בחורים - בין הזמנים, ווער קען העלפן?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

בחורים - בין הזמנים, ווער קען העלפן?

תגובהדורך קוימען קערער » מאנטאג מארטש 23, 2009 3:55 pm

ווי איך שטעל מיך פאר, איז דא אין די קרעטשמע אסאך אידן מיט בחורים אינדערהיים, אדער וואס האבן געהאט בחורים אינדערהיים. דער פראבלעם איז אקטועל צוויי מאל א יאר, אן אנשיקעניש וואס מאכט פראבלעמען פאר די עלטערן מיט מנהלים אינאיינעם, דער פראבלעם הייסט "בין הזמנים", אין פלעין אידיש איז עס אזוי,
פאר א גוט בחור איז עס א צייט ווען ער קען אנקומען וואס ער וויל מיט תורה און עבודה, און זיך אביסל אויסשטרייען.
פאר א עוורידזש בחור איז עס ווען ער איז פטור פון די פרעשור פון ישיבה און קען מאכן א לעבען, אדער העלפן אינדערהיים, אדער זיין ביזי מיטן טאטנ'ס ביזנעס.
און פאר די שוואכע וויל איך נישט רעדן, ווייל נישט דאס איז מיין נושא.

יעצט ווי אזוי געט מען זיך אן עצה מיט דעם, פון איין זייט קען קיין אחריותדיגער טאטע נישט לאזן זיין בחור סתם זיך דרייען, ווייל תוצאתיוו מי ישורנה, וויפיל חרבנות איז ארויס געקומען דערפון, פון דער צווייטער זייט קען מען קיין בחור נישט טעראריזירן ווייל עס טוט אויף דאס פארקערטע. מען דארף עפעס א מיטל וועג, בעט איך מיינע גוטע פריינד, ווער עס קען געבן עצות, איידיעס, וויאזוי מען גיבט זיך אן עצה.
לעצט פאראכטן דורך קוימען קערער אום מאנטאג מארטש 23, 2009 4:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

תגובהדורך קוימען קערער » מאנטאג מארטש 23, 2009 3:57 pm

אויף היידפארק (אין בחדרי חרדים) האט איינער (איסטסייד) געשריבן אן אינטערעסאנטע תגובה, איך ווייס נאר נישט צו עס וועט ארבעטן. ער רעדט דער עיקר פון גוטע בחורים. און איך רעד פון עוורידזש בחורים

בתור מחנך זה שנים רבות בסייעתא דשמיא ובתור אב לבחורים וילדים רבים ובוגרים ומנסיון - הדרך הטובה ביותר לשמירת סדר ורוגע בימים טרופים אלו היא בעצם עשיית סדר דהיינו:
הבעיה מתחילה - ובפרט בבחורים שיש להם בין הזמנים, שבסוף הזמן הם מתכננים לכבוש את העולם בחודש, זה גם בכוונות טובות של לימוד הרבה הרבה שעות וחזרה על חומר לימודם של הזמן האחרון, גם בעזרה בבית, גם בסידור הרבה דברים, בביקור אצל הסבים והסבתות, קניית ביגוד חדש, אפיית מצות, וכל שאר המצוות הכרוכות בחודש זה וכו' וכו' - וכמובן בשביל להספיק כל זאת לא די בחודש אחד - ובפרט כשמגיע למעשה כל הכוונות הטובות נשארו פורחים באויר
מהרצון לקום בכל בוקר בשעה מוקדמת מאוד - קמים לבסוף מאוחר ולפעמים מאוחר מאוד
מהרצון ללמוד בכל יום סדר שלם לפני הצהרים וסדר שלם אחר הצהרים וסדר שלם בלילה בקושי לומדים שני חצאי סדרים
כי קמים מאוחר [בסביבות 9] ועד שהולכים לתפלה מקווה הכנות ועד שחוזרים כבר 11 וכמובן צריך ארוחת בוקר טובה כי בישיבה אין, כבר נהיה 12 מתחילים לחפש חברותא עם מי ללמוד וב1 יוצאים לבית מדרש לומדים קצת ב2 כבר חוזרים לנוח הרי כבר צהרים וצריך גם לאכול ארוחה שבעה ומזינה
וב5 נזכרים שצריך לסדר כמה דברים תפלת מנחה מעריב וכבר נהיה ערב ארוחת ערב וקצת לבלות בלילה בבית, אולי גם עוזרים הולכים לישון מאוחר וחוזר חלילה....
ופה ההורים שואלים את הבן מה עשית היום, כמובן תירוץ טוב אין, מתחילים וויכוחים רבים צועקים, והבחור חושב מה רע כבר עשיתי, ונהיה שבור וכו'

אי לכך כדי לעשות סדר יום מדוייק ומדוקדק ולהשתדל לעמוד לפי סדר זה כמה שיותר
הצעה: [גם טוב למי שלא לומד יותר מדאי רק היום מחולק לסדר טוב]
7:45 לקום [מקווה, תפלה, תהלים]
9:30 ארוחת בוקר
10:30 לימוד לשעתיים
12:30 בבית - ארוחת צהרים, עזרה לשעה [ניקוי ספרים, ארונות פרטיים, דברים קשים בבית שבחור אוהב לעזור], לנוח וכדו'
3:30 סידורים מחוץ לבית - קניות - הכשרת כלים - עזרה לאבא, ניקוי מכונית וכדו' - עזרה לסבא ולסבתא
5:00 לימוד לשעה וחצי
6:30 מנחה מעריב
7:30 ארוחת ערב ועזרה בבית
8:30 לימוד לשעה נוספת
10:00 קריאת שמע שעל המיטה ולילה טוב

כל זה הוא הצעה שניתן לשנותו לפי המצב בבית ולפי תנאי הבחורים
אבל העיקר הוא לדעת שיודעים כל שעה מה עלי לעשות כעת
בהצלחה
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג מארטש 23, 2009 4:23 pm

עס איז גיט דאס צו פרעגן פאר א קלוגע פארשטענדליכע איד א מחנך

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג מארטש 23, 2009 4:47 pm

ער גיט 9 או א דריי פערטל שעה צו שלאפן, און 4 א האלב שעה צו לערנען און מיט דעם אלעם נאך האבן אסאך שעה אין טאג פאר אנדערע זאכן,
וואונדערליך אויסגעשטעלט

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מאנטאג מארטש 23, 2009 4:55 pm

א שעה פת שחרית אויך נישט שלעכט...

און דאס איז שוין פארן גוטן בחור, וויפיל שעה דארף שלאפן א בינוני? (פון די שוואכע רעדט מען נישט ווי אויבנדערמאנט)

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

תגובהדורך קוימען קערער » מאנטאג מארטש 23, 2009 4:58 pm

איינער שיקט מיר אין אישי

"א שטיב וואס איז א ווארמע שטיב איז געוועטליך קיין פראבלעם"

מיין ענטפער איז אז:

די ביזט גערעכט אז אזא בחור וואס האט א ווארעמע שטוב, האט מער ליב צו זיין אינדערהיים, ממילא איז דא א בעסערע השגחה, אבער דער פראבלעם איז אז מ'קען נישט האלטן א בחור אינדערהיים אגאנצן טאג, ער וועט שפירן אז ער מוז גיין, (ער איז צוגעוואוינט יעדן טאג צו גיין), און די מאמע וועט אויך האלטן אזוי, (זי קען נישט טון צופיל ווען בחורים דרייען זיך אינטער די פיס, די בחורים האלטן נישט ביים צוזאמלייגן די וועש וכדו') און דארט פאנגט זיך אן דער פראבלעם.
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

תגובהדורך קוימען קערער » מאנטאג מארטש 23, 2009 5:27 pm

איך ווייס נישט פארוואס דער יעניגער וואס שיקט מיר אין אישי, שעהמט זיך מיט זיינע תגובות, איך האלט אז עס קומט אפען פאר יעדן, ענטפער איך דא.

אין אישי "א בחור וואס האט א ווארעמע שטיב ביהעווט גיווענטליך אפילו ווען ער איז נישט אין דערהיים"

ביזט 100% גערעכט, דער פראבלעם איז נישט אז איך האלט אז מיין בחור וועט עפעס טון, א גאנץ יאר האב איך ב"ה קאנטראל, איך ווייס בערך ווען, וואו און מיט וועם ער דרייט זיך. און די צייט א גאנץ יאר איז נישט דא צופיל צייט ווען עס איז א פראבלעם, די ביסל צייט וואס איז דא, מאכט מען זיכער ער האט וואס צו טוהן\לייענען.

דער פראבלעם איז דער עיקר בין הזמנים וואס דער גאנצער טאג איז נישט מסודר, ממילא האט מען א חודש וואס מען דארף זיכער מאכן אז ער האט וואס צו טוהן, במציאות איז דאס כמעט נישט מעגליך, וועגן דעם פאנגט זיך אן דער פראבלעם "וואס וועט יענעמס בחור טון", אונז אלע ווייס מיר ווי קראנק די גאס איז, און דער בחור פון די נישט ווארעמע שטוב דרייט זיך דארט, און ווער ווייסט ווי יענער האלט. מען דארף האלטן חשבון מיט וועמען זיי דרייען זיך, דער פראבלעם איז וויאזוי, א בחור איז נישט א קינד וואס מען קען האלטן אין שטוב, און בכלל האלט ער זיך קלוגער ווי יעדן איינעם, פון צופיל זיך אריינמישן מאכט מען אז ער זאל ווערן מער פארמאכט, דער באלאנס איז זייער דעליקאט.

דער פראבלעם איז א ווייטאגליכע פראבלעם, וואס מען דארף פרובירן דאס בעסטע. בין איך געקומען צווישן היימישע אידן זיך אויסשמועסן דעם פראבלעם, הערן פון אנדערע וואס מען דארף טון, ותשועה ברוב יועץ.
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג מארטש 23, 2009 5:33 pm

ווייל די נושא איז זייער א ברייטס אין איך האב נישט געוואלט יעצט אנהייבען דא א גאנצע דיסקאשען דערוועגן
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך מארטש 25, 2009 11:05 am

מיך באדערט די גאנצע זאך
זייער אסאך מאל רופט מען צוזאמען אסיפות חינוך, און מ'נעמט א בארימטע ר"י זאל זאגן א דרשה פאר עלטערן בעניני חינוך,
דער ר"י שטעלט זיך אויף און זאגט, בתוך הדברים הייבט ער אן צו שטורמען "דער בין הזמנים" ווען טאטע'ס זאלן וויסן וויפיל בחורים זענען שוין צוגרינד געגאנגען אין א בין הזמנים..... בלא בלא בלא

טייערע ראש ישיבה! וואס ווילסטו פונעם טאטן, ער ארבעט שווער, ער האט נישט קיין צייט, האסט א פראבלעם מיט בין המזנים?, מאך נישט קיין בין הזמנים...., דער בי ענ עיטש ארבעטער דארף ארבעטן חודש ניסן פונקט ווי חודש שבט, פארוואס דארף'ן די כלי קודש האבן א חודש וויקאציע? אויפן חשבון פון די טאטע'ס שכר לימוד?,

ווילסט עס מאכן בעסער, מאך א לויזערע סדר היום, נישטא קיין פארטאג'ס, מ'דאוונט 9'ע מ'קומט אהיים 6'ע, אבער סתם צו שרייען אויף די עלטערן בין הזמנים!!!

זאת ועוד, ס'איז קלאר אז א בחור דארף האבן א סדר, דיין סדר איז גאנץ גוט, דער פראבלעם מאכט זיך בעיקר (לדעתי) ביי די מאמע'ס, ווייל א טאטע האט נאך עפעס מיטגעפיל ווייל ער איז אויך אמאל געוועהן א בין הזמנים בחור, ועוד אז דער טאטע איז נישט אינדערהיים ער שפירט נישט ווי דער בחור דרייט זיך אים אונטער די פיס, די מלחמות ווערט פון די מאמע'ס צו די בחורים, און דער טאטע ווערט פארמישט ער מוז זיך אנעמען פאר די מאמע
אמת, הרב קוימען קערער?

איינער וואס האט מען ווי איין בחור, אדער אפי' נאר איין בחור, זאל הענגער א צעטל אויפן פריזער, מיט דעם סדר היום,
אדער אפי' נישט דעם סדר היום נאר איין זאך זאל שטיין אויפן צעטל,
פרישטאג פון 9 ביז 10,
מיטאג פון 1 ביז 2,
סאפער פון 6 ביז 7,
איך גיב נאר א משל פון זייגער'ס,
כדי דער בחור זאל וויסן אז דא איז נישט קיין רעסטעראנט, ס'איז דא עטוואס א סדר,

דאס בעסטע וואלט געוועהן ווען מ'קען ר"ח ניסין האבן א קלארע סקעדשול פון וואס מ'גייט טון יעדן טאג (די שטוב) און די סקעדשול זאל הענגען אויפן פריזער
למשל
יום א' ויום ב' ספרים
יום ג' פיצן טאשן
יום ד' טראגן צום קלינער
יום ה' קויפן א נייע היט
יום ו' קלאדינג סטרא,
יום ז' דריי גוד'ס,
יום ח' מצות באקן
יום ט' מאכן מאסט
יום י' גיין צום פסח יריד (ס'איז נאך דא אזא זאך?...)

אויסער דעם דארף הענגען א סקעדשול וואס די מאמע דארף טון לכבוד פסח, וואס מ'קען אייביג אנצייגן וואס דער בחור זאל ארויסנעמען,
צב"ש
א ליסטע וואס מ'דארף נאך טון פאר פסח,
4 קעבענטס פון קאך,
אויספיצן ריקליינער,
מעדעצין טשעסט
מסדר זיין די מעשה ביכל קלאזעט
מסדר זיין די טעיפס
פסח'יג מאכן דעם פארטש,
ועוד

וואס ווען מ'זעהט דעם בחור גיין ליידיג קען מען אים צוטראגן צום פריזער און בעטן ער זאל זיך אויסוועלן איין זאך פון די ליסטע, און ווי נאר ער האט עס געטון וועט מען צושרייבן צו די ליסטע נעשה ע"י הב' החשוב יואל'י תלמוד ישיבות בורא מאורי האש, (יא יא ער דארף עטענשן...)

דער שליסל איז איין זאך, ס'מוז זיין חיובים, און רול'ס, בין הזמנים איז נישט קיין ראלי פלארי, ס'מוז זיין עטוואס א סדר, נישט הפקר 24 שעה,
.

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מיטוואך מארטש 25, 2009 11:50 am

איך בין נישט קיין בעל מחנך, איך קען נאר איבערגעבן וויאזוי עס איז געווען ביים טאטן אין וויינגארטן בין הזמנים. איך וועל טאקע אנהייבן מיט דעם קעפל וואס דער יעניגער אישי האט געשריבן צום פותח האשכול: "א שטוב וואס איז א ווארעמע שטוב, איז געווענדליך נישט קיין פראבלעם". און איך וועל דאס מער אויסברייטערן.

א טאטע וואס האט א קשר מיטן בחור א גאנצן זמן, אזוי ווי מיין טאטע צו לאנגע געזונטע יארן, ווען עס קומט בין הזמנים האט ער נישט קיין פראבלעם. איך מיין נישט דערמיט צו זאגן אז מיין טאטע האט מיטגעלערנט מיט מיר מיינע שיעורים אין ישיבה, און אויך נישט אז ער איז מיר געגאנגען אויף די געהירן און געפאדערט שטרענג ווי א זייגער אלע מיינע מעשים ומחשבות (אזוי ווי די מעשה פון אלטע באביטשקע וואס טוסטו אום איינס אזייגער). ניין, נישט פון דעם רעד איך. וואס איך מיין צו זאגן איז אז מיין טאטע האט כסדר גערעדט צו מיר 'איבער' די שיעורים, וויאזוי עס גייט און וויאזוי איך בין צופרידן. ער האט מיטגעהאלטן מיינע חברותא'ס צי איך בין צופרידן פון זיי אדער נישט, און די סיבה'ס דערפון. ווען איך בין געווען נאכגעלאזט, האט ער מיט מיר אויסגעשמועסט מיין פראבלעם פון מיין נאכגעלאזטקייט. הקיצור איך האב זיך געשפירט (און כ'שפיר זיך נאך היינט ב"ה) אז דאס בעסטע זיך אויסצושמועסן מיינע דאגות איז מיט מיין טאטען. שבתים וימים טובים האט ער מיט מיר גערעדט און געלערנט, בדייקא וואלונטירלעך, זייטיגע אונטערסאנטע ענינים, א שטייגער ווי מנחת חינוך, ספרי מהר"ל. און אזוי אויך האט ער מיט מיר מיטגעטיילט סתם שמועסן על דא ועל הא במילי דעלמא (איך רעד נישט פון פאליטיק וכדומה, איך רעד פון היסטאריע אדער עניני טבעיים). ווי אויך האט ער מיך געמאכט אנגעצויגן צו ליינען סדר הדורות אדער שם הגדולים להחיד"א, און נאך אזעלכע אינטערסאנטע ספרים. טיילמאל אפילו ביכער אויך. אזוי ארום ווען עס איז געקומען בין הזמנים האב ער קיין פראבלעם נישט געהאט. נאך מער, ער האט 'נישט' געוואלט איך זאל האבן שיעורים איבערן קאפ. ער פלעגט מיר זאגן בין הזמנים לערן ווי א בעל הבית, בלויז אינדערפרי און ביינאכט און איבערן טאג העלף אין שטוב פסחדיג מאכן אדער תשרי העלפן מיט די סוכה.

(פארשטייט זיך אז תשרי בין הזמנים האט ער מיר מיטגעטיילט מיט די הכנות החג פון קויפן ד' מינים, און ניסן בין הזמנים מיטן באקן די מצות, קלויבן, מאלן, זיפן און באקן וכו'.)

אני הקטן האב איך טאקע אזוי געטוהן. איך האב פארברענגט אינדערפרי א גוטע פאר שעה צווישן די חברים אין שול, (דער טאטע פלעגט מיך אויפוועקן אינדערפרי זעקס אזייגער, געגאנגען מיט מיר אין שול און ער איז געגאנגען לדרכו און איך לדרכי), און אויף צוועלעף האלב איינס בין איך געווען אין שטוב צו הילף ביז זיבן האלב אכט, און דערויף ווידער זיך אויסגעטשוכעט אין שול מיט די חברים.

דער פראבלעם האט זיך בעיקר אנגעהויבן מיט די לעצטע וואך פון בין הזמנים, אחר פסח וסוכות, ווען עס פעלט שוין נישט אויס אזוי פיל הילף אין שטוב. למעשה בין איך דאן געזעסן אין שול צווישן די חברים, מיין טאטע האט געוואוסט אין וועלכע שול איך דארף זיך צו געפונען, און געווענדליך ביינאכט האט ער געשמועסט (נישט אויסגעפרעגט) מיט מיר וויאזוי דער טאג איז דורך. איך האב אים קיינמאל אפילו נישט פראבירט צו לייקענען דעם פאקט ווען איך האב פארברענגט און נישט געלערנט, אדער ווען כ'בין ארויס פון שול ארלעדיגן זאכן פאר מיינעט וועגן. איך האב זיך געפילט גענוג רואיג אים אלעס אויסצופאקן. געווענדליך האט דאס אים נישט געשטערט, און אויב האט ער געהאלטן אויף זאכן אז איך וואלט דאס נישט געדארפט טון אדער אויף פלעצער וואס ער וואלט נישט געוואלט איך זאל דארט באזוכן, האט ער מיר פארגעהאלטן און מסביר געווען דאס שעדליכקייט דערפון.

געווען אפילו אמאל א מעשה וואס כ'האב זיך אריבער געכאפט אויף א מקום וואס ער וואלט נישט געוואלט איך זאל דארט באזוכן און איך האב דאס אויסבאהאלטן פון אים. באיזה אופן האט ער זיך דערוואוסט דערפון, אבער געמאכט א שווייג דערפון. הערשט א בין הזמנים דערויף האט ער מיר דאס מרמז געווען בתוך הדברים אויף אזא אופן אז איך האב געכאפט דעם רמז ופתרונו...

וואס כ'מיין ארויסצוברענגען דערמיט, אז אויב איז דא דאס ווארעמקייט און דער קשר צווישן א קינד און א טאטען א גאנץ יאר ארום, דאן איז בין הזמנים גארנישט אנדערשט ווי א גאנץ יאר. און איר מעגט וויסן: מיין טאטע איז נישט קיין רב, ראש ישיבה, מגיד שיעור, מנהל, מלמד אדער אנגעבליך א בעל מחנך. ער איז אן איינפאכער איד אן ערליכער בעל הבית וועלכער ארבעט פאר אן ערליכן דאללער מן הבוקר עד הערב.
לעצט פאראכטן דורך ליפשיץ אום מיטוואך מארטש 25, 2009 11:55 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך מארטש 25, 2009 11:53 am

וואויל געשריבן ליפשיץ, מתוק מדבש.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך מארטש 25, 2009 11:54 am

שאץ דו זאגסט דא דברים של טעם, מיט אלע טעמים, יישר כח.

אפס, כ'זעה אז ליפשיץ האט אריינגערעדט אינמיטן (נו, שבעה דברים...), גיימער לעזן זיינע פערל רייד.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך מארטש 25, 2009 11:59 am

זייער שיין ליפשיץ, און זייער אמת אויך, אבער ליידער איז די פאקט אז פינף און ניינציג פראצענט עלטערן האבן נישט אזא קשר מיט זייערע קינדער (עס פעלט זיך אויס צו זיין א שטיקל ידען דאס צו קענען טון), עס איז שווער זיך אראפצולאזן צו זייער דרגה (ספעציעל צו די פעוטים בחורים...) און אסאך געדולד, די חברה זאגן גראדע אז היינט איז בעסער אין דעם הינזיכט ווי אמאל, אבער פארט איז שווער צו זאגן אז דאס איז די איינציגסטע וועג.

און עס איז נישט קיין סתירה צו האבן א ווארימע שטוב און דאך נישט זיין בעסט באדי מיטן בחור, און אין אזא פאל ברויכן די טאטעס הילף פיל מער ביינעזמיינים (יוי וואו איז יענטאאש, באלד קומט ער שרייען העט עטס זעהן) ווי א גאנץ יאר.

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מיטוואך מארטש 25, 2009 12:10 pm

ר' יאנאש, איר זענט לכאורה גערעכט, אבער דאס ווארעמקייט אין שטוב מיינט דאך צו זאגן אז דער בחור געפינט זיך א מחי' דאס בעסטע אין שטוב, און וויאזוי קומט דאס? דורכ'ן האבן א קשר מיט די עלטערן, דאס איז היינו הך. אזוי פארשטיי איך דאס קען זיין איך בין זיך טועה.

נאך אזאך, מוז מען דען זיין א ת"ח צו דעם? מ'מוז זיין איין זאך: "צולייגן קאפ". זען אז דער בחור זאל זיך נישט זוכן קיין פרעמדע גליקן. און וויאזוי באווייזט מען דאס? דורכ'ן האלטן קשר מיט אים א 'גאנצן זמן' אויך. נישט דער בחור זאל שפירן אז א גאנץ יאר האלט דער טאטע אז איך בין דעם מנהל'ס דאגה, און בין הזמנים אז דער מנהל איז אויף וויקאציע און איך פאל אויפן טאטענ'ס קאפ און והיות דער טאטע קען נישט באווייזן דאס וואס דער מנהל באווייזט, דעריבער לייגט ער עפעס א פרעשור שאין כמוהו...

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך מארטש 25, 2009 12:19 pm

יאנאש, איז נישט פינף און ניינציג אביסל איבערגעטריבן ?

דאס אז מ'דארף זיין א ידען צו האבן א פעסטן קשר מיטן קינד פארשטיי איך אינגאנצן נישט.

יא ס'איז שווער מחנך צו זיין און זיך אראפלאזן צו קינדער און בחורים, אבער דער וואס נוצט דאס פאר א תירוץ קומט זיך גוטע שלעק, נו וואס האסטו געמיינט מחנך זיין קינדער איז א שטיקל קעיק ?

דאס איז א פול טיים דזשאב, און א טאטע וואס ווייסט דאס נישט איז גרויסע צרות, יא מ'דארף זיך אראפלאזן צום קינד, כסדר פרעגן דאס קינד וויזוי ס'איז אין חדר\ישיבה, רעדן צו מלמדים, אא"וו, און ווער ס'ווייסט נישט וויזוי דארף אנפרעגן כסדר ביי די וואס ווייסן יא.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך מארטש 25, 2009 12:29 pm

איזאק, יו אר רייט וויט יור פוינט אז עס איז א מאסט, און איך גלייב נישט אז איינער דיסעגריעט מיט דיר, אבער ליידער (אזוי מיין איך, אזוי איז זיכער געווען אין מיינע צייטן) אז פינף און ניינציג פראצענט איז אן אונטערשאצונג.

די חלק וואס איך האב געשריבן איבער זיין א ידען האב איך מיך באצויגן צו ליפשיצ'נס קעיס, היות ער האט זייער זיסלעך אראפגעלייגט זיין פאטער'ס באציאונגן מיט זיינע זון, האב איך נאר געזאגט אז עס איז נישט איזי פאר רוב מענטשן.

אבער דאס איז זיכער אז מען 'קען' זיך אראפלאזן צום קינד סיי וועלכע עידש, און דאס איז זיכער אז יעדער איינער האט 'עפעס' ידיעות וואס איז אינטערסאנט פאר זיין זון, אבער די פאקט איז אז מער טאטעס זענען נישט ביכולות עס צו טון, און מען נוצט דאס נישט פאר קיין תירוץ און עס קומט זיך נישט קיין שלעק, עז לאנג ער איז אינטערסירט אינעם קינד'ס חינוך, און ער געבט ווארעמקייט, און ער טרייט צו זיין א גוטער סעמפל.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך מארטש 25, 2009 12:49 pm

ליפשיץ יישר כח פאר אייער באשרייבונג טאקע דאס האב איך געמיינט ציזאגען אין אישות פאר קוימען קערער
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

תגובהדורך קוימען קערער » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 12:41 am

ליפשיץ, ב"ה א חלק פון די זאכן וואס די ברענגט וואס דיין טאטע טוט, טוה איך ב"ה, אבער איך קום דיר א יש"כ, ווייל איך האב געטראפן זאכן וואס איך קען מיך פארבעסערן. פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט צו עפענען דעם אשכול.

מיט דעם אלעם, מיין פראבלעם איז נישט מיינע בחורים, מיין פראבלעם איז די גאס, דער פראבלעם בחור וכדומה, וואס פון זיי דארף מען די מערסטע מורא האבן, איך וויל אזויפיל אז די פראבלעמען זאלן זיי נישט טרעפן, א בחור מיט א מסודרדיגן סדר נארמאלערהייט דרייט זיך נישט אין די גאס ווען די יעניגע דרייען זיך, דער פראבלעם איז אסאך ערגער היינטיגע צייטן וואו אין די צייטן וואס די ביזט געווען א בחור (און אוודאי ווען איך בין געווען א בחור), ווען א בחור האט א סעלפאן מיט די אנדערע כלי משחיתים מאכן זיי גרויסע חורבנות.
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 9:49 am

ר' קוימען קערער, דעם פראבלעם וואס איר טוט אדרעסירן איז ליידער, ליידער א גאנץ יאריגער פראבלעם. איך קען נישט צופיל אריינרעדן דערין, ווייל איך בין נאך נישט אין אייער סיטואציע. ווי ס'שיינט זענען מיר אפגערוקט א שיינע פאר יאר. אבער לויט מיין ארימער שכל איז דער פראבלעם לאו דוקא אין בין הזמנים.

איך האב א איגנט פריינד וועלכער האט זיך מלבש געווען באיצטלא דרבנן, און זיך בוחר געווען פאר פרנסה דאס אומנות פון משגיחות אין א ישיבה. האב איך לעצטענס געכאפט מיט אים א שטיקל שמועסל איבער זיין פרנסה, און איך זאג אייך אז איך בין אוועק פון דעם שמועס צושרויפט און צושוידערט. עס האט מיר גענומען אפאר שעה ביז איך האב געקענט מסיח דעת זיין פון דעם שרעקליכן מצב וואס איך האב זיך אנגעהערט פון אים. ער האט מיר מסביר געווען אז אויב איז אין מיינע צייטן געווען א חשש מיט די בינוני בחורים אז זיי זאלן נישט אריינפאלן אין די הענט פון יענע חברה, דאן זאל איך וויסן אז היינט איז דער מצב א מיליאן מאל ארגער. יעדער בחור, יהי' באיזה מצב שיהי', אפילו דער עידית שבעידית, שוועבט אין א סכנה יעדע רגע און יעדע מינוט פון טאג.

ער האט מיר געשילדערט שרעקליכע סיפורים וואס די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף, איבער דעם פראבלעם פון טעכנאלאגיע. אמאל - זאגט ער - איז דאס ארגסטע וואס מ'האט געקענט כאפן ביי א בחור אין טאש געווען א קליינטשיג טעיפ רעקארדער וועלכע זאל האבן אינסטאלירט אין זיך א ראדיא, מער פון דעם האט דער בחור כמעט נישט געהאט קיין מעגליכקייט. היינט איז שוין א מצב וואס א בחור וועלכער דרייט זיך מיט אזא סארט טעיפ רעקארדער ווערט פשוט פארעכנט ווי א נארישער עד דלא ידע'ניק. האט-ליינס, איי-פאד'ס, אינטערנעט סעלפאונס, טריאוס און די אלע שמות נרדפים איז אזא מין אנשיקעניש וואס איינמאל א בחור טשעפעט זיך צו דערצו איז דאס ממש ווי דראגס. קענסט אין אים בראקן, רעדן, נאכלויפן און טון כל טצדקי שבעולם און דו וועסט שפירן ווי דו רעדסט צו דער וואנט.

ער טענה'ט, דער משגיח'ל, אז די טאטעס זענען גארנישט אנדערשט. דער חילוק איז נאר אז די ערוואקסענע זענען מער ווייניגער בעלי אחריות, מיט א רחיים על צווארם, און דאס טוט זיי אביסל איינצוימען נישט אריינצופאלן אין תהום דורך די טעכנאלאגיעס. משא"כ א בחור וועלכער האט קיין שום עול שפירט זיך ממש ווי א הפקר מענטש, דעריבער אויב רירט ער צו דערצו דאן איז אין מעצור לפניו.

און וואס איז מיט די השגחת הישיבה איבער די ענינים? אויף דעם איז געווען זיין תירוץ: מ'טוט וויפיל מ'קען, אבער קען מען דען אנקומען איבעראל? אז א בחור דרייט אין זיך טאש מיט א קליינטשיגן דלת על דלת'דיגן מאשינקעלע און גיבט אבאכט אז עס זאל זיך קיינמאל נישט צוקלינגען ברבים אדער אפילו ביחידות, און פון דער אנדערער זייט קען ער זען דערויף כל מיני תועבה'ס, וויאזוי זאל מען אים כאפן? צי אז א בחור זעצט זיך אריין אין ביהכ"ס און צינדט זיך אן דעם סעלפאון און הייבט אן ארום רופן די אלע האט ליינס, אדער נעמט ער זיך ארום טעקסטן לכל מאן דבעי, און ווער רעד נאך ווען ער איז פארבינדן צו אן אינטערנעט און טוט דארט כל מיני דברים, וויאזוי זאל מען דאס דערגיין?

מער ווייניגער די אלע מעשיות וועלכע שווימען יא ארויף אויפן אויבערפלאך און מ'דערגייט דאס, קומט דאס אויך נאר פון האבן אן עינא פקיחא באגלייט מיט אן עקסטערע סייעתא דשמייא. ווייל געווענדליך דערקענט מען שוין אויף א בחור אז 'סאמטינג איז ראנג וויט הים'. אמת, נישט אלעמאל קומט מען אן צום פראבלעם פון טעכנאלאגיע, צענדליגע און צענדליגע פעלער וואס דער שורש הפראבלעם שטעלט זיך ארויס אז דאס קומט מחמת טויזנט אנדערע סיבות, אבער מער ווייניגער אויב האלט מען חשבון און מ'האט אפענע אויגן צו באגלייטן יעדן בחור זיין מצב, זיין סדר היום, זיין לערנען, זיינע חברותא'ס, זיין התנהגות און באוועגונגען, קומט מען אן צום פראבלעם.

געווענדליך א בחור וואס איז געווארן אנגעשטעקט מיט די פראבלעמען, צי מאליו צי פון חברים, אפילו באונס או בטעות, זעט מען אויף זיין באוועגונג א שינוי אין זעלבן מעת לעת. ערשטענס, עס דרייען זיך אים אין קאפ פייגעלעך. דערויף, ער שפירט זיך אנגעצויגן און אומאנגענעם מיט זיין מצב. און בעיקר וואס קוועטש אים, איז דאס זעלבסט אז זיינע עלטערן און מחנכים זאלן זיך נישט דערוויסן דערפון. ער דרייט זיך מיט אן אנגעצויגנקייט, דער מח שווינדלט אים פיר און צוואנציג שעה וויאזוי דאס צובאהאלטן פון זיינע אויפזעער, און דאס אליין ברענגט א שינוי אויפן באוועגונג פונעם בחור. אזוי טענה'ט ער, דער חבר מיינער.

איך האב פארשטאנען פון זיינע ווערטער אז דאס איז די סיבה פארוואס עס פאדערט זיך היינטיגע צייטן אין א ישיבה אנטשטאלט מער משגיחים און איינגעשטעלטע ווי אמאל. ווי אויך מערערע סארט משגיחים וועלכע זאלן זיין צוטיילט אויף די פארשידנארטיגע סארט השגחות.

אלנספאל, איר רעדט דאך ספעציפיש פון בין הזמנים, וואס דער פרייער פויגל איז פרייער ווי סתם א פשוטער וואכן טאג, וואס דאן איז דער פראבלעם פיל פאכיג און דאס אחריות פון א טאטען איז דאן צען טויזנט מאל גרעסער. איז אודאי און אודאי אז צו געבן דערויף עצה'ס איז זייער שווער, איבערהויפט איינער וואס איז נאך נישט אין דעם מצב. אבער אויף אזויפיל יא אז איר ווייסט וואו דער בחור געפונט זיך און מיט וועמען ער פארברענגט, און בעיקר אז איר טוט שמועסן און שמועסן מיט אים טאג טעגליך וויאזוי זיין טאג איז דורך, וואס ער האט אויפגעטוהן דעם היינטיגן טאג, וואס ער פלאנט פאר מארגן וכו' וכו', און צו דער זייט אפאר קאפיטלעך תהלים און אביסל סייעתא דשמיא, וועט אייך דער אויבערשטער העלפן להינצל מכל פגע רע און זען בלויז נחת דקדושה פון אייערע בחורים, אמן.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 9:09 pm

הרב ליפשיץ מיר קענען אייך נישט מסביר זיין ווי אמת איר זאגט מען טיהט וואס מען קען אבער בין הזמנים איז א סכנה אבער נישט אזוי ווי א גאנץ יאר ווען מען איז אוועק פון די עלטערן און די נשמה איז און א סכנה וואס מען קען נישט מצייר זיין אבער מען זעט נישט דעם פראבלעם פאר די אויגן און נאך מען קען נישט טיהן מער ווי מען טיט אבער אויף בין הזמנים קען מען טיהן און מען דארף טיהן
בדרך אגב איז דער גאנצע בין הזמנים א זאך וואס איז אריבער בערך צוואנציג יאר ציריק פון א"י און שטייטלך איז עס אריבער אויף אלע ישיבות
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 30, 2009 2:31 am

א שיינעם דאנק אייך חשובע חברים, און ספעציעל פאר הרב ליפשיץ, און שאץ ומאץ, פארן אביסל ארויסהעלפן אנדערע....

איך בין נאכנישט אין די עידזש, אבער ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א יונגערמאן, א טאטע פון א טראטשאק בחור, וואס לויט דעם טאטן, איז ער א פלעינע בחור, ער האלט נישט אזוי שטארק ביים לערנען, האט עם זיין טאטע, דער יונגערמאן, געקויפט א די ווי די פלעיער, און אפאר 'היימישע' די ווי די'ס, און ווען דער בחור האט נישט וואס צו טוהן, קען ער, מיט די רשות פון זיין טאטן, קוקן א די ווי די...

דער בחור האט דאס פארציילט פאר זיין מנהל, און דער מנהל איז געווארן זייער שאקירט פון דעם, און ער האט אנגערופן דעם טאטן, און עם פארגעהאלטן, האט עם דער טאטע געענטפערט, מיין זוהן האלט נישט ביים לערנען, און איך ווייס, אז טאמער איך וועל עם נישט האלטן ביזי ביי מיר אינדערהיים, וועטער גיין זיך קיפן ביזי אויף אנדערע פלעצער, סאו ענדערש זאל ער זיין דא אינדערהיים, ווי איך בין אין קאנטראל, ווי איידער אויף די גאס, אן קיין קאנטראל, דער משגיח האט געזאגט פארן טאטן, איר האט זייער גוט געטוהן...

איך וואלט געוואלט הערן, וואס דער עולם זאגט צו אזא זאך....
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג מארטש 30, 2009 8:14 am

וויכי, דאס איז א גוטע פארווייטאגטע קשיא, איינער האט א ענטפער ?

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מאנטאג מארטש 30, 2009 9:04 am

אזא שאלה דארף מען פרעגן א גדול הדור...
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מארטש 30, 2009 10:36 am

אמת, סוף כל סוף איז דער כלי א סכנה, און די בחור איז קלוגער פונעם טאטן, ווען די טאטע וועט מיינע אז ער קוקט בוסטעניי, וועט ער קוקן עפעס אנדערשט...
ס'איז באמת שווער צו זאגן א מיינונג,
.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מארטש 30, 2009 11:54 am

זייער זייער א שווערע קשיא, ווער גאראנטירט דעם טאטן וואס דאס קינד קוקט ווען ער איז אין בית הכבוד, אין הכי נמי, אז געווענליך ווען מ'געט עפעס איינעם וואס ער ווייסט אז מ'טוטעס נאר פאר אים, וועט לכאורה נישט פראבירן צו זיין א כפוי טובה, באט אין דעי זאכן איז זייער שווער צו זאגן, שאני מינות דמשכי, ביי דעי זאכן איזעס פונקט אזוי, ס'איז זייער שווער צו גלייבן אז דאס קינד זאל מאכן א סוד דערפון, און נאכדעם נעמט נישט לאנג, ביז א פארדארבענער איז מיט אים א חברותא, וכו'.

איך וואלטעס נישט געטון מיטן ערשטן שאצונג, מ'זאל אבער נישט געפרואווט ווערן מיט אזעלכע זאכן, סאו לגבי דעם טאטן נעמעך נישט קיין מיינונג, וועגן אל תדין.

איך האב אמאל געזען ערגעץ, (כ'קעמעך נישט דערמאנען וואו.) אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו, ולפי שלא תגיע לפיכך אל תדין, דאס הייסט אז סיז נישט מעגליך בשום אופן שבעולם זיך אריין צו שטעלן אין אן אנדערן'ס פלאץ, טראכטעך יעצט, אז מ'קען אויך זאגן, ולפי שלא תגיע, וויבאלד דו ווילסט נישט אהין אנקומען, לפיכך אל תדין, זאלסטו יענעם נישט משפט'ן וועט דער אייבישטער דיך אפהיטן דערפון.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביונה, בעזרת השם, געהאפט, סארקאזי, פרנס היום און 27 געסט