בלאט 1 פון 1

איך האב געקויפט און הנאה געהאט

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2009 5:53 pm
דורך יגרסהדותא
איך ווייס נישט צו דאס זאל דינען אלטס פלאטפארום אויסצושמועסן כהנ"ל, וואס מ'האט געקויפט און צו מ'האט הנאה געהאט דערפון אבער אויסשמועסן דארף איך מיך זיכער.

איך האב אסאך טעיפס געסעפט אין קאמפיוטער, אינדערהיים נוץ איך כמעט נישט קיין סידי'ס ווייל ס'ווערט גאר שנעל צוקריצט פון די קליינע חברה.

אין קאר נוץ איך דעם אייפאד, וואס איך האב שטארק הנאה דערפון.

ווייסן מיינע קינדערלעך אז ס'איז דא טעיפס וואס מ'קען נאר הערן ביי טאטי אין קאר, אסאך מאל ווילן זיי זייער שטארק הערן נאכאמאל דעם טעיפ פון קאר, אדער צוצוענדיגן א מעשה טעיפ, וואס די רגע מ'קומט אן אהיים, שטערט עס זיי. נו, אפאר מאל בין איך א גוטע טאטע, איך ברענג אריין דעם אייפאד און איך שטעק עס איין אינעם געווענדליכן טעיפריקארדער [אן עקסטערן שמועס וויאזוי].

איך האב אסאך געטראכט וויאזוי קען איך מאכן אז מ'זאל קענען פונדערהיים הערן די מיוזיק וואס איך האב אין קאמפיוטער אנעם דארפן קויפן אן עקסטערן אייפאד פאר די קינדערלעך.

פארוואס איך וויל נישט קויפן אן אייפאד אין שטוב? איינס צוליב די געלט, צוויי, ווייל אפי' נאכן קויפן, כדאי צו מישן פון איין טרעק צום צווייטן וכדו' גייען זיי זיך שפילן מיט'ן אייפאד, וואס ס'איז עלול זייער שנעל צובראכן צו ווערן ווען קליינע שפילן זיך דערמיט, אויסערדעם איז עס זיי שווער אויסצולערנען וויאזוי מ'מישט בכלל מיט דעם מאשין.

בין איך געווען נבוך בדעתי, איז מעגליך בכלל אז אינדערהיים זאל אלעס קענען שפילן געהעריג, און ס'זאל זיך נישט עפעס צוברעכן?


מיין חבר זאל זיין געזונט האט מיר צוגעשיקט צו א גוטן אדרעסס ווי כ'האב מיך איינגעהאנדעלט דאס פאלגענדע
בילד

איך האב עס שוין א וואך צייט, און ס'איז ממש ווי געוואונטשן. איך לייג ארויף אויף א נישטיגן ביליגן USB גענוג און נאך טעיפס, מ'שטעקט איין דעם USB אין יענעם טעיפריקארדער, און ס'ארבעט וואונדערליך.

די מעלה'ס זענען: ס'קאסט בלויז 39.00 דאלער'ס [הכל בכל מכל, נאך טעקס און שיפינג איז עס געווען $51.50]. מ'קען זיך מיטן USB נישט שפילן, ס'איז א קליינע גראדע שטיקל והבן.

איך בין באמת שטארק צופרידן דערמיט.

-
טייפס דאס אריין אין גוגל, צו זעהן די פרייזן:
JWIN JX CD573 BLK

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2009 11:59 pm
דורך דוד משמש
און ווי אזוי מישט איר דורכען טייפ ריקארער
אדער דורכען USB .??

געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2009 9:02 am
דורך יגרסהדותא
דורכ'ן טעיפ ריקארדער. "דאס" איז די עיקר מעלה.