וויזוי געט מען זיך א עצה מיט עלטערע געשוויסטער?..

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

וויזוי געט מען זיך א עצה מיט עלטערע געשוויסטער?..

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 22, 2009 12:38 pm

צו מיין טייערע חבר ....... נ''י, איך קום צו דיר זיך אויסרעדן מיין שווער הארץ וואס איך טראג זיך ארום, און איך זעה נישט קיין וועג ארויס, די פראבלעם איז פארוויקלט אין אסאך פרטים בעט איך דיר אויב די פארשטייסט די פראבלעם און די שפירסט אז די קענסט מיר העלפן אל תמנע טוב מבעליו, ס'איז דא אמאל א מענטש האט א פראבלעם וואס איז נוגע אים, דאס הייסט אויב ער וועט זיין גרייט צו שלינגען אדער ליידן אדער טון א געוויסע זאך וועט די פראבלעם ווערן געשליכטעט, דאס איז איין זאך, וואס טוט זיך ביי מיין פאל ווי אין פאקט קען איך גארנישט טון עס צו מאכן בעסער, איך דארף בלויז ארבעטן אויף יענעם אז יענער זאל טון געוויסע זאכן און אזוי וועט די פראבלעם ווערן געשליכטעט, דאס איז שוין אן אנדערע מעשה, און ווען עס ווערט שוין אינוואלווד א פאר מענטשן איז עס שוין פיל מער קאמפליצירט און מען דארף וויסן וואס יא און וואס נישט צו טון.
 
די מעשה הייבט זיך אן נישט פון היינט, ס'איז נישט אייביג אזוי געפערליך אבער אמאל קען עס אויספלאצן אויף א גרעסערע פארנעם און דעמאלט דארף מען וויסן וויאזוי צו האנדלען, קודם וועל איך דיר פארשטעלן די פאקטן, איך בין א יונגערמאן וואס איך בין אריינגעקומען אין א משפחה וואס מיין ווייב איז פון די אינגערע קינדער, און די שוועגערינס פון איר זייט-נישט קיין שוועסטערס-  העכער איר ספעציעל די וואס זענען היבש העכער איר, פילן אז זיי מוזן איר מחנך זיין, דאס גייט שוין צוריק  פון גראד נאך די חתונה, און אפשר נאך פארדעם, און זי האט זיי געוויזן די רוקן אז זיי וועלן איר נישט איינטיילן וואס צו טון, אזוי איז אנגעגאנגען א לענגערע צייט וואס זי האט אויף אן איידעלן אופן זיך כסדר אפגעשאקלט פון זיי, און זיי האבן עס גוט געשפירט און ס'האט זיך אנגעהויבן צו בויען א באהאלטענע -כ'ווייס עס נישט וויאזוי עס אנצורופן- עפעס אזא מין באליידיגונג אז מ'רעכנט זיך נישט מיט זייער מיינונג, מיין נישט אז מ'רעדט דא פון עפעס אידישקייט זאכן פון ווייס איך וואס, מ'רעדט פון שטותים און נארישקייטן וואס זיי מיינען זיי דארפן איינטיילן וויאזוי זיך צו פירן.
ביז דא איז אלעס געגאנגען פרידליך ביז זיי זענען אויפגעקומען אויף אן עצה, אז אנשטאט צו איר מוסר זאגן וועט מען אנרופן די שוויגער דאס הייסט איר מאמע, און איר אויס'מסר'ן דהיינו איר טאכטער טוט דאס און דאס, און די שוויגער פילט אז זי מוז זיך פארענטפערן פאר זיי, און נאכדעם רופט זי אן מיין ווייב און דערציילט איר וואס זיי האבן טענות און זי קייט איבער אלעס פאר איר, מיט אלע באליידיגונג ווערטער וואס זיי נוצן אויף איר, און אסאך מאל גייט עס נאך מער, זיי זענען נישט קיין נערנים, זיי קענען רעדן אזוי לאנג ביז מיין שוויגער ווערט באמת ברוגז און זי קאלט אן מיט טענות היתכן דאס און דאס, און דעמאלט הייבט זיך מיר אן די גיהנום אויף די וועלט איך קום אהיים נאך א טאג ארבייט און מיין ווייב איז נישט דא, זי איז פארטרויערט און פארטראכט איך רעד צו איר זי רעספאנד שווער, איך פרעג איר צו זי פילט נישט גוט, זאגט זי ניין זי פילט גוט, דעמאלט וואס גייט יא פאר? שווערליך פאנג איך אן ארויס צובאקומען וואס דא גייט פאר, און ווי ס'שטייט אז שערי דמעות לא ננעלו, הייב איך אן געוואויר צו ווערן וואס דא האט זיך אפגעשפילט, איר צו בארואיגן איז איין זאך, אבער וויאזוי שטעלט מען דאס אפ? איך פיל אז איך ווער צוריסן אין מיר, איך בין די מאן און איך טאר דאס נישט צולאזן.
 
איז די ערשטע זאך וואס איך האב געטראכט איז צו רעדן צו זייערע מענער, וואס בדרך כלל דארף עס צו העלפן, אבער דא זענען זיי שטערקער ווי זייערע מענער וד''ל –עכ''פ אזוי האלט מיין ווייב- און ס'וועט נישט העלפן, און דא בין איך שטעקן איך ווייס נישט צו איך זאל רעדן דערוועגן צו מיין שוויגער צו נישט, צו ס'וועט בכלל עפעס אויפטוהן, אזוי בין איך זייער אין גוטע באציאונגען מיט איר, אדער אפשר צו מיין שווער וואס דערווייל איז ער נאכנישט פארמישט דערין, אדער עס בעסער צו איגנארירן און ווארטן ביז ס'וועט נאכאמאל געשען, אויב האסטו עפעס א גוטע עצה וואלט איך זיך זייער געפרייט צו הערן.
  א הארציגן דאנק ......................... 


איך פארשטיי, אז נישט יעדער וויל רעדן פון די טאפיק אפען, ווייל מ'האט מורא.. (אזוי ווי די ניק וואס האט מיר געשיקט די בריוו..) סאו ווער ס'האט עפעס א עצה... עקספיריענס.. וכד'.. און האט מורא צו שרייבן אין פובליק, זאל ביטע שיקן צו מיר אויף vichtigmacher@gmail.com

טענק יו ווערי מאטש..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 22, 2009 12:41 pm

אויש.. איך האב פלעין פארגעסן.. דאס איז א בריוו, וואס איינער האט מיר געשריבן..

מיין ריספאנס צו עם איז געווען, אז די נעקסטע מאל ס'פאסירט, זאל ער אויפהייבן די טעלעפאון, און קאלן די שוועגערין/ס.. און זאגן אז נאך איינמאל ס'פאסירט, וועט זי חרטה האבן לעולם ועד...

עניוועי.. איינער האט עפעס בעסערס?..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » פרייטאג מאי 22, 2009 1:30 pm

איין עצה זיי זאגן קלאר אין שארף מיט א פעסטקייט אנטשולדיגט איך האב דיר נישט געפרעגט וואס צי טיען

זיי וועלן זייך אריינמישען נאר ווילאנג זיי פילן אז זיי זענען שטערקער פינעם קליינעם שוועסטער
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מאי 22, 2009 1:37 pm

וויכי, דאס איז איין עצה.

די נעקסטע עצה, אויב איזער אין גוטע באציאונגען מיט די שוויגער, איז אסאך בעסער ווען עריז מקדים רפואה למכה, און רעד צו די שוויגער אפענע ווערטער, פארציילן אלעס פון אנפאנג ביזן סוף.

אריין צו מישן די מענער, איז נישט אייביג א גוטע עצה, ווייל מענער קענען טראכטן, אז זיי האבן נישט חשק זיך אריין צו מישן אן אקציעס וואס די ווייבער פירן אן, כאטש ס'איז נישט אייביג גערעכט, באט יודע צדיק נפש בהמתו, וד"ל.

דעם שווער אריין צו מישן קומט נאכן רעדן צו די שוויגער.

פאר אלעם אבער, זאלער אלץ רעדן צו זיין פרוי דערוועגן, און ווי איך הער זאגט געווענליך, נישט דייקא ווען ס'פאסירט, נאר איר אנגרייטן פון פאראויס, נישט ווייל מ'ווייסט ווען ס'גייט פאסירן, אבער אלץ רעדן דערפון, אז ווען ס'פאסירט זאלעס נישט אזוי וויי טון, די בעסטע איר מסביר צו זיין, איז אז זיי רעדן פון קנאה, זיי פארגינען איר נישט אז זי איז צופרידן און אז זי קען זיך פירן איר אייגענע וועלט אן זייער הילף, וכדומה.

דאסיז אויפן שפיץ פינגער.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » פרייטאג מאי 22, 2009 1:55 pm

איך הער

רעדן צי די שוויגער מיינט א פייט פין צווי צדדים ווער עס וועט איבערצייגן די שוויגער (געווענטליך די עלטערע) דער וועט זיין גערעכט

אז זי אין טאקע דייקא זי וועט צימאכן דאס מויל פאר אירע שוועסטערס וועט זיך דאס ענדיגן

כנלענ"ד
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מאי 22, 2009 2:08 pm

ווען איך זאג רעדן צו די שוויגער, איזעס נישט אז זי זאל רעדן צו די אנדערע, זי זאל פלעין נישט איבער געבן פאר דאס ווייבל וואס זי הערטצעך צוזאם.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » פרייטאג מאי 22, 2009 2:20 pm

אה כהאב נישט פארשטאנען

אבער זי מיז נאכאלץ איינזען אז די עלטערע זענען נישט גערעכט זיי שרייען אזוי אין די אזוי וועגען דעם האלט איך מדארף צימאכן פאר די שוועסטערס דאס מויל
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » פרייטאג מאי 22, 2009 2:50 pm

די ערשטע זאך וואס א מענטש דארף אלץ האלטן פאר די אויגן אין אזעלכע פעלער, אז מחלוקת אין די אייגענע פאמיליע איז די ערגסטע זאך, און מען דארף עס פארמיידן אויף אלע אופנים, אפילו ווען עס איז אסאך מאל גרינגער צו געבן פאר יענעם א שטויס פון הינטן און פטור אן עסק.




א צוטיילונג מיט א גוטע פריינד האט נשיט קיין אפעקט אויף שפעטער, אבער א צוטיילונג אדער קריגעריי אין פאמילע טוט אפקטירן דעם מענטש לדורי דורות, און עס מאכט פראבלעמען אין די צוקונפט(פארשטייט זיך אז עס איז דא פעלער ווען מען האט נישט קיין ברירה).



און צום עצן ענין, די בעסטע איז ווען מען קען זיך ווען דורך שמועסן מיט א גוטן קלוגן איד וואס האט שוין עקספיריענס(אפשר הרב האגער.......) און מען קען אים אראפ לייגן אלעס בכל פרטיה מיט אלע צדדים, און אלע פראבלעמען וואס קען ארויס קומען פון סיי וועלכע מהלך מען וויל זיך באניצן.


די וועג פון רעדן מיטן שוויגער דארף אויבן אויף צי זיין א גוטע וועג, נאכדערצי ווען אין נארמאלע פעלער האט א מאמע א נגיעה פאר די אייגענע טאכטער און מיט עטליכע שמועסן בייגעלייגט מיט ריכטיגע פאקטן, וועט זי פארשטיין דעם ענין.


אבער דער עיקר איז זיך צו האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ און נישט ווערן פארלוירן אין שווערע זמנים, און טון זאכן אויף וואס מען וועט שפעטער חרטה האבן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 22, 2009 2:52 pm

אונגארישער.. איך מיין אז איכער האט געמיינט צו זאגן אז מ'זאל רעדן צו די שוויגער, 'אויף די שוויגער שפראך'...

