תורת המדות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

דוד משמש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 12:29 am

תורת המדות

תגובהדורך דוד משמש » זונטאג אפריל 05, 2009 12:20 am

עס איז דא וואס האבען א טענה אויף די בחורים \חתנים וואס קומען ארויס פון געוויסע ישיבות אס עס פעלט זיי "מענארס",
רבותי לאמיר צולייגען אוף קליין געלט וואס מיינט מענארס ??

און לאמיר דאס דורך טון איז דאס ריכטיג??? האבען מיר טאקע נישט קיין "מענארס"
לכאורה איז די אפטטיטש פון "מענארס" מענטשליכקייט.. בלשונינו

זיין א גיטער מענטש טון טובות אגאנצען טאג זייער וואויל.. אבער עס קען נאך אלס פעלען מענטשליכקייט ..

דאס איז צוויי באזונדערע זאכען און לאמיר נישט פארטוישען די יוצרות

און אמת'ן מענטשליכקייט דארף די "מאמע" אויסלערנען נישט די ישיבה- מען דארף ווען שוין קומען און ישיבה א מחונך
אבער וויבאלד א סאך עלטערן פארנאכלעסיגען מחמת כמה סיבות זייער אויףגאבע.. דארף ווען דער מחנך טוען דעם דזשאב...

איצט למשל מען לייגט אראפ א טעלער פיש ביי שלש סעודות דא אזעלכע וואס מיט זייער געגעסנע לעפעל נעמן זיי אראפ א "סלייס" פון די טעלער המונח לרבים... ער קען זיין זייער א גוטער אפשר גאר האט ער מנדב געוןוען די "פיש" - אבער מענארס פעלט אים- מען דארף וויסען אז אזוינע זאך טוט מען נישט
ומשל הוא אחד מני אלף - לאמיר עס דא דורך שמיסען און אזוי ארום מתקן זיין וואס עס פעלט אויס

פייער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:00 pm

תגובהדורך פייער » זונטאג אפריל 05, 2009 1:15 am

ריכטיג דרך ארץ קדמה לתורה....
אוי ! וויפיל שלום בית קעסעס - וויפיל עגמת נפש ו וואלט מען פארשפארט ווען מעןן איז א מחונכדיגע'ר בעל מדות.. איי איי ייא

אבער א סאך עלטערע מענטשען דארפען ווען אויך נעמע א מדות קורס און אפילו "קורסען " בלשון רבים יא!

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג אפריל 05, 2009 6:27 am

איך האלט אז דאס איז טאקע זייער א וויכטיגע אשכול , איך האף נאר אז די מענטשן וואס דארפן דאס וויסען זאלען דאס ליינען,
וויפיל מאל קומט מען אן צו שמחות, מסיבות, וכו' און ס'גייט אוועק די אפעטיט פון זיצען דארט צוויי מינוט ווייל די שכנים מיינען אז זיי עסען ביי זיך פריוואט, וכו' וכו'
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג אפריל 06, 2009 9:32 am

פייער ביסט גערעכט אז אונזז דארפן זיך אויסלערנען מענטשליכקייט. אבער די ווייבער דארף מען לערנען אז אויב א מאן איז נישט מענטשליך איז דאס א נארמאלע זאך; און מען דארף זיך נאכנישט גט'ן אדער סעפערעיטן דערפאר.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 06, 2009 10:10 am

אנטשולדיגט, מענארס איז נישט מדות און מדות איז נישט מענארס דאס האט קיין שייכות.

בשלשה דברים אדם ניכר: בכיסו, בכוסו, ובכעסו [הערת הזעצער: ויש מוסיפים בקארו ד"ה ביים דרייוון], און שו"ע איז דא הלכות ווי אזוי צו עסן פריוואט און וויי אזוי צו עסן אין פאבליק, וטובא גניז בגוי' און מער ווי דעם דארף א איד נישט וויסן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פייער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:00 pm

תגובהדורך פייער » דינסטאג אפריל 07, 2009 11:11 pm

;l;p-
לעצט פאראכטן דורך פייער אום מיטוואך אוגוסט 05, 2009 11:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דוד משמש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 12:29 am

תגובהדורך דוד משמש » זונטאג אפריל 19, 2009 7:58 am

farshlufen האט געשריבן:און שו"ע איז דא הלכות ווי אזוי צו עסן פריוואט און וויי אזוי צו עסן אין פאבליק, וטובא גניז בגוי' און מער ווי דעם דארף א איד נישט וויסן.



עס איז איז דא הונדערטער זאכען וואס שטייט נישט בפירוש
אבער עס איז מרומז בשם שמים מתאהב על ידך (לשון חז"ל)

קוקט ביי א היימישע חתונה ווען דע וועיטערער לייגט נאר אראפ דעם טאץ וואס ער האט יעצט אריינגעברענגט..

א סאך געבען שנעל א כאפ ..ווען דער וועיטירער האט אנגעהויבען טיילען...און זעיט נישט
איר פארשטייט ? ער איז שוין הונגעריג..
ווען ער ווארט ווי מענטש וואלטע עס געווען מער מענטשליכר

איצט קוקט דאס אויס ווי א חדר לאנטש רום

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג אפריל 23, 2009 6:10 pm

דער ארטיקל פון יענטאאש
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... pic#p32871


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט