באהאנדלען א טענענט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

דוד משמש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 12:29 am

באהאנדלען א טענענט

תגובהדורך דוד משמש » זונטאג מאי 10, 2009 2:38 pm

וואס קען איך טון מיט א שווערען טעעננעט וואס אזוי פראסטערהייט - צאלט ער נישט קיין רענט - אר פאָשט- ער שלעפט-- ער קרעכצט
סוף פסוק קיין געלט גיט ער נישט///
רבותי ווער קען עפעס העלפען ציט א תורהדיגע עצה
פשוט אים ארויסווארפען ?... ווט ער מיך בארעדען און גאנצען שטאט.. און גיי פארענטפער דיך פאר יעדען אז איך האב א מורגידזש צו צאלען..

וואס טוט מען

ווער עס האט א עצה /עקספיריענס ביטע מודיע זיין

דוד

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג מאי 10, 2009 4:10 pm

זאג אים אפן אין פנים אויב ביז סוף וואך באצאלט ער נישט זאל ער פריי לאזן דעם אפארטמענט
געדענק
אויב די דירה וועט גיין צי פארקלויזדשער ח"ו צי די וועסט לכבוד דעם בלייבן שולדיג בייי א צווייטן וכדומה וועט מען דיר פונקט אזוי בארעדן אין די גאנצע שטאט

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » זונטאג מאי 10, 2009 5:38 pm

דוד משמש, עס ווענדט זיך, אויב יענער מיטשעט זיך געפערליך דעמאלס פרעג א רב וויאזוי זיך אומצוגיין, אויב אבער יענער האט א פיינע קאר מיט א סעלפאון צו צאלן יעדע חודש, דעמאלס לענ"ד זאלסטו פארלאנגען פון אים די געלט בכל התוקף און אים סטראשענען ארויסצוווארפן אויב ער צאלט נישט, אדער רוף אים צו דין תורה פראסט פשוט

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג מאי 10, 2009 5:57 pm

כ'האב אמאל געהערט פון איינעם וואס האצעך געמיטשעט מיט אזא פראבלעם, ער האט געשיקט איינעם צו יענע טענענט מכלומר'שט אז די לענדלארד האט אים געשיקט קוקן די דירה, און די טענענט האט געכאפט די מעסעדזש... (כ'ווייס אבער נישט אויף ווי לאנג ס'האט געהאלפן)

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » זונטאג מאי 10, 2009 6:02 pm

האט ער א ליעס?
איז זיין טאטע, שווער אים גוט געשטאנען ביים פארדינגען?
איין זאך איז זיכער, נישט לאזן די זאך שלעפן צו לאנג, ווייל די חובות זאמלען זיך זייער שנעל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 10, 2009 6:12 pm

לפי ידיעתי זענען פארהאן עטליכע פארשוינען וואס זענען געאייגנט קעיר צו נעמען פון אזעלכע חברה.

מען קען נישט ארויסשרייבן אין פארום אבער פרעג דיך נאך. זיי וועלן קעיר נעמען פון אלעם. (פארשטייצעך זיי לאזן זיך באצאלן)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 10, 2009 9:03 pm

צום זאך האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט פון איינעם וואס האצעך געמיטשעט מיט אזא פראבלעם, ער האט געשיקט איינעם צו יענע טענענט מכלומר'שט אז די לענדלארד האט אים געשיקט קוקן די דירה, און די טענענט האט געכאפט די מעסעדזש... (כ'ווייס אבער נישט אויף ווי לאנג ס'האט געהאלפן)


