל אין פאל אז זי האט עס נישט גע'גנב'עט (עס איז פארט פאראן א צען פראצענט שאנס אז זי האט עס נישט גענומען), וועט ארויסקומען דערפון א גרויסער חילול השם, וואס איך וואלט געוואלט אויסמיידן.

עוד נקודה למחשבה: עס האט מיר דערציילט א ידיד וואס האט געהאט אן ענליכע פרשה און יענער האט גערופן פאליס, ווען די פאליס האט איר פארגעהאלטן האט זי גע'טענה'עט אז דער מאן פון שטוב האט איר געוואלט... און איר פראבירט אונטערצוקויפן מיט געלט... און ווען זי האט געסטראשעט אז זי וועט זיך ווענדן צו די פאליס, האט ער שנעל גערופן די פאליציי... עס איז דאן געווארן א גאנצע פארוויקלטע פרשה, עסקנים האבן זיך געמוזט אריינמישן, בקיצור עס האט געשטינקן פון אלע זייטן... עס האט זיך נישט געלוינט.

דיין צווייטע וועג געפעלט מיר בעסער.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 9:17 am
דורך יגרסהדותא
זיס; מיינע גוטע פריינד, בנוסף צו די "חברים" ביי אונז אין שטאט, האבן שוין אמאל פרובירט אויף שטערקערע באווייזן צו כאפן די גניבה און נאך באותו היום, אבער לא עלתה להם.

פאליציי וועט נישט לאזן גארנישט טון נאר אויב ס'איז רעקארדעד אויף ווידאוי די גניבה רעד-הענדעט. "אדער" אויב מ'האט יעצט דעם חפץ בעין. השערות און פארדאכטן איז נישט גענוג ביי זיי.

סך הכל: מיט פאליציי האסטו גארנישט, חוץ א פאליס ריפארט.

דערפאר די עצה פון שוועמעל - צוצוברענגן אז "זי זאל זיך מודה זיין" - קען נישט בעסער ווי דעם, פארשטייט זיך אז ווען דו רעדסט "מוזטו רעדן פעסט" דאס הייסט; זיי "זיכער" מיט דיר, אז זי האט עס "זיכער" גענומען והבן.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 9:19 am
דורך יגרסהדותא
* יעצט באמערקט דיין לעצטע תגובה.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 9:25 am
דורך 3x0
גרייט איר אן נאך עפעס וואס זי קען אוועקנעמען פון דיר, און זיי גרייט אויפצוווייזן אויף הונדערט פארצענט אז ס'איז דיינס, אזוי וועסטו שוין האבן רעכט איר חושד צו זיין אז זי האט אויך גענומען די זייגער.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 9:42 am
דורך bailout
דאכט זיך אז שומרים טוט עס אויב מ'ווייסט פאר זיכער אז זי גנב'ט זיי קומען אראפ מיט קעמרעס זיי לייגן עס אונטער אזוי האבן זיי באווייזן, קאל זיי אן און פרעג זיי.

אויף קול מבשר האט ער אלץ אזעלכע מעשיות צו דערציילן.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 11:28 am
דורך גרויזאמער
קלאר, די איינציגסטע וועג איז, איר צו כאפן פון יעצט און ווייטער. אויב טוסטו דאס נישט האסטו נישט קיין שום שאנס אויפן עבר.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 11:53 am
דורך וואלוועלע
ווי איך האב לעצטענס מיטגעהאלטן מיט א מעשה אז ס'איז געווען א גויטע וואס האט געגנבעט, און מען האט איר געוואלט כאפן רעד הענדעד, האט מען איר אונטערגעלייגט זאכן וואס זאל איר זיין גרינג צו גנב'נען ווי למשל א הונדערטער אויפן ערד און קלאזעט, און איינער פון די שומרים האבן זיך באהאלטן אוון די הויז, אזוי האט מען איר געכאפט רעד הענדעד, מילא האט מען שוין אויך צוריק באקומען אלע אנדערע חפיצים

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 12:08 pm
דורך שוועמל
יא, די עצה פון טריא און גרויזאמער געפעלט מיר דאס בעסטע.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 2:57 pm
דורך זיס
איך טראכט נאר צו זי וועט גנב'ענען אזוי שנעל, וויבאלד זי האט ערשט נעכטן גע'גנב'עט

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 5:52 pm
דורך שמערי בערי
אויב זי איז א גנב'טע, וועט זי גנב'ענען ווייטער, ספעציעל אויב זי זעהט עס פאר זיך...

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 6:09 pm
דורך יגרסהדותא
זיס; יו וויל בי סורפרייזד ווי שנעל זי טוט עס נאכאמאל!

ווייסטאך, עבר ושנה איז נישט נאר געזאגט געווארן פאר יונגעלייט מיט קוטשמעס

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 7:50 pm
דורך סאכדעס
נאך ווי, עבירה גוררת עבירה. יעדע הונדערטער איז ביי איר ווערד.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 9:25 pm
דורך זיס
אויב זי גנב'עט נישט, איז דאס א הוכחה אז זי האט פאריגע מאל אויך נישט גע'גנב'עט, אדער האט עס נישט צוטון?

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 9:41 pm
דורך ביקסאד
ביטע געדענקט צו מעלדן פאר אייערע חברים דאהי,
וואס פאר א מיטלן איר האט גענוצט,
נישט קיין נפקא מינה וואו אזוי עס לאזט זעך אויס, לטב או למוטב,
זאל א צווייטער וויסן וואו אזוי זעך צו פירן אין א ענדליכע פאל, היל"ת.

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2009 8:21 am
דורך זיס
כפי בקשת כמה מחברי הקרעטשמע, וועל איך שרייבן מיינע פלענער אויף היינט דינסטאג, ווען די גוי'טע דארף ווידער קומען.

די חברי הקרעטשמע האבן מיר מייעץ געווען, איך זאל איר כאפן רעד-הענדעד, אנדערע גוטע אידן האבן מיר מייעץ געווען פון עקספיריענס, אז איך זאל איר פשוט זאגן אז איך האב פארלוירן מיין זייגער און אז איך זוך עס ארום און אויב איך וועל נישט געפינען וועל איך מעגליך מאכן א פאליס-ריפארט, פיל מאל דערשרעקן זיי זיך און קומען אפיר א וואך דערנאך אז זיי האבן געפינען דעם זייגער.

איך האב מחליט געווען צו ארבעטן אויף ביידע פראנטן; איך וועל אונטערלייגן אן אויג (איי) און איר אויפכאפן גנב'ענען פערציג דאלער וואס איך וועל איר אונטערלייגן, סיי שומרים און סיי חברים טוען נישט די סערוויס פון אונטערשטעלן איי'ס, נאר זיי זענען נאר מייעץ דאס צו טון, למעשה איז דאס א טייערע מעשה און איך וועל מוזן געפינען א ביליגע וועג, אפשר אונטערלייגן א ווידיא קעמערע אדער עפעס ענליך. איידער זי וועט אהיימגיין וועל איך איר זאגן אז איך האב פארלוירן מיין זייגער און איך זוך עס (פון די געלט וועל איך נישט רעדן) און אז איך וועל אפשר מוזן מאכן א פאליס ריפארט, איך וועל דאן ווארטן אויף קומענדיגע וואך איר צו געבן די געלעגנהייט דאס צוריקצוברענגען, ליתר שאת - אויף זיכער צו מאכן אז זי קומט צוריק קומענדיגע וואך, וועל איך איר נישט צאלן יעצט מיטן תירוץ אז איך האב נישט און קומענדיגע וואך וועל איך איר צאלן אויף ביידע וואכן (עס וועט נישט זיין אויפאלנד, צוליב דעם וואס איך טו עס אפאר מאל). קומענדיגע וואך וואס זי וועט קומען, אויב וועט זי צוריקברענגען דעם זייגער, הרי טוב, און אויב נישט וועל איך טון שוועמל'ס עצה און ביים באצאלן וועל איך מאכן מיט איר דעם חשבון אויף ביידע, זאגנדיג אז ביידע עפיזאדן זענען רעקאדירט... זי וועט זיך דאן ווארשיינלעך דערשרעקן און מודה זיין.

יעצט, עס קענען געשען עטליכע זאכן וואס זאלן צונישט מאכן מיינע פלענער; קודם כל אויב זי וועט נישט גנב'ענען היינט די פערציג דאלער, דאן האב איך נישט קיין הוכחות פאר איר און איך קען אפילו נישט גיין צום צווייטן שלב, איך בין גאר מסופק צי איך זאל איר דעמאלס דערמאנען איבער דאס פארלירן פון מיין זייגער, און עס קען זיין אז דאס איז גאר א הוכחה אז זי האט עס נישט גע'גנב'עט, ווי די חברי הקרעטשמע האבן געשריבן אז אויב מען גנב'עט איין מאל וועט מען עס נאכאמאל טון, און אפשר איז עס א מכלל הן אתה שומע לאו, ווער ווייסט?!

די צווייטע זאך וואס קען געשען איז אז די צווייטע וואך ווען מען וועט דורכפירן שוועמל'ס ערשטע פלאן, וועט זי מודה זיין אויף די געלט אבער לייקענען אויפן זייגער, דעמאלס וועט לכאורה זיין א קלארער באווייז אז זי האט דעם זייגער נישט גענומען, ווייל פון וואנעט ווייסט זי דוקא דאס צו לייקענען אין די צייט וואס איך זאג אז ביידע זאכן זענען רעקאדירט?!

וויבאלד זי דארף קומען צו מיר היינט ביינאכט, צווישן זעקסע און אכטע (קרעמער, דאס איז אויך פון די אפענע רמזים איבער מיין אינדיפיקאציע?), ווענד איך זיך צו די חברי הקרעטשמע צו לאזן הערן זייערע הערות איבער מיינע פלענער און מיר ארויסהעלפן מיט זייערע עצות.

גלייכצייטיג ווענד איך זיך אויך, אויב איינער האט א ביליגע און פראקטישע וועג ווי אזוי אונטערצולייגן אן אויג...

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2009 9:21 am
דורך מאשקע
איך וואונטש דיר אז דו זאלסט טרעפן דיין זייגער אינדערהיים נאך בעפאר זי קומט, כדי צו פארמיידן די אלע פראבלעמען. כבר אירע לעולמים ביי מיר אין שטוב, אז כ'האב חושד געווען די משרתת אבער למעשה זענען די חפצים געטראפן געווארן אומבארירט, אויפ'ן פלאץ וואו מ'האט עס געלייגט.

כ'מיין נישט צו זאגן אז מ'טאר נישט חושד זיין א משרתת; אדרבה ואדרבה. אבער דער טייערער זייגער קען נאך אפירקומען אומגעראכטן.

אמר רבי בנימין מיט א דאלאר פאר ר' מאיר'ן האסטו שוין פרובירט?

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2009 11:59 am
דורך קרעמער
גם אני מצטרף צו מאשקע, מיר האבן אמאל חושד געווען אן ערלית אויף א זאך וואס איז מיט די צייט אפירגעקומען אונטער א שווערע שענקל.

כבדהו וחשדהו איז גילטיג ביי יעדן מענטש.

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2009 12:54 pm
דורך שלמהלע1

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2009 2:01 pm
דורך זיס
שלמה א גרויסן יישר כח

קרעמער און מאשקע;
וואס לדעתכם דארף איך אצינד טון, זאל איך עס לאזן לויפן ביז איך וועל עס געפינען? - אפשר וועט זי עס אינצווישן פארקויפן?
איז די סימן וואס איך מאך מיט אונטערלייגן עפעס און איר אזוי אויספראבירן, נישט קיין גוטע עצה?

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2009 2:18 pm
דורך איך_הער
זיס, ס'איז יא א גוטע עצה, זיי זאגן נאר, אז דו זאלסט זיין פארזיכטיג ביים איר קאנפראנטן.

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2009 3:47 pm
דורך לוסטיג
כ'ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין אבער אזוי ווי ס'איז א ענדליכע מעשה וועט עס אפשר קענען העלפן.

איינמאל איז פארשווינדען געווארן א סעלפוין ביי מיין ארבעטס פלאטס, אין מ'האט נישט געוויסט ווי ס'איז אהינגעקומען אבער איין מיט ארבעטער האט געזאגט אז ער מיינט אז ער האט געזעהן א געוויסע גוי(ארבעטער ביי אונז) באבערן אויפן פלאץ ווי ס'האט זיך לכאורה געפונען ביז פארן גניבה, אבער דער גוי איז שוין ניש טגעווען אין ארבעט צילוב וואס ס'איז שוין געווען נאך זיינע שעות, האט מען אפירגענומען אן אנדערע גוי(ארבעטער), און אים געזאגט אז דער אנדערער גוי האט געגנב'ט א סעלפוין און ס'איז אויפגעכאפט אויף קעמרע סוי זאל ער אנקאלן יענעם און אים זאגן אז אויב וויל ער נאך דא ארבעטן זאל ער בעסער צוריקקומען מיטן טעלעפוין אינאיינעם, (אינז זעמיר נישט געווען זיכער, אבער ס'געשעהט נישט גארנישט, ווייל אויב זעהט מען אז ער איז עס נישט קען מען זאגן סארי..) אציקור הנעשה..

דער קאלט אים אן אין כ'זעה שוין אז ס'גיטע נייעס, דער פארענפערט זיך דארט און דער גוי וואס קאלט זאגט פארן אנדערן אז ער גיט אים א עיצה טובה ער זאל בעסער צירוקקומען און ציריקגעבען ווייל אויב ער גיט צירוק וועט מען אים אוואדע מוחל זיין אבער אויב נישט ווייסט ער נישט וואס ווארט אים אפ, זיי זענען גרייט צו ריפען פאליס(אזוי זאגט ער אים), איך ווארט צו ביז ער לייגט אראפ, זאגט ער מיר אז דער גוי זאגט אז ער האט עס געטראפן צווישען די גארביטש און ער האט גארנישט געוויסט(יא גארנישט געוויסט??! און איך זאל אים נאך גלייבן?!) אז ס'איז איינעמס אבער ער גייט צוריקקומען און ער איז שוין אויפן וועג...והנמשל מובן מאיליו,

סתם צו ענדיגן די מעשה: ער איז צוריקגעקומען מיט די גניבה אין די הענט מיט בכיות און תירוצים אינאיינעם אבער שטייצעך ס'איז געווען ס'לעצטע מאל וואס ער האט איבערגעטרעטן דעם שוועל..

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2009 7:12 pm
דורך זיס
נע, מיין אידענע האט עס קאליע געמאכט...

איך האב טאקע אונטערגעלייגט געלט און אויך אונטערגעשטעלט אן אויג, אנגעזאגט פאר מיין אידענע פונקטליך ווי אזוי צו עקטן... ווען זי איז ענדליך אנגעקומען, האט מיין אידענע זיך באנארישט און איר תיכף געזאגט אז זי האט פארלוירן א זייגער און אויב זי געפינט עס זאל זי לאזן וויסן... פארשטייט זיך אז די געלט האט זי נישט אנגערירט, טראצדעם וואס זי האט עס קענטליך באמערקט...

נו, יעצט ווייס איך שוין נישט וואס צו טון און ווי אזוי איר צו טעסטן ווייטער... אויף אזויפיל האב איך געזאגט פאר מיין אידענע אז איידער זי גייט זאל זי איר זאגן אז אין יעדן צימער ליגט באהאלטן אן אויג וואס א געוויסע קאמפאני האלט אן אויג דערויף, דאס הייסט אז אויב מען מעלדט איין פאר די קאמפאני אז עס איז פאראן א פראבלעם, קוקן זיי נאך יענעם צימער, אבער דאס קאסט צופיל געלט און איך וויל עס נישט נוצן סתם-אזוי, נאר אויב ביז צוויי וואכן וועל איך עס נישט געפינען וועל איך זייין געצווינגען דאס צו טון...

איך האף אז זי וועט אפקויפן די מעשה...

דערווייל זייט מתפלל אז מיין אידענע זאל זיך נישט ווידער באנארישן...