משה האט אריינגעהאקט.. אבער איך שיקעס עניוועי..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 22, 2009 2:55 pm

משה, דו האסט א שטארקע פוינט.. און דאס מיין איך אז ווען דער יונגערמאן קאלט אן זיין שוועגערין, און זאגט איר, אז די נעקסטע מאל וועט זי חרטה האבן, זאל ער איר זאגן אז ס'וועט אויסברעכן א מלחמה אין די פאמילי.. און דאס איז א זאך, וואס וועט יענע מאכן טראכטן צוויי מאל..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » פרייטאג מאי 22, 2009 3:03 pm

וויכי יא דאס יא כהאב נישט גכאפט מיט מיין אונגארישע שכל פריער וואס די מיינסט

טשאבעס
Liberalism is a mental disorder

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג מאי 24, 2009 1:02 am

איך האב מיטגעמאכט א זייער ענליכע פרשה, און איין זאך קען איך זאגן, עס איז נישט מעגליך צו באקומען די ריכטיגע ענטפער דא אין די קרעטשמע, ווייל דאס איז א גאר פארפלאנטערטער פרשה, ספעציעל אז די עולם ווייסט ניטאמאל די פרטי הדברים. אשר על כן וואלט איך יענעם כע'עצה'ט זיך אדורך צו רעדן מיט א פראפעשינאל, איינער וואס איז קלוג און האט ערפארונג מיט באהאנדלן רילעישאנשיפס, נישט מיט סתם א רב און אודאי נישט מיט עני קרעטשמעריסט.

די איינציגסטע וואס איך קען סודזשעסטען פון אייגענע ערפארונג איז הרב אבא חיא טויבער שליט"א, אבער איך בין זיכער אז עס איז דא אנדערע. אויך איז אלעמאל אין אזעלכע פעלער גוט זיך אדורך צו שמועסן מיט צוויי קלוגע פראפעשענעלס, ספעציעל אויב די ערשטע הייסט טון עפעס דראסטיש.

הצלחה מרובה, איך זאג אייך איין זאך, מיט די ריכטיגע סיעתא דשמיא וועט איר זיכער געהאלפן ווערן, איך ווייס וואס איר מאכט מיט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » זונטאג מאי 24, 2009 5:20 am

און אפשר מאכט דיין בני בית א גרויסע מלוה מלכה (צוזאמענקום בלע"ז)נאר פאר די ווייבער שוהל?
און באמצע הסעודה בפני כל קהל ועדה זאל זי ארויפברענגען דעם טאפיק און... צוגיין צום פוינט!!!

אבער צו דעם פעלט זיך אויס אפאר וויכי'טיגער הכנות, ווי צב"ש: זיך צוגרייטן אפאר כללים און רעדן, ווי, רעדן פאזיטיוו, רעספעקטפול, באשולדיג קיינמאל נישט איינעם פערזענליך א.ד.ג.
און אויך זיך גוט דורכשמועסן פון פריער וואס יא צו זאגן און וואס נישט - אקיצור, זיין צוגעגרייט אן קיין פחד - שטארק און קלאר - קןרץ און שארף אא"וו.

די עיקר, א קאפיטל תהילים און בעטן אויף סייעתא דשמיא
הצלחה
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » זונטאג מאי 24, 2009 1:08 pm

וויכי אנשטאט אנצופרעגן די חברים פון די קרעטשמע זאלסטו ליבערשט אנפרעגן א גיטע איד וואס דארט וועסטו סאך מער קלוגער ווערן

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג מאי 24, 2009 1:44 pm

חידוש נפלא האט געשריבן:וויכי אנשטאט אנצופרעגן די חברים פון די קרעטשמע זאלסטו ליבערשט אנפרעגן א גיטע איד וואס דארט וועסטו סאך מער קלוגער ווערן

דרייען זיך דא אסאך גוטע אידן
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 24, 2009 1:52 pm

לויט וויאזוי דער שואל שטעלט אראפ די פראגע, וואלט מיין עצה געווען צו שיקן אויף פאסט פאר די עלטערע געשוויסטער זעלבסט אט דעם אויבנדערמאנטן פראגע אין פארם פון א בריוול. אפשר וועלן זיי זיך עפענען די הערצער.