נע, די עצה העלפט נישט...
אני הקטן, ווען איך האב נאך געוואוינט ביי א לענדלאר, האב זיך געמוטשטעט מיט א פארקערטע פראלבעם, אז איך האב געהאט פאר א לענדלאר "א קיה מיט הויזן", וועלכער עס האט יעדן צווייטן טאג אנגעכאפט א צווייטן משוגע'ת, אמאל ווען ער האט געוואלט עפעס פועל'ן ביי מיר און איך האב נישט געהאלטן דערביי, האט ער געטאן דעם שטיקל און געשיקט איינעם קוקן מיין דירה (יענער האט באמת געזוכט א דירה און געמיינט אז איך גיי טאקע שוין ארויס), אבער עס האט נישט קיין סך געהאלפן ווייל ווען יענער האט מיר געפרעגט ווען איך גיי האב איך אים געלאזט וויסן אז איך האלט דערווייל נאכנישט ביים גיין, און דרך-אגב האב איך אים דערציילט עטליכע עפיזאדן פון מיין לענדלאר ביז זיין אפעטיט איז פארגאנגען און פון זיך אליין נישט געוואלט נעמען די דירה.
אלזא דער עצה העלפט נישט אלעמאל.

נאר וואס יא, איך מיין אז חידוש איז גערעכט, עס ווענדט זיך ווער דער טענענט איז און צי ער לעבט אויף מותרות.
אבער ווייטער געשמועסט, קען דאס נישט יעדער לענדלאר מחליט זיין, ווייל מיין געוועזענער לענדלאר פלעגט מיר קומען זאגן (ווען ער האט געוואלט אז איך זאל צאלן 50 פראצענט פון געז און לעקטער, אויף די מיטער וואס איך האב געשערט מיט זיין הויז...) אז איך בין צו ברייט מיט געלט, און מיר געברענגט א ראיה אז ער הערט ווי איך באד מיינע קינדער דריי מאל א וואך, און ער האט אויך אמאל געזען די לעקטער ברענען אין די צייט וואס לפי החשבון (!) האט קיינער נישט געדארפט זיין אינדערהיים.
ממילא, אויב דער לענדלאר איז א נארמאלער מענטש, דארף ער מחליט זיין צי דער טענענט איז נארמאל און לעבט שפארזאם וכו' כפי דברי חידוש...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 10, 2009 11:12 pm

א זייטיגע זאך וואס זיס האט דערמאנט.

לגבי "שערן" מיטערס איז א גיהנם פאר זיך, קיינמאל איז קיינער נישט צופרידן מיט די תוצאות פונעם בילל, יעדער האלט אז יענער האט פארנוצט מער.

עד היום ווערט מיין וואסער מיטער געשערט מיט נאך שכנים און איך האלט אויך אז איך צאל פיהל ארויף..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

בונם דער טרעגער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 06, 2009 10:31 pm

תגובהדורך בונם דער טרעגער » דינסטאג מאי 12, 2009 12:41 am

און ספעשל אויב דער בילל איז אויף אייער נאמען ..............

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג מאי 21, 2009 1:04 pm

איך האב געצאלט מיין שכן'ס עיר קאנדישאן פאר 4 יאר, א דאנק מיין לענדלאר וואס אינטערסירט אים גארנישט נאר רענט צייטליך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דאנארשטאג מאי 21, 2009 4:56 pm

זיס איך מיין אז מטאר ביי אזא לענדלארד נישט וואינען נישט מענטשליך אין נישט תורהדיג
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג מאי 24, 2009 10:01 am

אגב אורחא וויל איך אזוי פרעגן, מיין טענענט קאלט מיר היינט צופרי אן און פרעגט מיר אויב ער קען פארדינגען די דירה אויף שבועות פאר איינעם, וואס איז די הלכה, דארף ער מיר לענדלארד אויך געבן דערפון, אדער דאס איז זיין ריוח?
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מאי 24, 2009 10:10 am

ווארד, איך ווייס נישט וויזוי ס'גייט, אבער איך פארשטיי, אז ס'דארף זיין זיין רוח, אבער ווען דו זאגסט עם אז ס'איז זיין, ביטע זאג עם ער זאל זיין מענטשליך, און נישט בעטן אין די וועלט אריין..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 24, 2009 10:18 am

ר' ווארד, איט אלל דיפענטס וואס עס שטייט אין די ליעס, דאס אליין אז ער פרעגט שוין פארדינט אפרישיעישאן פונעם לענדלארד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג מאי 24, 2009 10:36 am

אינעם ליעס שטייט אז ער טאר עס נישט ארויסדינגען פאר קיינעם דערפאר האט ער מיר געקאלט פרעגן
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 24, 2009 10:41 am

אויב אזוי ווענדט זיך שוין צו דו ווילסט אים געבן א טריעט לכבוד יו"ט, דו מוזט נישט און די דארפסט נישט [און טייל וועלן אפילו זאגן אז דו טארסט נישט] אים נאכגעבן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג מאי 24, 2009 10:57 am

פארשלאפן:
איך פארשטיי ער מוז נישט ער דארף נישט אבער פארוואס זאל ער נישט טארן?

