עקספערטס עקסטענש

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

עקספערטס עקסטענש

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 3:04 pm

עקספערט'ס עקסטשענש איז א געוועב ווי מען קען אנפרעגן אלע טעכנישע פראגן, און מען באקומט תירוצים פון 'עקספערט'ס' די תירוצים קומען אן "זייער" שנעל (געווענטליך).

וויזוי ווערן די עקספערטס באצאלט?

זייער פשוט, דעי סירוועס קאסט 12.95 א חודש, האבן זיי געמאכט א פוינט סיסטעם יעדע מאל א שואל איז מקבל א תשובה פון א עקספערט באקומט יענע עקספערט 'פוינטס', ווען מען זאמעלט אן גענוג פוינט'ס באקומט מען די סירוועס אומזינסט!.

בין איך געפאלן אן המצאה וויזוי אויסצושפילן דעם סיסטעם, אויף א לעגאלע וועג, דהיינו מען וועט זיך צאם נעמען אפאר אידן און מען וועט מאכן א 'אשמור לי ואני אשמור לך' פראגראם...

איינער וועט פרעגן א צווייטער וועט ענטפערן אזוי ארום וועט מען זיך אנזאמעלן פוינט'ס אין יעדער וועט האבן די געשמאקע סירוועס, פריי פון אפצאל!

מען באקומט 7 טעג פאר פרי פאר ווער ס'וויל נישט אויפסיינען פאר א חודש צו צוויי, (איך האב גראדע יא א געהעריגע אקאנט, ווייל ס'איז מיר ווערד דאס געלט! אבער אז מען קען באקומען פרי פארוואס נישט?!)

זייט וויסן אז מען דארף נישט ענטפערן צופיל שאלות צו באקומען די נויטיגע פונקטן! מען רעדט פון 2000 פונקטן אונגאנצן, אין די מעקסומם וואס מען קען געבן פאר א עקספערט איז 500 פוינט'ס פער קשיא, אבער... אויב מען שרייבט 'עקסעלענט' באקומט דער עקספערט מער ווי 500!

נו וויזוי סעט מען אויף דעם סיסטעם???

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 4:43 pm

זייער שיין איך בין גרייט צו מיטארבעטן

וואס דארף מען טון
(אפשר אפלייגן אויף נאך פורים ווייל איך בין ביזי ווי א קאקארויטש)
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 4:53 pm

איך וויל זיך אנשליסן, אבער ביטע גיב פונקטליכע אינסטראקשען וואס מען האט צו טוהן.

דרך אגב, גם אני מצטרף צו משה אהרן אז מען זאל ווארטן ביז נאך פורים
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 5:07 pm

גם אני מצטרף

מען דארף געבן דא א שיעור אין מיר וועלן זיך אלע מצטרף זיין
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 6:42 pm

וואי ב"ה דער עולם איז גרייט צו ארבעטן אין א טיעם דאס איז א מורא'דיגע זאך, אז מ'ארבעט באחדות קען מען בעזהשי"ת מצליח זיין.

די גוטע נייעס איז אז מען דארף בכלל נישט שווער ארבעטן...

מען דארף אויפסיינען פאר א פרי טרייעל ביי זיי אויף א לינק וואס איך וועל שפעטער ארויף לייגן דערנאך וועט יעדער וואס האט אקאנט'ס פרעגן קשיות און סיי וועלכע נושא, אין לייגן א לינק צו די קשיא אויף א ספעציעלע פלאץ (וואס מען וועט שפעטער אפשמועסן), און א אנדערע פון די גרופע וועט ענטפערן, און דער שואל וועט אננעמען זיין תירוץ, און אזוי ווייטער...

יעדער וועט פרעגן קשיות וויפיל ס'גייט אין לייגן א לינק דערפון אין אנעמען זאל ער נאר די תירוץ פון אונזערע מעמבערס...

נאך פרטים נאך פורים...

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 6:46 pm

היימישער איד האט געשריבן:בין איך געפאלן אן המצאה וויזוי אויסצושפילן דעם סיסטעם, אויף א לעגאלע וועג, דהיינו מען וועט זיך צאם נעמען אפאר אידן און מען וועט מאכן א 'אשמור לי ואני אשמור לך' פראגראם...

ס'איז לעגאל?
ביידאוועי גם אני מצטרף אי"ה נאך פורים (מעיבי שושן פורים)

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 7:35 pm

גם אני בחלומי.

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 7:54 pm

וואס ס'פאלט נישט איין פאר גמרא קאפ....
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 9:08 pm

אידישע קעפ; נאכדערצו לעגאל אויכעט, דאס איז שוין א חידוש, אאבער ליתר שאת וועל איך מיר אויך מצרף זיין אויב עס פעלט אויס.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 11:37 pm

הנני הנני

א געוואלדיגע בייפאל.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
Tech
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2008 10:13 pm

תגובהדורך Tech » זונטאג מארטש 08, 2009 12:22 am

איך קען זיך נאך מיטכאפען?

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » זונטאג מארטש 08, 2009 5:58 am

זיכער פארוואס נישט
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 08, 2009 9:57 am

אקעי כ'האב שוין אביסל מער פרטים...

צו באקומען פרייע מעמבערשיפ דארף מען איינמאל אנזאמעלן 10,000 פונקטן!

ס'קוקט אויס א גרויסע נאמבער, אבער אין פאקט קען מען עס באקומען דורך ענטפערן בלויז 5 קשיות!.

די חשבון גייט אזוי; די מאקסימום וואס מען קען געבן פאר א קשיא איז 500 פונקטן, אויב דער שואל באצייכנט דעם תירוץ אלץ 'עקסעלנט' קריגט דער עקספערט 4 מאל די פוינט'ס,

נו נעמטס ארויס די קאלקולעטער'ס...

פיר מאל פינף הונדערט איז צוויי טויזענט,
צוויי טויזענט מאל פינף איז צען טויזענט!

דערנאך ווען מען האט שוין דעם צאל הייסט מען שוין א עקספערט אין מען באקומט פרייע סירוועס.

יעצט אזוי, נארמאל געבן זיי פרי טרייעל מיט אנלימעטעט פוינט'ס (צו געבן פאר עקספערט'ס) פאר זיבן טעג, דער פראבלעם איז אז זיי בעטן א קרעדיט קארד גראד ביים אויפסיינען, און אויב פארגעסט מען צו קענסלען פאר זיבן טעג דארף מען באצאלן פאר א חודש 12.95.

ס'איז טאקע נישט קיין גרויסע פראבלעם, אבער דאך אידא אסאך וואס ווילן נישט לייגן קיין קרעדיט קארד משום איזה סיבה שהוא,

אויפדעם אידא א ספעצילע לינק וואס געט פרייע סירוועס, פאר אנלימעטעט צייט, מען קען זעהן אלע תשובות, און מען קען ענטפערן תירוצים, אבער... מען באקומט נאר 125 פוינט'ס צו געבן פאר עקספערט'ס.

דאס הייסט אז אויב איר ווילט אנפרעגן א קשיא קענט איר נאר געבן ביז 125 פוינט'ס, פאר אונזער מבצע איז עס א גרויסע חורבן, און אויך בכלל וועט קיינער פון די עקספערט'ס זיך נישט אנשטרענגן צו ענטפערן שנעל אין גוט, ווען ער באקומט אזוי ווייניג פונקטן.

המשך יבא...

ווער ס'פארשטייט נישט דעם סיסטעם זאל גיין צו http://www.experts-exchange.com
אדער קען מען דא אנפרעגן, איך וועל פרובירן מסביר זיין ווי ווייט מעגליך בעזהשי"ת.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » זונטאג מארטש 08, 2009 11:53 am

היימישער איד האט געשריבן:אויפדעם אידא א ספעצילע לינק וואס געט פרייע סירוועס, פאר אנלימעטעט צייט, מען קען זעהן אלע תשובות, און מען קען ענטפערן תירוצים, אבער... מען באקומט נאר 125 פוינט'ס צו געבן פאר עקספערט'ס.

דאס הייסט אז אויב איר ווילט אנפרעגן א קשיא קענט איר נאר געבן ביז 125 פוינט'ס, פאר אונזער מבצע איז עס א גרויסע חורבן, און אויך בכלל וועט קיינער פון די עקספערט'ס זיך נישט אנשטרענגן צו ענטפערן שנעל אין גוט, ווען ער באקומט אזוי ווייניג פונקטן.


אויב עס איז אנלימיטעט פארוואס דארף מען נאך דע פוינטס מען קען שוין זעהן די תירוצים?
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 08, 2009 3:38 pm

מען קען 'נאר' זעהן, מען קען אבער נישט פרעגן.

זינט איך האב איין מאל געפרעגט האב איך אויפגעהערט צו זוכן, עס פארשפארט מיר שעות!!! זיכענדיג אויף גאגעל.

מען שרייבט אראפ פונקטליך וואס מ'וויל אין ביז אפאר מינוט האסטו א תשובה.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג מארטש 09, 2009 2:06 pm

און וואס איז די ספעצילע לינק וואס געט פרייע סירוועס, פאר אנלימעטעט צייט, אז מען זאל כאטש קענען זעהן אלע תשובות
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג מארטש 09, 2009 7:13 pm


אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג מארטש 12, 2009 11:14 pm

ויהי אחרי הדברים האלה...

נו דער עולם האט זיך שוין עטוואס אויסגעניכטערט פון ס'וויין, און מען קלויבט זיך צאם די כוחות צוריק אנצוגיין מיטן סדר היום. און טאקע מיט אהבה הדר קבלוה...

עני וועי צוריק צום ענין, וואס טוט זיך דא? דער עולם איז גרייט צו קומען?

גראדע איך כשלעצמי קען איך אפשטופען דעם פראגראם אויף צוויי חדשים!

ומעשה שהי' כך הי', איך האב געהאט א געהעריגע באצאלטע קאנטע ביי זיי, ס'דורך א חודש האב איך באשלאסן אז היות בקרוב וועליך שוין האבן גענוג פונקטן פאר א פרייע קאנטע, האביך געקענסעלט די סירוועס.

למעשה נאך א טאג צוויי ביניך געגאנגן צו זייער סייט, און אריינגעסיינט מיט די אלטע יוזער נעים און פעסווארד, האבן זיי מיר געזאגט אז די קאנטע איז פארמאכט! אבער.... אויב וויליך זיין א עקספערט וועלן זיי מיר געבן פרייע מעמבערשיפ!

זיי האבן מוותר געווען אויף די 10000 פונקטן וואס ס'פעלט אויס אנצוהייבן, כ'דארף בלויז באקומען 3000 פונקטן יעדע חודש אנצוהאלטן דעם 'עקספערט סטאטוס'.

פלאס צוויי חדשים בין איך א טרייעל עקספערט סא האב איך פרייע סירוועס אויף צוויי חדשים...

זעהט אויס אז זיי זענן פון די קאמפעני'ס וואס ס'לוינט זיך צו קענסלען די סירוועס... נאר אזוי באקומט מען אלע באנוס'עס.

בכל אופן איך בין גרייט שוין אנצוגיין מיט די פלאן אויב דער עולם איז דערביי שטייצעך...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מוצ"ש מארטש 14, 2009 11:37 pm

אוודאי איז דער עולם דערביי, דער עולם האט דאך נישט קיין סערוויס צו קענסלען....

איך בין גרייט!!!

איך זעה אבער אז מען דארף האלטן אין איין באקומען פוינטס אנצוהאלטן די "עקספערט סטאטוס", איך האב געמיינט אז עס איז אן איינמאליגע זאך, וואס מען דארף ארלעדיגן דא אין קרעטשמע, און היידא,
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 15, 2009 10:33 am

אה שכח סאדע פאר די דברי חיזוק!

די אנגייענדיגע פוינטס איז ממש א קלייניקייט דאס הייסט אנדעהאלבן שאלה פער חודש!

ווייל פון איין גוטע תשובה באקומט מען 2000 פונקטן, און זיי פארלאנגן בלויז 3000 פונקטן פער חודש.

ס'איז מיר נישט קלאר וואס זיי טוהן אויב מען מאכט נישט די דריי טויזענט איך וועל עס אי"ה מברר זיין און לאזן וויסן.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » פרייטאג מאי 01, 2009 2:22 pm

יוש!!! די אנטיסעמיטן האבן מיר אפגעהאקט די קאנטע! :cry:

ווי געזאגט האבן זיי מיר געגעבן א פרייע עקספערט טרייעל וואס האט געזאלט ארבעטן פאר נאך א חודש, זעהט אויס אז זיי האבן געזען אז איך פרעג כסדר אבער קיין איין פונקט האב איך נישט ערהאלטן האבן זיי מיר עס היינט צופרי אפגעהאקט.

נא נא וועלן זיי כאפן :!:

אקעי גיימער אנהויבן די ארבעט?

נאך שבת אי"ה!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מוצ"ש מאי 02, 2009 11:18 pm

אה, איך האב געוואוסט אז א היימישער איד, גייט אונז נישט לאזן אויפן וואסער.

מיר קענען קוים ווארטן.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, טעכנישן, יוד אלף, קאפ און אקסל, ריכטיג און 33 געסט