כאטש לעניית דעתי פעלט עפעס פונעם פאקט, עפעס א חלק האט דער שואל ארויסגעלאזט בכוונה צי שלא בכוונה. אויך קען זיין עס רעדט זיך פון א אידישקייט אישו, למשל די עלטערע טראגן שפיצלעך און די יונגערע וויל גיין אנדערש וכהנה רבות, קען זיין עס שטערט זיי און זיי האלטן עס שאדט פאר כבוד המשפחה וכו'. דאן ווערט עס צושפרייט אין אנדערע ריכטונגען.

בכל אופן, שיקן אזא בריוול וועט נישט קענען שאדן, ס'יז כדאי צו פרובירן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » זונטאג מאי 24, 2009 10:46 pm

מיין מיינונג איז אזוי, אויב איז עס נישט און קיין אידישקייט זאכן כגון וואס אונזער טייערע חבר שוועמל האט אויבן דערמאנט, נאר זיי פרובירן סתם אריינצורעדן און די לעבן פון זייער אינגערע געשוויסטער, וואלט דער אינגערמאן געדארפ נעמען די גאטס און פארהאלטן די עלטערע געשוויסטער, נישט ח"ו שרייען און נישט ח"ו סטארשענען, נאר מיט נאמאלע ווערטער, און מיט א שטארקקיט זיי איפקלערן, וויפיל זיי שטערן עם די לעבן, און אויך זיכער מאכן צו זגן אז עטס האטס ענק נישט וואס צו זארגן אויף אונז, אבער זיכער מאכן נישט צוצוברענגן צו א מחלוקה, וואס דאס איז די ערגסטע זאך,

משא"כ און אידישקייט, איז נישט די קרעטשמע די פלאץ ווי די פראבלעים ברויכט צו אויסגעשמועסט ווערן,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מאי 24, 2009 10:54 pm

פארוואס נישט? מיר האבן דאך דא וואלוועלע :P

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 25, 2009 9:50 am

קודם וויל איך זיך באדאנקן פאר אלע חשוב'ע מגיבים וואס האבן גענומען די טירחה און פרובירט זיך אריינצולייגן אין מיין מצב און פרובירן אויפצוקומען מיט א סאלושען, איך וועל זיך אביסל באציען צו די מגיבים אזוי וועט מען האבן אביסל א קלארערע בילד וואס דא קומט פאר.
אונגארישער האט געשריבן:איין עצה זיי זאגן קלאר אין שארף מיט א פעסטקייט אנטשולדיגט איך האב דיר נישט געפרעגט וואס צי טיען זיי וועלן זייך אריינמישען נאר ווילאנג זיי פילן אז זיי זענען שטערקער פינעם קליינעם שוועסטער


פון מיין בריוו קען מען זען אז די פראבלעם איז נישט ווען זיי רופן צו מיר אהיים ווייל ביי אונז ווייסן זיי אז איך פייף זיי אן, די עיקר פראבלעם איז ווען זיי לויפן צו מיין שוויגער.
איך_הער האט געשריבן:דאסיז אויפן שפיץ פינגער.

זייער גוטע פוינטס האסטו ארויסגעברענגט וואס איז נוגע, באמת איז זי שוין אליין צוגעקומען צו די קאנקלושען אז זיי רעדן פון קנאה, די מעשה איז אז איך ארבעט און איך מאך אפשר א טראפ מער געלט ווי זיי, און זיי זענען כלי קודש, איך האב א גרעסערע דירה, און מ'קען אמאל הערן אונטערמורמלען דער עושר......זיי זענען כלי קודש, איך קלער אז דאס איז א פוינט וואס קען אביסל קלאר מאכן,  און נאך א זאך מען רעדט דא קלאר נישט פון קיין אידישקייט זאך ווי שוין געשריבן אונעם בריוו, לגבי רעדן צו די שוויגער איז דא צוויי נקודות איינס איז ווען זיי רעדן סתם זאכן אויף איר דארף די שוויגער פועל'ן ביי זיך איינצוהאלטן די תשעה קבין וואס קען אמאל זיין היבש שווער, און צווייטנס איז ווען זיי קומען מיט אזעלכע זאכן ווי זיי נעמען זיך פשוט אן פאר די שוויגער, ווי צו ביישפיל אז פאר פסח איז זי כמעט נישט געקומען העלפן איר מאמע, הגם זי האט א גרעסערע דירה און פיצלעך קינדער, און די שוויגער וואוינט מיט גרויסע  קינדער, זיי טרעפן שוין ווי צו שפילן אויף אירע געפילן.
עניוועי מען קען נוצן דיין גאנצע פינגער......
אונגארישער האט געשריבן: אבער זי מיז נאכאלץ איינזען אז די עלטערע זענען נישט גערעכט זיי שרייען אזוי אין די אזוי וועגען דעם האלט איך מדארף צימאכן פאר די שוועסטערס דאס מויל

מ'רעדט פון שוועגערינס, זי איז די עלצטע טאכטער.
 
ר' משה קארנפעלד דיין עדווייס איז זייער גוט מ'דארף טראכטן פאר מ'טוט, און נישט שפעטער חרטה האבן, די שאלה וועגן פרעגן א גוטן איד, האב איך נישט געהאלטן אז איך האלט שוין אזוי ווייט, ווי איך האב שוין אביסל בארירט אז זאכן וואס האט מיט מיר האב איך זיך אלץ אן עצה געגעבן, איך קען איר בארואיגן, אבער ארבעטן אויף מענטשן וואס כ'האב נאך נישט געטושט מיט זיי קיין ווארט זייט מיין חתונה איז עפעס אנדערש, און ווייטער ווי די פאקט שרייבט שוין דרייען זיך דא אסאך גוטע אידן, און איך קען אפי' זאגן אידן מיט עקספיריענס אין די האקעלע נושאים.
 
שוועמל אויף דיין אידישקייט זאך האב איך שוין געענטפערט, ווייטער די בריוו דארפסטו אביסל בעסער מסביר זיין, עס קען זיין אז די ביזט נתעורר געווארן דערפון אבער דארפסט פארשטיין אז מיין ווייב וועט קיינמאל נישט לאזן שרייבן א בריוו, אראפגעלייגט איר מצב אזוי ווי איך האב עס אראפגעלייגט מיט די אמת'ע בילד.
 
און ר'  יוד עצה איז אויך נישט שייך וויבאלד מ'רעדט דא פון א פרוי וואס וועט שווערליך  אויפהייבן איר קול אין געגנווארג פון אנדערע, און אודאי נישט געבן קיין רעדעס.
 
נאך א נקודה וואס מ'דארף אויסשמועסן איז צו איך האב דא א חיוב פון לא תעמוד על דם ריעך, און איך מוז עס סטאפן אפי' ס'איז שווער.
 
איך האב זיך אביסל איבערגעטראכט, אי זמיר איינגעפאלן איך זאל זיי שיקן בתורת פרעזענט חפץ חיים אין אידיש אדער די מ.פ.3. פון ר' חיים יעקב רובין אויף חפץ חיים.
וואס האלט דער עולם?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מאנטאג מאי 25, 2009 10:18 am

יו האב איך מיך דערשראקן!
וויכי האט א פראבלעם מיט יענעם? נאכאמזל אז ער האט געזאגט אז א צווייטער האט עס געשיקט, אזוי קען עס שוין אנפאנגען צו מאכן סענטס.

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מאנטאג מאי 25, 2009 10:23 am

מיי אפיניען איז:
נואפס

פארשטייסט! זי גייט מיר אויסלערנען וואס צו טוהן אינדערצייט ווען זי...........

עס וועט נאר מער פארפלאנטער ווערן. כך נראה לפענ"ד
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 25, 2009 10:32 am

ברוך, און אזוי אויך די אנדערע, (ר' יוד, דו האסט שוין א שטיקל נצחון, דא מאכטער חוזק פון האגער, און דא זוכטער הילף..) וואס שפעקילירן צו איך בין עס, (גראדע ברוך, דו קענסט מיך יא, איך גלייב נישט אז דו מיינסט אז איך בין עס..) איך וויל ענק נאך איינמאל קלארשטעלן, איך בין עס נישט, איך קען עס גראדע פראוון, אבער איך מיין אז ס'פעילט נישט אויס.. די וואס קענען מיך, ווייסן דאך.. סאו פאר די וואס קענען מיך נישט, קענען טראכטן וואס זיי ווילן.. אבער נאך איין מאל.. איך האב עס באקומען אין אישית, איך האב ב"ה נישט דעם פראבלעם...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג מאי 25, 2009 10:36 am

ערגעץ אין 'מעלות' איז געווען גוט באשריבן דעם פראבלעם, איך וועל נאכקוקען וועלעכן חודש.

איך וויל ענק נישט זאגן וואס איך וואלט ווען געטון...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 25, 2009 11:01 am

איך בין עולם? אפשר נישט גאנץ עולם, אבער עפעס עולם בינעך, סאו לאמער דיר זאגן, (און אויך נאכנישט די גאנצע פינגער, איך בין פשוט נישט רעדי דערפאר, סאו ווייטער נאר אויפן שפיץ)

איך האלט אז ס'וועט נישט העלפן, און לאמער דיר מסביר זיין, אז נישט נאר חפץ חיים וועט יעצט נישט העלפן, נאר קיין שום מתנה און חנופה וועט לכאורה יעצט נישט ארבעטן, ווייל סיי וואספארא מתנה דו שיקסט זיי, וועלן זיי באלד זיך נעמען טראכטן טיף, וואס די חשבון מיט דעי מתנה איז, און אז זיי זענען גענוג שטארק ביי זיך, אז דיין ווייב (דיין חבר'ס.) פייפט זיי אן, און זיי האלטן דאס נישט אויס, וועט א מתנה (אין די יעצטיגע סטעפ) ובפרט חפץ חיים, וואס זיי וועלן אננעמען פאר א שטעך, (א שטאך מיטן מויל, ארבעט אינגאנצן אויף אן אנדערע אופן, ווי א שטאך מיטן עפעס אונטערשיקן.) וואס יא, אויב דו ווילסט גיין אויף אזא אופן, איז מאכן צוזאמקום'ס ביי דיר (שטייצעך אז ביי דיין חבר) אינדערהיים, צו מלוה מלכה'ס, וכדומה, געווענליך, וועלן אזעלכע צוזאמקום'ס צולאזן די אנגעצויגנקייט, און הערשט נאכדעם קענסטו ניצן די מתנה עצה.

דאסיז פאר נאו...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 25, 2009 1:59 pm

מיין עצה פונעם בריוו איז געווען זייער פשוט, צו נעמען דעם אשכול דא און עס אריבערשיקן צו זיי מיט א פראגע וויזוי וואלטן זיי געהאנדעלט אין אזא פאל.
זיי וועלן שוין גוט כאפן פון וואס מען רעדט דא.
אויב ווילסטו נישט אראפמשל'ן דיין ווייב אזוי שווארץ, קענסטו עטוואס טוישן די אינהאלט פונעם בריוו און רעדן בלשון נסתר אדער גאר שרייבן כאילו מען רעדט פון א צווייטע מעשה וכו'.

פארשטייט זיך קענסט אויספירן דעם בריוו מיט אפאר הארציגע ווערטער, די עתיד פון א אידישע שטוב איז אין אייערע האנט! לאזט נישט די משפחה זיך צוברעכן וואס קען האבן אן אפעקט אויף דורות וכו' וכו'.


דאס וואס איך האב געשריבן אידישקייט (טראדיציע), איז געווען א השערה בעלמא. אויב דאס איז נישט דער קעיס איז דאך אוודאי גוט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעזרת השם, סארקאזי, קאניאק און 29 געסט