אגב: אז מ'רעדט דא פון פארשידענע נושאים האב איך געטוישט די קעפל צו "באהאנדלען א טענענט"
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 24, 2009 11:03 am

ר' פאקט: איך האב עס געשריבן אין רינגעלעך וויל איך האלט נישט אזוי, לדעתי דארפן מען נוצן א פינפטן שו"ע, יעדער טענענט איז אן אנדער מסכתא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » זונטאג מאי 24, 2009 11:13 am

ר' פארשלאפן: איך פארשטיי פארוואס איר האלטס נישט אזוי, איך האב נאר ליב צו הערן נאך א צד, בין איך נייגעריג אויב איר ווייסט די צדדים (די הווא אמינא'ס) פארוואס זאל ער נישט טארן?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 24, 2009 11:17 am

איך בין מחולק:

איך בין א לענדלאר און איך בין בשיטה אז אויב דו ווייסט ווער עס קומט אריין אין די דירה (אדער וואספארא סארט מענטשן) דארף מען לאזן, פארוואס נישט?

איך האב אויך אריינגעשריבן אין ליעס אז ער טאר עס נישט פארדינגען, דאס האב איך געטאן זיך צו פארזיכערן אז עס ווערט נישט אריינגעברענט פרעמדע עלעמענטן, אבער אויב ער פרעגט פאר דעם און איך ווייס וועמען ער ברענגט אריין, לאז איך אים בחפץ לב.

בנוגע צו דער לענדלאר זאל מאכן עפעס ריווח; פארוואס עפעס?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 24, 2009 11:22 am

זיס האט געשריבן:בנוגע צו דער לענדלאר זאל מאכן עפעס ריווח; פארוואס עפעס?

ווייל די רעכט איז זיינס און ער דארף עס נישט אוועק געבן אומזינסט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 24, 2009 11:24 am

thefact האט געשריבן:ר' פארשלאפן: איך פארשטיי פארוואס איר האלטס נישט אזוי, איך האב נאר ליב צו הערן נאך א צד, בין איך נייגעריג אויב איר ווייסט די צדדים (די הווא אמינא'ס) פארוואס זאל ער נישט טארן?

דערפאר ווייל עס איז דא אזעלכע וואס ווען מ'גיט זיי א פינגער דארפן זיין א האנט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מאי 24, 2009 1:19 pm

דער טענענט איז אן ארנטליכער, און פארדינט צו באקומען א "יא" אלס ענטפער!

איך האב אמאל געוואוינט פורנישד, און אויפן זומער האב איך פארדינגן מיין דירה פאר א פרישע פארפאלק (איך געדענק נישט אויב איך האב געפרעגט רשות פון מיין לענדלארד, אדער אויב עס איז געשטאנען אינעם קאנטראקט א ווארט וועגן פארדינגן ווייטער), עס איז מיר געווען א שטארקע הילף בשעתו צו קענען באצאלן די רענט.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

ווער באצאלט וואסער?

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג מאי 30, 2011 8:35 am

אזוי ווי עס איז מיר זייער נוגע יעצט וויל איך וויסן ווי אזוי ס'איז ביים עולם (אין וויליאמסבורג),

ווער צאלט די וואסער ביל, די לענדלאר אדער די טענענט?

יישר כוח למפרע.


נ.ב. די רעדע איז איבער די נייערע סארט דירות מיט צענדליגע אפארטמענטס אין א בילדינג.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 30, 2011 8:47 am

אין א קאנדא, געווענליך דער טענענט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט