הילף צו שאפן א ספעציפישע טעלאפאן נומער

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

הילף צו שאפן א ספעציפישע טעלאפאן נומער

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג מאי 03, 2009 1:00 am

א גרויסן ישר כח שמיי דריי פארן מיר ארויסהעלפן, אין די לעצטע עטליכע וואכן ווען איך בין געווען זייער פארנומען מיט מיין נייע אויפקומענדע ביזנעס, איז ער מער געשטאנען צו די רעכטע האנט, און טראץ זיין פארנומענע סדר היום האט ער פארברענגט שעות ארוכות מיר צו העלפן, ווייל ער האט געפילט זיין חיוב ערבות ארויסצוהעלפן א איד אין צייט ווען עס פעלט זיך עס,
אצינד ווען מיין ביזנעס גייט שוין שוין אריין אין די לעצטע פאזעס און עס איז שוין האלב אפן, וואלט איך געוואלט בעטן א טובה אויב איינער קען מיר העלפן בעצה, איך האב א ספעציעלע נומבער וואס איך וויל אז ווען איינער שיקט א טעקסט מעסעדזש צו די נומבער זאל עס אנקומען צו מיין פאון, ספרינט וויל מיר נישט געבן די נומבער, סא בלייבט איבער איינע פון די 2 ברירות אדער צו עפענען א פאון ביי א קאמפעני וואס מען קען וועלן א נומבער און עס פארטן צו מיין פאון אדער אפקויפן א נומבער און פארווערטן די טעקסט צו מיין פאון, (אויב עס איז דא אזא זאך) יעצט וויל איך וויסן, די ביליגסטע און גרינגסטע וועג וויאזוי איך קען אזאנס שאפן, ווי קען איך האבן א נומבער פאר אומזיסט אדער פאר א קליינע אפצאל און עס ארויפלייגן אויף מיין ספרינט ליין, אדער א נומבער וואס איך קען פארווערטן די טעקסט ווי איך וויל?
מיי ביזנעס איז רעדי טו סטארט, עינק אלע וועלן הנאה האבן דערפון, וואנס איך האב די טובה בין איך רעדי סעט און מיין ביזנעס עפענט זיך רייט די וועי
לעצט פאראכטן דורך כולל יונגערמאן אום זונטאג יוני 28, 2009 7:42 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » זונטאג מאי 03, 2009 12:01 pm

כולל אינגערמאן, די האסט אויפגעמאכט א נייע אשכול און די באציסט זיך אויף אלטע אשכולות, פון וועלכע ביזנעס רעדסטו, וואו וועט שטעקן אונזער הנאה? אדרבה מיר וואונטשן דיר אלע הצלחה, אבער לאמיר הערן פון וועלכע ביזנעס די רעדסט

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג מאי 03, 2009 1:51 pm

איך האב דיר געזאגט, א טאג נאכדעם וואס איך באקום די הילף וואס איך זוך גייט זיך קרעטשמע איבערדרייען מיט די ביזנעס,
גאנץ קרעטשמע וועט קענען הנאה האבן דערפון, איך וויל עס נישט פאמפן פאר די צייט,
האסט איין ברירה העלפ מיר יעצט וועסטו מארגען וויסן דערפון

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 03, 2009 1:54 pm

קען איך נאך ווערן א עיזשענט פאר דיר?

עס הייבט זיך אן די גוטע כולל צייטן...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג מאי 03, 2009 1:56 pm

שאר, איך זוך א סעילסמאן פאר גוט באצאלט

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג מאי 03, 2009 1:56 pm

גוט צוגעטראפן די כולל אינגעלייט וועלן די מערסטע הנאה האבן פון די ביזנעס

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 03, 2009 2:40 pm

אויב האב איך גיט פארשטענען דיין פראבלעם וועל דיר זאגן ביי גוגל וואויס (מלפנים גרענד סענטרעל) דארט אז די לייגסט אריין דיין א נומער אלס א סלפון קענסטו אנשטעלן אז אויב מען שיקט צו דייין גוגל וואויס נומער א טעקסט דאן קומט דאס אן צו דיין סלפון. ליתר פרטים וועגן גוגל וואויס.

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג מאי 03, 2009 7:01 pm

לעת עתה האבן זיי נאכנישט דעם אפשען, איך דארף א נומבער זאפארט, קען מיר איינער העלפן?

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » זונטאג מאי 10, 2009 5:59 pm

עס איז שוין פאריבער א גאנץ קיילעכיג וואכ'ל
איז די ביזנעס שוין באקאנט, אדער איז דאס א חלום ווי פיל כולל רעיונות?!

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג מאי 10, 2009 11:10 pm

איך האב געזאגט אז א טאג נאכן באקומען הילף גייט עס ווערן באקאנט, דערווייל האב איך קיין הילף נאכנישט באקומען,

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 10, 2009 11:24 pm

כולל יונגערמאן;
אויב איך פארשטיי גוט דיין פראגע ווילסטו האבן צוויי נומבערס אין איין סעלפאון.
יאהו זאגט ס'יז נישטא אזא זאך http://answers.yahoo.com/question/index ... 600AAfpWPa
נאר דורך סוויטשן סים קארדס הין און צריק.
אבער איך געב נאכנישט אויף, ווייל לפי זכרוני ווייס איך עמיצער וואס האט עס מעגליך געהאט כעל אים איבערפרעגן.

אבער אביסעלע מער פרטים ביטע
ווער איז די קעריער פון די אנדערע נומבער?
איז עס א לענדליין אדער א מאבייל?
פארוואס וויל דיר יענע קאמפאני נישט פארווערדן די ליין אדער די טעקסט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מאי 10, 2009 11:38 pm

ס'קען זיין אז דו קענסט פארווערדן די טעקסט מעסעדשעס צו א אימעיל, און פון דעם אימעיל צוריק צו א אנדערע סעלפאון.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » מאנטאג מאי 11, 2009 8:09 am

איך זעה אז די עולם האט נישט ארויס וואס איך וויל, וועל איך עס אי''ה נאכאמאל מסביר זיין, וזה החלי לעשות,

איך האב א ספרינט ליין וואס דאס ליגט אויף א ווינדאוס מאביל, די טעלאפאן נומבער פון די ליין איז למשל, 212-990-4444, איך וויל משום ביזנעס סיבה אז ווען א מענטש שיקט אריין א טעקסט צו למשל 718-305-1111 זאל עס אנקומען צו מיין 212-990-4444 לעת עתה האט נאך קיינער נישט די נומער 718-305-1111 סא איך בין גרייט צו צאלן צו באקומען די נומער 718-305-1111 למעשה וויל מיר ספרינט נישט געבן די נומער, זיי זאגען אז איך דארף נעמען א נומבער וואס זייער סיסטעם גיט,

סך הכל האב איך יעצט 2 וועגן וויאזוי צו מאכן אז די טעקסט מעסעדזעש וואס מען שיקט אריין צו 718-305-1111 זאל אנקומען צו מיר
1 אז מיין ספרינט ליין גופא זאל ווערן געטוישט די נומבער צו 718-305-1111
2 אז איך זאל באקומען די נומער 718-305-1111 פון עני טעלאפאן קאמפעני און מאכן אז די טעקסט מעסעדזשעס וואס מען שיקט אריין צו 718-305-1111 זאל אנקומען צו 212-990-4444

מיין פראבלעם אז איך ווייסט נישט וויאזוי מען מאכט קיין איינע פון די צוויי, איז מיין פראגע יעצט צו עני בארי אין די כדור הקרעטשמע קען מיר העלפן מיט עצה ותושי' וויאזוי עס צו מאכן, הן במישרין הן בעקיפין,

ווער עס וועט מיר העלפן וועט האבן א גרויסע זכות אין מיין ביזנעס וואס די וועלט וועט אי''ה הנאה האבן עד ביאת הגואל,

אוועטאר
קאקאש קעיק
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 05, 2009 3:26 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק » מאנטאג מאי 11, 2009 8:36 am

כולל יונגערמאן האט געשריבן:ווער עס וועט מיר העלפן וועט האבן א גרויסע זכות אין מיין ביזנעס וואס די וועלט וועט אי''ה הנאה האבן עד ביאת הגואל,

איך האב שוין געהערט אז מענטשן זוכן זכותים אין בויען בתי מדרשים און תלמוד תורות, אדער צו געבן צדקה פאר ארעמע לייט, אבער א זכות אין א מעידזשער ביזנעס??? :?

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » מאנטאג מאי 11, 2009 8:51 am

יא יא, עס וועט זיין א גרויסע העלפ פאר אידן, אידן וועלן זיך שפארן סאך צייט או געלט און קאפ וויי דורך די ביזנעס,
ווען דו וואלסט ווען געוויסט במה דברים אמורים, וואלסטו ווען אויפגעשפרינגען, ווייל דו האסט זייער ליב די ענין והא ראי' ווייל דו האסט האסט געעפענט א אשכול דערוועגן, ודו''ק

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 11, 2009 9:09 am

פרוביר אויס http://www.ringcentral.com
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מאי 11, 2009 9:58 am

איך ליין און ליין און איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, לאז מיר דיר איבערפרעגן אין איין ליין דיין פראגע:

'איז דא א וועג צו פארשאפן א ספעציפישע טעלעפון נומער?'

איז דאס דיין פראגע?

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » מאנטאג מאי 11, 2009 9:59 am

יא עקזעקט דאס איז מיין פראגע,

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מאי 11, 2009 10:22 am

דאן פארוואס פרעגסטו עס נישט....

עס איז זייער זייער שווער צו באקומען א ספעציפישער נומער, עס איז אינוואלדווד זייער אסאך זאכן, קודם ברויכסטו וויסן אויב עס איז טאקע א ליידיגע נומבער, אויב יא ווער אונט די בלאק פון נאמבער'ס, וואס איז זייערע גיידליינס, ביי וועמען ווילסטו אלטימעטלי האלטן די נאמבער, ענד סאו אן, אפשר קענסטו מיר שיקן אין אישית וועלכע נומער דו ברויכסט און איך וועל מאכן אביסל ריסערטש דערויף.

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » מאנטאג מאי 11, 2009 10:42 am

איך האב געפרעגט ר' ישכר לעפקאוויטש די בעל בית פון SOS קאמיוניקעישאן, ער האט מיר געזאגט וועלכע קאמפעני עס אונט עס, אבער די קאמפעני הייבט נישט אויף, רינג סענטרעל קען עס נישט געבן ווייל זיי האבן עס נישט,

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מאי 11, 2009 1:14 pm

הער מיך אויס, עס קוקט מיר אויס ווי דו דרייסט סתם א קאפ דא, דו מאכסט א גאנצע סיקרעט דא, דיינע ביידע פראגעס האב איך געמוזט דעשיפרירן ביז איך האב געקענט דערשמעקן וואס דיין פראגע איז, און ווען איך בין שוין ענדליך דערגאנגן ברויך איך פרעגן גאנצע חידות צו דערגיין וואו דו ביסט סטאק.

ביטע לאז מיר וויסן אויב דו ביסט גרייט צו נעמען הילף, יישר כח.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 11, 2009 1:33 pm

עס איז דא אסאך מענטשן וואס האבן אויף א סעלפאן די נומער פון א לענדליין.

מען דארף נאר קודם האבן דעם נומער, פארוואס למשל בעטסו נישט ווערייזאן א לענדליין מיט די נומער, און נאכדעם קענסטו עס אריבער פירן צו א ספרינט פאון
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » מאנטאג מאי 11, 2009 1:43 pm

אויב ווערייזאן גיט מיר וועלכע נומער איך וויל איז עס מסודר, די שאלה איז נאר צו זיי געבן מיר,

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » מאנטאג מאי 11, 2009 1:53 pm

כולל יונגערמאן, כ'האב פאר דיר אויפגעהויבן דעם טרייבל און געמאכט א קאלל צו וערייזאן לטובת דיין בינעס פון וואס מיר אלע וועלן הנאה האבן עד ביאת הגואל, זיי געבן דיר זייער א נומבער וואס דו דארפסט, פארשטייט זיך אויב ס'איז נאכנישט פארהאן אזאנס.
סאוי אייל זיך שוין צו דארטן, און עפן דיין ביזנעס מיט גרויס פאראדע, ווייל דער גואל צדק איז שוין זיכער אויפן וועג הנה זה עומד אחר כתלינו, און כאפ אריין צו קענען מהנה זיין אידישע קינדער.....
מיר ערווארטן צו הערן און הנאה האבן.
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » מאנטאג מאי 11, 2009 3:37 pm

רבי כולל יונגערמאן, איך פארשטיי אז דו ביזט נאך יונג נאך א כולל יונגערמאן, וועל איך דיר אויסלערנען א כלל גדול אין געזעלשאפטליכן לעבן, שמע בני:
אז מען בעט הילף פון איינעם א ידיד טאטע מאמע וכו', איבער הויפט פון אזא רבים ווי דא ביי אונז אין קרעטשמע, דארף מען זיין גרייט צו וועלן געהאלפן ווערן. אויב נישט דאן פארברענגסטו דיין טייערע צייט און אויך יענעמ'ס און בעיקר מען פארלירט דעם חשיבות אינעם געזעלשאפט, די חזקה אז איך און דו מיינען ביידע ערנסט דעם געשעפט. דאס איז דאך פשוט חזקת אנושי וגו' און איז איינע פון די סיבות פארוואס אמעריקע (די גוישע) איז אזוי מצליח איבער די גאנצע וועלט, ווייל דאהי איז מען נישט חושד יעדן דער יענקי האט א געוויסן תמימות און טראסט.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט