קאמענטארן איבער דירות פראבלעם - ארטיקלען

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

קאמענטארן איבער דירות פראבלעם - ארטיקלען

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 04, 2009 11:24 am

לעבעדיגער, יישר כח פארן דעליווערן אהער אזאלכע שיינע ארטיקלען,
דער שרייבער איז הונדערט פראצענט גערעכט.

חסיד
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 09, 2007 12:11 am

תגובהדורך חסיד » מאנטאג מאי 04, 2009 11:40 am

לענית דעתי
דארפן די עסקנים אין רבנים ארויסגעבן א גזירות גירוש!!!!
יא יא איר האט גוט געהערט! אנדדערש וועלן זיך די וויליאמסבורגע משוגעים קיינמאל נישט גיין מקען זיי צוזאגן פיתום ורמסס אין גארנישט זיי שטעקן זיך אריין די קאפ אין די ערד אזוי ווי א בת היענה אין גיי זיך מיר זיי וועלן זיך פיינוגען אין די משפחה זיי כאפן נישט אליין אז דאס לעבן אין אזעלכע פארשטיפטע לעכער נעמט זיי אוועק די גאנצע הרחבת הדעת אין מנוחת הנפש ווי חז"ל זאגן דירה נאה מרחיבין דעתו של אדם, נאכדעם פאלט די גאנצע אנגעצויגן אין נארוועזקייט אויף אלע ארומיגע
נעבעך נעבעך אבער סאיז ליידער א פאקט
אזוי ווי איך האב אנגעפאנגן מען דארף פשוט פארטרייבן מענטשן מיט שטעקענעס! מיט געוואלד א נישט וועלן זיי זיך נישט רירן מען דארף פירן א מערכת חרמה אז עלטערן זאלן זיך שעמן אריינצולייגן זייערע קינדער אין אזא דירה
איך בעט די חשובע חבירים זאלן צוהעלפן אין אויפשטורמען די גאסן!!!
ברוך הוא באריך שעמאוי..... אאאאמאיין

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » מאנטאג מאי 04, 2009 11:47 am

חסיד האט געשריבן:לענית דעתי
דארפן די עסקנים אין רבנים ארויסגעבן א גזירות גירוש!!!!
יא יא איר האט גוט געהערט! אנדדערש וועלן זיך די וויליאמסבורגע משוגעים


איך האלט אז ס'איז נישט מיט רעכט צו באטיטלען אזויפיל טויזענטער מענטשען מיט אזא מיאוס'ע טיטול, עכ"פ אויב יא, דארף דאס זיין אויף א גרונד פון יארן לאנג שטודיעס, נישט סתם ארויסגעזויגן פון פינגער.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

חסיד
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 09, 2007 12:11 am

תגובהדורך חסיד » מאנטאג מאי 04, 2009 11:58 am

לאמיר דיר פרעגן מענטשן וואס טוהן אזעלע זאכן ווי אזוי רופט מען זיי אן? אונטער וועלכע סינדראם זענען זיי?
אפשר ביסטו מער באקאנט אין די דעטאלן פון קרענעק אי האב נאר פשוט געזאגט א בכלליות'דיגר נאמען אדרבה זאג די
ברוך הוא באריך שעמאוי..... אאאאמאיין

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 04, 2009 12:41 pm

חסיד האט געשריבן:לאמיר דיר פרעגן מענטשן וואס טוהן אזעלע זאכן ווי אזוי רופט מען זיי אן? אונטער וועלכע סינדראם זענען זיי?
אפשר ביסטו מער באקאנט אין די דעטאלן פון קרענעק אי האב נאר פשוט געזאגט א בכלליות'דיגר נאמען אדרבה זאג די

נישט קיין חילוק וואס זיי זענען..., דאס איז לגמרי נישט קיין קרעטשמע שפראך....
אט די ווערטער בטאלאנגען אין היידפארק, נישט דא וואו די תקנות ערלויבן נישט צו רעדן אויף סיי וועלכע אומאיידעלע אויסדרוקן. פינטל.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » מאנטאג מאי 04, 2009 12:54 pm

מען קייט איבער די זעלבע וואסער, אמעריקע איז נישט ארץ ישראל.

אין אמעריקע איז שוין געווען שטעטעלעך מיט גענוג ביליגע פרייזן, אז נישט די פרייז איז געווען די אפהאלט. נאר די מוסדות, מיט ביזנעס, און סאשעל געברויכן. אין ארץ ישראל צאלט דאס אלעס אויס די רעגירונג, און די נייע איינוואוינער דארפן נאר צאלן פאר זיין דירה, און דעטיס איט. דא אין אמעריקע באקומט מען נישט די געלט, פאלט ארויף אויף יעדע נייע איינוואוינער גרויסע קרן הבנין הוצאות, און דאן צווישן דאס לעבן אין שטאט און אין לעבן אין א נייע שטעטל לוינט נישט.

והא' ראי' פארוואס האט נישט סאטמאר קיין שטעטל אין ארץ ישראל, א שטייגער ווי אנדערע קהילות, ווייל זיי נעמען נישט קיין געלט.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 04, 2009 1:02 pm

געדולד,
סאטמאר האט יא שטעטלעך אין ירושלים און אין בני ברק.

די סיבה פארוואס סאטמאר האט נישט אין בית שמש איז ווייל רבי משה ארי' האט דאס געוואלט נעמען אויף זיין נאמען "קרית רמ"א" ווייל ער האט נישט געהאט קיין קינדער ל"ע.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » מאנטאג מאי 04, 2009 1:05 pm

וואו האט סאטמאר "מוסדות" חוץ אין ירושלים און אין בני ברק, וואס איך און דו האבן עס אויפגעבויט מיט אונזער מעשר געלט.

כ'מיין צו זאגן, ווען עס זאל זיין א פאנד רעיזינג סיסטעם פאר א נייע שטעטל ווי פאר מוסדות יטב לב, וואלט שוין געווען אפאר שטעטלעך.

שלמהלע1
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 10, 2008 9:58 am

תגובהדורך שלמהלע1 » מאנטאג מאי 04, 2009 1:24 pm

איך האב ארויסגעמופט פון וויליאמסבורג אין די פארגאנגענעם יאר, נאכן זוכן א דירה פאר דריי יאר, (נישט קיין גוזמה, איך האב געזוכט א דירה דריי יאר אין איין צו, איך האב באזוכט אומצאליגע דירות אין אלע געגענטער אין וויליאמסבורג, איך האב איינגעזעהן אז עס איז פשוט נישט במציאות צו טרעפען א דירה וואס עס זאל שטימען מיט מיין בודשעט) מיין געוועזענער לענדלער קאלט מיך אן אפאר טאג צוריק אין זאגט מיר היסטעריש! טו מיר א טובה, הער אויף צו פארציילן פאר מענטשען אז דו האסט געמופט קיין.........., די לעצטע האלב יאר האב איך שוין באקומען טויזענטער טעלעפון קאללס אז מען האט געהערט אז איינער האט ארויסגעמופט אין מען וויל כאפן די דירה, ער טענה'ט אז ער ווערט שוין ממש צודרייט, און ער וועט בעטן פון ביליג רענט כדי קיינער זאל נישט וועלען ארויסמופן פון זיינע דירות, פשוט ווייל ער וועט מוזן הייערן א אפיס מיט צען איינגעשטעלטע צו ענטפערן טעלעפון קאללס,
לעצט פאראכטן דורך שלמהלע1 אום מאנטאג מאי 04, 2009 1:41 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

חסיד
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 09, 2007 12:11 am

תגובהדורך חסיד » מאנטאג מאי 04, 2009 1:25 pm

איי עם סארי מר. בערי איי דידינט נאו אז די קרעטשמע חברה זענען אזוי סענעסטיוו צו די זאכן אי"ה בל"נ וועל איך וואטשן אויף נעקסט טיים

יעצט הרב לעבעדיגער
די ארטיקל איז זייער גוט די זאך איז מען האט דאך שוין דעפלאנט אפאר שטעטלעך אין דער עולם האט זיך נישט גערירט
אויף פאפיר שטימא אלעס פיין אן וואויל אבער אין מציאות איז עס א חלום סאיז נישט דא די עסקנים אין סאיז נישט דא ווער סזאל גיין...
מען דארף אויפרודערן א שטאט אזוי ווי עפעס א גזירה וואלט געווען

די אמת איז נאר אז די סיבה פארוואס די רבנים אין ראשי קהילות וועלן נישט רודערן אז קיינער וויל נישט פארלירן קיין מענטשן קיין איין גרויסע קהילה וויל נישט אז אפאר הונדערט אידן זאל זיך אויף איינמאל געבן אהייב אויף אין אפיצן, אין די זעלבע איז ביי די קליינע רבי'לעך אין רבנים וואס איז קעניינע הארא דא א שפע אין שטאט ווילן נישט פארלירן זייער אויסגעהארעוועטע מנין נאכן צושטעלן א שיינע מקוה, קידוש, יארן שנארן וכדו' זאל זיי זיין וואס זאלן פאטרייבן זייער אייגענע מענטשן
במילא חשובע קרעטשמערס קומט אויף מיט עפעס א פלאן
ברוך הוא באריך שעמאוי..... אאאאמאיין

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג מאי 04, 2009 1:48 pm

חסיד ;l;p-

איך וויס נישט צי דער עולם איז באקאנט אין מאנטריאל איז דא א קהילה וואס הייסט "סקווירא" איר ווייסט אפשר ווייאזוי די קהילה איז מצליח אין סאיז דא מענטשן מיט א ת"ת

סקווירא רבי שליט"א רופט אריין איעדע פאר יאר (איך מיין אז עס גייט אויף פיפצן יאר) אינגעלייט אין ער זאגט זיי ר יאקל די נעקסטע כך וכך יאר גייסטו וואינען אין מאנטריאל פארשטאנען

אזוי האט ער געבויט זיין קהילה

לעניננו פירטס אליין אויס
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 04, 2009 1:55 pm

שלמה'לע
קאנגראטולאציע פאר דיין טון צו די זאך.
יעצט
אויב קענסטו באשרייבן דיין עקספיריענס מיטן מופן פון אלע אספעקטן קענסטו זיין א מזכה את הרבים.
אויב ווילסטו צוליב אומפארשטענדליכע סיבות נישט זאגן וואו דו האסט געמופט גיב עס אן אנדערער נאמען, צב"ש אויב האסט געמופט קיין וואודרידזש זאג אז דו האסט געמופט קיין פאלסבורג.....
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג מאי 04, 2009 2:17 pm

איך גיי זאגן אביסעלע שארף, איך מיין מיך אויך, און איך בעט קיינער זאל זיך נישט פילן געטראפן... אבער איך קלער אז פאקט בלייבט פאקט

עס איז דא איין עצה: אריין נארן דעם עולם אין א נייע שטעטל מיט שקרים גוזמאות וכו' נאר אזוי וועלען מענטשן מופן.

ווייל מענטשן ווילן מ'זאל זיי אלעס געבן

+ גאראנטירטע דזשאבס
+ ביליגע דירות (לייען חצי בחנם- וואס הייסט? איך מוף דאך אוועק אין בויבעריק...)
+ דער אינוועסטאר זאל נישט מאכן קיין געלט (נישט יעצט און נישט אין פינף יאר ארום)
+ דער אינוועסטאר זאל בויען בנינים פאר די תלמוד תרה'ס ,סקולס, מקוואות, וכו'
+ א גאראנטי אז אין די נעקסטע 10 יאר וועט עס זיין ביליג
+ דאס פלאץ זאל זיין חסידיש (לייען: אנדערע מענטשן זאלן זיין געצוימ'ט צו זיין ערליך)
+ אן טעראר (לייען: איך זאל קענען טון וואס איך קלער איז ריכטיג)
+ וואוינען לעבן די עלטערן
+ נאנט צו גרויסע שאפינג צענטערן
+ האבן אלע מינע אייגענע סטאר'ס
+ האבן בעיקר נאר זיין טייפ מענטשן (ליין: קרייז)
+ נישט קיין צמצום (לייען: א מיעוט אנדערע קרייזן אויך)
+ אלע מעלות פון וויליאמסבורג
+ אלע מעלות פון מאנסי
+ אלע מעלות פון קרית יואל

און ועל כולם... וויל ער נישט זיין פון די וואס וועלן מיטמאכן די חבלי לידה...

קום איך צו צו די החלטה אז עס איז דא איין עצה: אריין נארן דעם עולם אין א נייע שטעטל מיט שקרים גוזמאות וכו' נאר אזוי וועלען מענטשן מופן, (איך האב אפילו געקלערט א דאס איז געווען ר'דוד שטיינבערג'ס פלאן )

איי מענטשן וועלן זעהן אז נישט אלעס איז אמת, נישט געזארגט, שפעטער וועט מען זעהן אז די וועלט עקט זיך נישט אפילו מ'האט נישט די אלע אויבנדערמאנטע מעלות

כן נראה לעניית דעתי
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 04, 2009 2:21 pm

איי טעיק אישו מיט דעם וואס דו זאגסט אז דאס איז געווען ר' ד.ש. פלאן
ר' דוד איז א איש אמת בצדק וביושר.
בג' דברים אדם ניכר
ר' דוד איז ביי אלע דריי בייגעשטאנען א נסיון וואס ווייניג מענטשן וואלטן דורך געטראגן.

דיין תגובה לגבי דירות וועט געשיקט ווערן צום ריכטיגן אדרעס ווי אויבן דערמאנט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 04, 2009 2:21 pm

לעבעדיגער, יישר כח פאר דיין מיה.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג מאי 04, 2009 2:29 pm

איך האלט נישט ח"ו אז דאס איז למעשה געווען ר' ד.ש. פלאן

ר' דוד האט "באמת צוגעשטעלט" די מאקסימום פון די אלע אויבנדערמאנטע זאכן וואס נאר מעגליך, ער האט מיט מסירת נפש געטון עד שידו מגעת, און ער האט אפילו געהאט עטליכע צענדליג קלוגע ראשי משפחה וואס זענען גרייט געווען מוותר צו זיין אויף פארשידענע אומוויכטיגע פונקטן פונעם אויבן דערמאנטן ליסטע, און דאך ליידער לא עלתה בידו

איך האב נאר אפי' "געהאפט און געקלערט" אז דאס זאל ווען זיין ר' ד.ש. פלאן, ווייל לדעתי איז דאס די איינציגסטע עצה
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 04, 2009 3:58 pm

ווען ס'וועט זיין נאך אפאר באמערקונגען פונעם ציבור וועט מען אי"ה ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון

נאר אזויפיל קען איך יא מוסיף זיין, אז עטליכע פונקטן וואס זענען דא ארויף געברענגט געווארן ווערן פארענטפערט אינעם פעלערדיגן ארטיקל (אינטערוויו מיט א תושב אשדוד) וואס וועט בעז"ה סייווי נאכקומען
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 04, 2009 4:22 pm

ר' בערל, א הערצליכן דאנק פאר די ארטיקלען.

ר' די פאקט, א ביטערער מציאות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 04, 2009 4:31 pm

ליינט איבער דעם זעקסטן ארטיקל אנגעפאנגען פון מען טאר נישט אריינפאלן אין יאוש
דארט וועט איר זען וויאזוי מען דארף קוקן אויף דעם ענין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג מאי 04, 2009 5:29 pm

יישר כח בערל פאר די מאמרים.

די פראבלעם מיט די אלע נייע ישובים איז אזוי.
קיינער וויל נישט מיטמאכן די חבלי לידה, אויב עס לוינט נישט
דאס מיינט אזוי, אז דאס איז קלאר, אז אין א נייע ישוב, מוז מען דורכגיין חבלי לידה, איינער וואס האלט אז עס קען זיין א פיקס פארטיגע זאך, נארט זיך אליינס, מען קען קוקן דא אין אמעריקע אויף סקווירא און אויף קרית יואל, וואס ביידע פון זיי האבן געהאט חבלי לידה ביז זיי האבן זיך אוועקגעשטעלט. און די זעלבע זאך איז אין ארץ ישראל, האבן די נייע ישובים אויך געהאט חבלי לידה, ביז עס האט זיך געהעריג אוועקגעשטעלט.
אבער כדי דורכצוגיין חבלי לידה, מוז זיך לוינען עקאנאמיש.
פארוואס זאל איינער גיין אין א נייע ישוב, וואס קומט מיט חבלי לידה, ווען פאר בלויז 100 צו 150 טויזנט דאלער מער, האט ער צוגעשטעלט די גאנצע אינפעסטרוקטור אין מאנסי.
איך נוץ די ווארט "בלויז", אפילו דאס איז א געוואלד מיט געלט, אבער לעומת די חבלי לידה, לוינט זיך איבער צוצאלן.

לענ"ד וועט זיך א ישוב נישט אויסארבעטען, נאר אויב עס איז גענוג ביליגער, אז עס זאל לוינען דורכצוגיין די חבלי לידה
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג מאי 04, 2009 5:34 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:לענ"ד וועט זיך א ישוב נישט אויסארבעטען, נאר אויב עס איז גענוג ביליגער, אז עס זאל לוינען דורכצוגיין די חבלי לידה

אדער מיין עצה
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג מאי 04, 2009 6:02 pm

די וועלט איז היינט צו סאפיסטיקירט צו קענען פארקויפן שקרים וכזבים, דער עולם וועט שנעל כאפן אז דא זאגט מען ליגנט, און דאס וועט זיין די סתימת הגולל.
איך האלט אז דערפאר איז ר' ד.ש. אנגעקומען אזוי ווייט, ווייל ער האט געזאגט כמעט נאר אמת...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

חסיד
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 09, 2007 12:11 am

תגובהדורך חסיד » מאנטאג מאי 04, 2009 7:38 pm

אונגארישער האט געשריבן:חסיד ;l;p-

איך וויס נישט צי דער עולם איז באקאנט אין מאנטריאל איז דא א קהילה וואס הייסט "סקווירא" איר ווייסט אפשר ווייאזוי די קהילה איז מצליח אין סאיז דא מענטשן מיט א ת"ת

סקווירא רבי שליט"א רופט אריין איעדע פאר יאר (איך מיין אז עס גייט אויף פיפצן יאר) אינגעלייט אין ער זאגט זיי ר יאקל די נעקסטע כך וכך יאר גייסטו וואינען אין מאנטריאל פארשטאנען

אזוי האט ער געבויט זיין קהילה

לעניננו פירטס אליין אויס


סקווירא רבי איז פון די איינציגע רביס אין אמעריקא ווי ער האט פולי קאנטראל איבער זיינע חסידים וועגן דעם איז דא נישט די רעדע פאר דירות פאר סקווירא חסידים...
אויך דאס וואס די סקווירער רבי שליט"א שיקט מענטשן אויף מאנטריאל דאס איז אפאר אידן צו זיין א מלמד אדער מגיד שיעור נישט קיין גרויסע נומבערס
אבער צוריק צום פוינט וואס איך האב אויבן געשריבן איז נישט דא די רביס אדער רבנים אדער ראשי הקהילה וואס זאלן שיקן מענטשן (הלוואי בין איך נישט גערעכט)
ברוך הוא באריך שעמאוי..... אאאאמאיין

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מאי 05, 2009 9:39 am

איך האב צוזאם גענומען אלע תגובות ביז אהער איך וועל מאכן דערפון א סך הכל לפי סדר כתיבתן, ווער ס'האט עפעס מוסיף זיין קען מוסיף זיין פאר דער שרייבער וועט מיר שיקן אן ענטפער.
1. עס איז נישט דא די עסקנים, מ'דארף אויפרודערן די שטאט ווי אויף א גזירה (חסיד)
2. רבנים און ראשי קהלה ווילן נישט פארלירן אפאר הונדערט אידן אויף איינמאל, אויך קליינע רבי'לעך ווילן נישט פארלירן זייער מנין, במילא טוען זיי גארנישט (הנ"ל)
3. נאר אז א רבי שיקט דעם עולם מיט געוואלד אזוי ווי האדמו"ר מסקוירא שיקט קיין מאנטריאל קען עס ארבעטן (אונגארישער)
4. מ'דארף פשוט אויספאפן דעם עולם, ווייל דער עולם וויל בדרך כלל דבר והפיכו, און דאס איז דאך נישט מעגליך, במילא וועט מען נאר גיין אז מען פאפט זיי אויס (דע-פאקט).
5. עס לוינט נישט פאר קיינעם צו מופן און דורך מאכן די חבלי לידה פון א נייעם יישוב אויב עס איז נישט דראסטיש ביליגער (סאדע באטל)

מיט די פינף פרטים האט מען ארום געשמועסט אהער און אהין, אויב עפעס פעלט נאך ביטע זיך אנרופן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 05, 2009 10:05 am

ר' בערל, א גרויסן שכח פאר אייער ארבעט...

בנוגע ר' דוד שטיינבערג, איך האב אסאך מיטגעהאלטן, ער איז געווען זייער אפען, וואס ער האט יא צוגעשטעלט (געוואלט צושטעלן..) האטער געזאגט איך שטעל צו.. און וואס נישט, נישט...

און גראדע, האט ער שוין געהאלטן אויף א וועג, ס'האט שוין אויסגעקוקט ווי אט אט.. די נייע שטעטל איז א פאקט.. אבער די עקענאמישער צוזאמפאל, וואס האט געמאכט זיכער, אז די וואס ווילן בעיקר קויפן, דהייני, מענטשען מיט א קלענערע אינקאם, זאלן נישט קענען האבן קיין מארטגעדזשעס... האט אוועקגעלייגט די גאנצע פראדזשעקט אין א זייט.. (לויט ווי ר' דוד זאגט, איזעס נאר אויף דערווייל.. ער פלאנט צוריק אנצוהייבן, ווי נאר די מצב ווערט בעסער...)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כאפצעם און 4 געסט