"אינטערנעט סינדראם"

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מירנישטדירנישט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 23, 2009 9:13 am

"אינטערנעט סינדראם"

תגובהדורך מירנישטדירנישט » דינסטאג פאברואר 24, 2009 10:52 am

איך האף אז די מנהלים וועלן מיר נישט אינגאנצן ארויסווארפן פאר'ן שרייבן אזא אשכול...
אבער, הייסט דען נישט די הודעה "איש את רעהו יעזורו\ולאחיו יאמר חזק"?
וה' הטוב יכפר.

און יעצט מיין (נאר מיין?) פראבלעם...
1) ס'זענען דא אזויפיל אינטערעסאנטע – כשר'ע – אקטיוויטעטן אויפן נעט, און איך האלט מיך צופיל ביזי דערמיט, און אלץ תוצאה קום איך נישט געהעריג נאך מיין ארבעט.

2) איך האב נישט-געפילטערטע אינטערנעט און פארשטייצעך ווי מ'קומט אלץ אן, ה"י. (דו ביסט משוגע? דו האסט נישט קיין כח המעצר? – און דו האסט יא? צולייגער!)
(ב"ה אז דאס קומט נישט פאר ביי מיר זייער אפט)

'אידישע וועלט' – וואס איך בין מודה אז ס'איז אינגאנצן 'קלין' - איז נאך אפשר מיין גרעסטע פראבלעם, ווייל דאס איז מיר די 'כשר'ע חזיר פיסל' פאר די גאנצע אונטערוועלט.

ביטע העלפט מיר!

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » דינסטאג פאברואר 24, 2009 11:21 am

די לעזונג צו דיינע פראבלעמען זענען זייער פשוט, דו און טאקע נאר 'דו אליין' דארפסט זיך וועלן העלפן (ליין: האלטן דערביי)

עצה פאר פראבלעם 1) דו מוזט מאכן 'לימיטס' ווילאנג דו פארברענגסט אויף אידישע וועלט, צופר, מה נשמע, און אלע אנדערע שטיפערייען, ח"ו קיינעם אוועקצומאכן אלעס איז פיין און וואויל ווילאנג ס'איז מיט א זמן, אבער נישט סתם אפמאכן און פארטיג, ווייל מארגן וועסטו דיך טרעפן וואו דו האסט געהאלטן נעכטן, דו מוזט דאס מאכן אויף פאפיר, מאך א טבלא, אויסגעשטעלט לויט די וואך, מיט באשטימיטע צייטן ווילאנג דו פארברענגסט אויף די אלע סייטס, און דער עיקר קודם אנהייבן דעם טאג מיט ארבייטן און העכסטענס די ליידיגע צייטן קענסטו אנפילן מיט שטותים, און איינמאל מען הייטבט אן ארבייטן ווערט מען פארטון און מען פארגעסט פון די שטיפערייען, די זעלבע איז אבער פארקערט, אויב הייבט מען אן די טאג מיט שטותים, דאס ציעט איינס אריין און צווייטן, און סוף וואך ווען מען קומט אהיים אן קיין פיאסטער צו די נשמה דארט הייבט זיך אן די אמתע פראבלעמען. ועוד יש להאריך בזה.

פראבלעם 2) אפי' דו האסט נישט (אדער ווילסט נישט האבן) קיין געפילטערטע אינטערנעט, איז דא אזעליכע פראגראמען -אפי' פאר פרי- וואס קענען העלפן פראטעקטן נישט אנצוקומען צו קיין אומגעוואונטשענע פלעצער, למשל K-9 העלפט בדיעבד גאנץ גוט, און עס איז דא ערגעץ א שמועס וועגן דעם, די שאלה איז נאר מיט די פעסווארט וואס אין א שלעכטע מוניט ברעכט מען עס און מען האלט ביי א', דערפאר ברויכסטו האבן איינעם א פארלעסליכן חבר וואס זאל מאכן דיין פעסווארט, און דו זאלסט עס פארשטייט זיך נישט וויסן, און אפשר וועט דאס דיר קענען העלפן. אבער נאכאמאל די בעסטע איז צו האבן JNET וכדו' איך זאג דיר עס לוינט די פאר דאלער, וואזוי האט יענער געשריבן "פארקויף נישט די נשמה צום שטן"....
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

מירנישטדירנישט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 23, 2009 9:13 am

תגובהדורך מירנישטדירנישט » דינסטאג פאברואר 24, 2009 11:56 am

א הארציגן יישר כח ביזנעסקאפ.

דאס אליין, אז איך האב געשריבן דערוועגן, מאכט מיר פילן אז איך האלט שוין אויף א שטיקל וועג, אויך גיט עס מיר א שטופ צו טאן מער דערוועגן.

1) איך וועל פרובירן: א. נישט אנהויב טאג. ב. מאכן א טבלא.

2) איך ארבעט פאר איינעם, ממילא איז מיר שווער צו טוישן סערוויס אדער לייגן שטארקע רעסטריקשנס, איך וועל אבער פרובירן K-9 (שוין דאון-לאודעד בשעת'ן שרייבן).

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג פאברואר 24, 2009 12:14 pm

מירנישטדירנישט האט געשריבן:.... איך האב נישט-געפילטערטע אינטערנעט און פארשטייצעך ווי מ'קומט אלץ אן, ה"י. (דו ביסט משוגע? דו האסט נישט קיין כח המעצר? – און דו האסט יא? צולייגער!)
(ב"ה אז דאס קומט נישט פאר ביי מיר זייער אפט)...

רחמנא ליצלן - רחמנא לשיזבן, זאג נאר יונגערמאן ביי דיר איז נישט אקטועל די חז"ל פון "אין אפוטרופס........" שעמסטיך גארנישט פון דיר אליין, (ווי מעג א יונגערמאן מיט בארד און פיאות (אויב די האסט) זיצן אויפן אינטערנעט אן א פילטער, איך האב געהערט פון א מורא הוראה אז עס איז געהעריג איסור יחוד צי זיצן אויף נעץ אן א פילטער, נאך מער געפעלט מיר ווי די שרייבסט "עס קימט נישט פאר זייער אפט" און פלעין אפט איז נישט געפערליך?!?! אדער אפילו אינגאנצען נישט אפט נאר אמאל אמאל איז נישט שרעקליך?!?!
מיר איז באשערט צי זיצען אויפן קאמפיוטער, אבער איך האב ב"ה 'J-NET' ווי אויך 'פילטערנעט' צוויי גדרים, און גלייב מיר הייליג, איך וואלט געמעגט גיין אין מקוה מער ווי איינמאל א טאג, איז אזוי, איך מיין אז די האסט נישט א אינטערנעט סינדראם, די האסט א סך ערגערן סינדראם, ביסט אנגעשמעקט מיט יענע מעשה פון קאפ ביז פיס, איך מיין נישט דוקא דיך, ווייך איך נישט ווער די ביסט, [מוועט דאס נאך באלד פארמעקן פארן נישט נזהר זיין בכבוד חבירים] נאר דעם רעיון מיז דערהערט ווערן, ואני את נפשי הצלתי (הלואי),
היצט קודם גיי אין מקוה, דערנאך האנדל דיר איין א פילטער, און דערנאך וועלמער רעדן פון דיין סינדראם, איך וועל דיר בל"נ פרובירן ארויסהעלפן, און ס'וועט זיין פאר אונז אלע דא א פארגעניגן צי פארברענגען און ארויסהעלפן איינער דעם אנדערן
כל טוב
הצלחה מרובה
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג פאברואר 24, 2009 12:18 pm

אנטשולדיגט! איך האב הערשט יעצט געזעהן דיין צווייטע תגובה, מילא פארשטייט זיך אז מיין שארפן טאאן נישט אזוי שייך

ואתכם הסליחה
טעמו וראו כי טוב השם

מירנישטדירנישט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 23, 2009 9:13 am

תגובהדורך מירנישטדירנישט » דינסטאג פאברואר 24, 2009 1:06 pm

שכח יעקעלע, נאר אזוי, שמאל דוחה וימין מקרבת.

שוין געשיקט פאר א חבר מייינס אן אימעיל מיט א לינק און דירעקשאנס צו טוישן די פשעסווארד און אימעיל אדרעס אויף K-9.

(פאר איך האב יעצט נאכאמאל ארויפגעסיינט צו אידישע וועלט האב איך ריקארדעד די צייט, אין מ'גייט – האפנטליך - 'שוין' ריקארדן די ענד צייט...)

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » דינסטאג פאברואר 24, 2009 1:10 pm

מירנישטדירנישט האט געשריבן:א הארציגן יישר כח ביזנעסקאפ.

דאס אליין, אז איך האב געשריבן דערוועגן, מאכט מיר פילן אז איך האלט שוין אויף א שטיקל וועג, אויך גיט עס מיר א שטופ צו טאן מער דערוועגן.

1) איך וועל פרובירן: א. נישט אנהויב טאג. ב. מאכן א טבלא.

2) איך ארבעט פאר איינעם, ממילא איז מיר שווער צו טוישן סערוויס אדער לייגן שטארקע רעסטריקשנס, איך וועל אבער פרובירן K-9 (שוין דאון-לאודעד בשעת'ן שרייבן).

ר' איד איך בין זיכער אז די וועסט נישט טרעפן אן ערליכע איד וואס וועט האבן אפן אינטערנעט מיטן חשבון אז איך ארבעט פאר איינעם און עס איז שווער צו טוישן וכו' וכו' תירוצים פון די יצר הרע, אויב די ביסט טאקע ערליך וועסטו טרעפן אן עצה, ווי צו בעטן שיינערהייט דיין בעל הבית אדער שיקן א צווייטן (נישט אין דיין נאמען) אדער אן אנדערע עצה, איך בין זיכער אז ווען די זאלסט ווען פרעגן א ערליכע איד וואלט ער דיר שוין געקענט עפעס מייעץ זיין, און אויב איז טאקע גארנישט דא וואס צו טוהן דארפסטו אפשר אוועקגיין ארבעטן פון דארט ווי איידער זיך אנצוזעהן מיט די טריפה'נע זאכן רח"ל, אלענפאלס דארפסטו דיך עכ"פ דורכרעדן מיט א קלוגע ערליכע איד. מיין נ ישט אז איך בין עפעס די דערהויבענסטע אינגערמאן איך בין ליידער נישט, אבער אזויפיל פארשטיי איך נאך נישט זיך לכתחילה צו זעצן אויף א אפענע אינטערנעט אהן קיין שום שמירה

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג פאברואר 24, 2009 1:14 pm

מירנישטדירנישט האט געשריבן:שכח יעקעלע, נאר אזוי, שמאל דוחה וימין מקרבת.

שוין געשיקט פאר א חבר מייינס אן אימעיל מיט א לינק און דירעקשאנס צו טוישן די פשעסווארד און אימעיל אדרעס אויף K-9.

(פאר איך האב יעצט נאכאמאל ארויפגעסיינט צו אידישע וועלט האב איך ריקארדעד די צייט, אין מ'גייט – האפנטליך - 'שוין' ריקארדן די ענד צייט...)

יש"כ פאר דיר, איך וועל מיך בל"נ אויך מער נעמען אין די הענט אריין
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דינסטאג פאברואר 24, 2009 1:19 pm

איך האב א בעסערע פראגרעם פאר פילטערן

ווער עס וויל עס האבן זאל מיר קאנטאקטן אין אימעיל
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
בונדאש
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 10:18 am

תגובהדורך בונדאש » דינסטאג פאברואר 24, 2009 1:39 pm

ר' חידוש נפלא
איך ווייס נישט אויף וועלכע חידוש נפלא איז באזירט אייער ניק, אבער איך האב יא געזעהן דא א חידוש נפלא. הערט און שטוינט.
עס איז אנגענומען אין די היימישע וועלט, אז ווען איימיצער זאגט מוסר, וועט דער בא'מוסר'טער נישט פארשוינען דעם מוסר זאגער, אפילו ער ווייסט ביי זיך אז דער מוכיח איז ביטער גערעכט מיט זיינע פארווארפן, און ער וועט אים צוריק ווארפן בונדאש אין פנים: הע, ווער האט דיך געפרעגט, אויך מיר א דעה זאגער וכו' וכו', דאס איז שוין ווען דער האט געזאגט די מוסר שיינערהייט. ווער רעדט אבער ווען ער קומט מיט קולות און זלזולים, אאאאאאה, דעמאלט ווערט א ריכטיגע וועלט מלחמה...

כלפי מה דברים אמורים?
איך האב באמערקט ווי ר' יעקעלע האט - שלא כדרכו - אריינגעפליקט אין דעם עצה בעטער, און אים אויסגעטוען נאקעט און אריינגעשמיסן אן רחמנות, יעצט הער דעם חידוש נפלא. איך באמערק אז דער פרעגער האט שוין מגיב געווען נאך ר' יעקל'ן, איך ערווארט עס וועט אויסברעכן א געשלעג אויף די העכסטע טענער, איך גרייט מיך שוין אן די וואטע אין די אויערן, באפעלצט מיט בולעט פראוו וועסטלן, איך האב אן צו ליינען, און מעעעע, דעטס איט? ער ענטפערט צוריק מיט אזא הכנעה? ער האט דעם מוסר אנגענומען שיין, און גענומען דעם ערשטן שריט זיך צו פארבעסערן, טראץ וואס דער מוכיח האט גערעדט און אן אויסערגעווענליכן בייזע טאן, פשששששששש מי כעמך ישראל! טאקע א חידוש נפלא!

און צו דיר ר' יעק'ל, איך פארשטיי פון דיינע רייד, אז אויך דו שטאלפערסט זיך אן דא דארט אין אומווערדיגקייט, איז פארוואס זאלסטו נישט טוען דאס וואס איך טוה, איך מאך א ווייסע ליסטע פון דאס וואס איך וויל האבן אפן, דאס איבריגע איז פארשפארט. און דאס איז בנוסף צו די אלגעמיינע שטערקסטע פילטער. [ווען מ'דארף וויכטיג נאך א סייט, קען מען עס אריינלייגן אין די ליסטע, און עס ווערט געעפנט].
בכל אופן איז שיין צו זעהן ווי אידישע קינדער זוכן צו זיין הייליג. א דאנק אייך אלע.
צווינג דיך ארויף א שמייכל, וועלן דיינע ארומיגע שמייכלן, וועסטו ווערן אנגעשטעקט און שמייכלען עכט... ברענג פרייד אויף דיך און אויף אנדערע!

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג פאברואר 24, 2009 2:00 pm

בונדאש האט געשריבן:....כלפי מה דברים אמורים?
איך האב באמערקט ווי ר' יעקעלע האט - שלא כדרכו - אריינגעפליקט אין דעם עצה בעטער, און אים אויסגעטוען נאקעט און אריינגעשמיסן אן רחמנות, יעצט הער דעם חידוש נפלא. איך באמערק אז דער פרעגער האט שוין מגיב געווען נאך ר' יעקל'ן, איך ערווארט עס וועט אויסברעכן א געשלעג אויף די העכסטע טענער, איך גרייט מיך שוין אן די וואטע אין די אויערן, באפעלצט מיט בולעט פראוו וועסטלן, איך האב אן צו ליינען, און מעעעע, דעטס איט? ער ענטפערט צוריק מיט אזא הכנעה? ער האט דעם מוסר אנגענומען שיין, און גענומען דעם ערשטן שריט זיך צו פארבעסערן, טראץ וואס דער מוכיח האט גערעדט און אן אויסערגעווענליכן בייזע טאן, פשששששששש מי כעמך ישראל! טאקע א חידוש נפלא!...

וויזוי זאגט די וועלט 'אז ס'טיט וויי שרייט מען'
און קען טאקע זיין דאס איז פשט פון זיין מקבל זיין, אויף וואס דיי וואונדערסט דיך, ווי ער אליין שרייבט, "עס איז געוועהן א בחינה פון שמאל דוחקת און ימין מקרבת", טאקע פאר דעם ווי ער גיט געליינט מיינע שורות, אז האב איך נישט געמיינט דוקא אים, איך האב געמיינט מיך און דיך און אוודאי ווער עס זיצט גלייכגילטיג מיט אט דער מאשין גאן אויסגעדרייט אויפן אייגענעם קאפ, מיט א גלייכגילטיגקייט,

און אוודאי אויך א קאמפלימענט פאר אים פארן מקיים זיין דעם "קבל את האמת ממי שאומרו"
טעמו וראו כי טוב השם

מירנישטדירנישט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 23, 2009 9:13 am

תגובהדורך מירנישטדירנישט » דינסטאג פאברואר 24, 2009 2:25 pm

א דאנק פאר 'אלע' וואס פרובירן צו העלפן – ובתוכם חידוש נפלא – און ספעציעל פאר בונדאש וואס האט מיט זיין באקאנטן הומאריסטישן חן אראפגעברענגט די טענער.

אבער בונדאש, זיי וויסן אז שמאל דוחה וימין מקרבת איז נישט נאר געזאגט געווארן ווען דער זעלבער מענטש ניצט ביידע זייטן, אבער אויך ווען ס'איז צוויי באזונדערע מענטשן (צ.ב.ש. טאטע-מאמע). אלענפאלס, שכח מעימקא דלבא.

און פאר דיר חידוש נפלא, איך קען אויך נישט פארשטיין ווען איך זע א איד אנצינדן א לעקטער אום שבת, ס'איז שווער צו פארשטיין איינעם וואס איז אויף א פיל נידריגערע דרגא ווי דיר.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג פאברואר 24, 2009 4:29 pm

קעניינע הארע..., צדיקים'לעך דא וואס ווערן פשוט אויפגעברויזט ווען יענער איז מודה אז ער האט נסיונות, ממש אויסגעטון פון די וועלט זענען זיי... גיוו מי עי ברעיק.

בונדאש, מעכטיג גוט געזאגט.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דינסטאג פאברואר 24, 2009 9:30 pm

קודם כל מוז ארויסגעהויבן ווערן די געוואלדיגע גבורה פון הרב "לא לי לא לך", עס איז אוודאי נישט אנגעקומען גרינג צו שרייבן אזוינס, דאס עצם ארויסשרייבן טוט שוין אויף א געוואלד און איז די גרעסטע סימן אז מען האלט ערגעץ, ווי אויך איז צום באווינדערן די געוואלדיגע סבלנות זיינע, ממש נתפעל צו ווערן.

און יעצט צום פראבלעם, אזוי ווי די שרייבסט שוין, די אינטערנעט פראבלעם איז צוטיילט אין צוויי, 1) דאס בכלל זיין צוגעבינדן צום אינטערנעט/אימעיל/טשעט א גאנצן טאג. 2) דאס ארומוואלגערן זיך אין אומאיידעלע פלעצער וואס זינקט די נשמה אין בלאטע, ביידע פון זיי אויב איז מען עדיקטעד צו עס וועט קיין שום קאמפיוטער פראגראם נישט העלפן, מען וועט זיך אייביג טרעפן וועגן וויאזוי דורכצוברעכן די ווענט, איך האב שוין געזעהן די גרעסטע חולמים וואס גייט זיי נישט אריין א שטיקל עקסעל אין קאפ, אבער ווען עס קומט צו דעם ווערן זיי די גרעסטע טעק עקספערטן, א קאמפיוטער פראגראם איז נישט קיין לאנג טוירם סאלושן! אויב נישט א וואך דאן איז עס גיט פאר א חודש אדער אפילו 6 חדשים אבער נישט אויף לאנג טוירם.

פארברענגען אויף אינטערנעט כסדר (לאו דוקא שמוץ) איז נישט קיין 'סינדראם' נאר אן 'עדיקשאן', דאס קען און דארף געהעריג באהאנדלט ווערן פונקט ווי מ'באהאנדלט יעדע עדיקשאן, און דאס גייט נישט על רגל אחת, דאס איז א סוגיא בפני עצמה, טאקע נישט יעדער איינער ליידט דערויף אבער עס זענען דא הונדערטער יונגעלייט וואס ליידן יא דערויף און זיי דארפן הילף עמערדזשענסי, פון זייער הארץ שרייט זיך ארויס געוואלד! העלף! עס איז אבער ביזדערווייל א קול קורא במדבר ווייל קיין העלפ איז נאך נישטא, איך האב לעצטענס געזעהן ערגעץ אן אינטערוויו מיט דעם אלעמען באקאנטן רב טווערסקי, ער פלאנט יא ארויסצוקומען מיט א גרופ פאר היימישע אינטערנעט עדדיקט'ס אויב איינער ווייסט עפעס מער אינפארמעישן זאל ער פליז מעלדן.

די הגדרה טאמער הייסט מען עדדיקטעד צו נישט איז, אויב שטערט עס דאס פריוואטן לעבן צו שלום בית, פרנסה, לימוד התורה א.ד.ג. (פארשטייט זיך אויף א רעגולער בעיסיס, נישט איינמאל),דאן איז מען אנגעשטעקט, ווי מער מען האט עס איז מען מער אנגעשטעקט, אויב איז דאס די קעיס דאן דארף מען גיין פאר העלפ צו עניבאדי זאל עס זיין א רבי, חבר, מדריך, די עיקר עס זאל קומען פון א צווייטן ווייל אליינס קען מען נישט. מיט איין זאך קען מען זיך מחזק זיין אז עס איז א צרת רבים און האפענטליך וועלן שוין זיין מענטשן מער אפן דערוועגן בקרוב אזוי וועט אויך זיין גרינגער די היילונג.

עדיט: ח"ו פון צו מקיל זיין אויף צו נוצן אן אינטערנעט שומר פראגראם, כמובן.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » מיטוואך פאברואר 25, 2009 10:31 am

מירנישטדירנישט האט געשריבן:2) איך האב נישט-געפילטערטע אינטערנעט און פארשטייצעך ווי מ'קומט אלץ אן, ה"י. (דו ביסט משוגע? דו האסט נישט קיין כח המעצר? – און דו האסט יא? צולייגער!)
(ב"ה אז דאס קומט נישט פאר ביי מיר זייער אפט)


ר' איד רוב אינגעלייט זענען שוין גארנישט קיין צולייגער, און האבן אן ערנסטער פילטער. איינער וואס האט נישט, איז צריך בדיקה אחריו.

וואס וועסטו ענטפערן לאחר מאה ועשרים, ווען מען וועט פרעגן אויב דו האסט געהאט א פילטער?

פאר אינטערסאנטקייט, מיין ארבייטער איז מיר צוקומען איין טאג זאגן, אז איך זאל אים א טובה טון און העכערן די דשעי נעט פילטער צום העכסטן לעוועל. איך האב עס גלייך געטון, איך האב מיך געשעמט פאר מיר אליין פארוואס איך האב גענומען א קלענערע לעוועל ביז דאן. ער האט מיר געבעטן, אפילו ער ארבייט פאר א צווייטן. נאכמער, מיין שעצונג צו אים איז מורא'דיג געשטיגן, א וואך דערויף האט ער באקומען פון מיר א רעיס, וואס וואלט לכאורה קיינמאל צושטאנד געקומען, נאר ווייל איך האב באקומען א גוטע בליק אויף אים, ווי ערנסט ער איז, און איך אסאך מער באמערקט וואס פארא געטרייע ארבייטער ער איז, און עס קומט זיך אים א רעיס.

ביזנעס קאפ עצה ווערט גענוצט ביי מיר, אז ווען איך עפן אינטערנעט פאר ידיעות און שאפינג,איז דא א זמן ווי לאנג, ווען דער זמן קומט גיט מען עס א מאך צו, און מען שטעלט זיך אויף פון פלאץ, מען מאכט א קאווע, און מיט ט פרישקייט ארבייט מען ווייטער.

מירנישטדירנישט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 23, 2009 9:13 am

תגובהדורך מירנישטדירנישט » מיטוואך פאברואר 25, 2009 10:36 am

א דאנק דאטקאם פאר די חיזוק ווערטער.

דאס וואס דו זאגסט וועגן ברעכן די פילטערס, איז אבער אנדערש ווען מ'געט איבער פאר א חבר די אדמיניסטרעישן רעכטן (אזויווי ביזנעסקאפ האט פארגעשלאגן).
דארף מען נאר טרעפן דעם ריכטיגן חבר וואס:
1) ס'זאל אים אנגיין וואס דו טוסט.
2) דיר זאל שטערן ווען ער זאל וויסן אז דו ברעכסט די פילטער.
3) ער זאל קוקן זיינע אימעילס גענוג אפט.

צו א רב\רבי האב איך דערווייל נישט די שטארקייט צו רעדן דערוועגן (מ'קען מיר נאך זאגן אז איך מוז אויפגעבן מיין ארבעט און נישט אנרירן א קאמפיוטער).
אבער וואס מיינסטו מיטן דורכשמועסן מיט א חבר, סתם דורכשמועסן? דאס טו איך דאך יעצט דא אין אידישע וועלט?

מירנישטדירנישט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 23, 2009 9:13 am

תגובהדורך מירנישטדירנישט » מיטוואך פאברואר 25, 2009 10:48 am

געדולד,
נישט יעדער איז אזא גוטער פארשטענדליכער באלעבאס ווי דו. מיין באלעבאס איז א ווארקעהאליק און אויך נישט אזא פרומער, ער וואלט מעגליך נישט אנגעקוקט די זאך אזוי פאזעטיוו.

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מיטוואך פאברואר 25, 2009 12:17 pm

מיר נישט דיר נישט, איך ווייס פון אינגעלייט וואס האבן זיך דורכגערעדט מיט רבנים און קלוגע אידן און זיי האבן פשוט מיט זייער חכמה און ישוב הדעת געגעבן זייער גיטע עצות און הדרכות וויאזוי מען זאל ארבעטן אויסגעהאלטענערהייט, און איך מיין אז רוב ערליכע אידן וועלן דיר נישט הייסן לכבוד דעם אויפהערן צו ארבעטן ווייל מען מיז ארבעטן אויף די אינטערנעט, נאר פון דער אנדערע זייט וועלן זיי אפשר קענען אויסארבעטן א וועג וויאזוי זאלסט קענען ארבעטן ווייטער אויף די זעלבע פלאץ "און" עס זאל זיין אויסגעהאלטן

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מיטוואך פאברואר 25, 2009 9:18 pm

מירנישטדירנישט האט געשריבן:א דאנק דאטקאם פאר די חיזוק ווערטער.

דאס וואס דו זאגסט וועגן ברעכן די פילטערס, איז אבער אנדערש ווען מ'געט איבער פאר א חבר די אדמיניסטרעישן רעכטן (אזויווי ביזנעסקאפ האט פארגעשלאגן).
דארף מען נאר טרעפן דעם ריכטיגן חבר וואס:
1) ס'זאל אים אנגיין וואס דו טוסט.
2) דיר זאל שטערן ווען ער זאל וויסן אז דו ברעכסט די פילטער.
3) ער זאל קוקן זיינע אימעילס גענוג אפט.


רב מישטלינשששש...., לאמיר אייך פרעגן, ווער וועט אייך היטן ווען איר זענט פינף מינוט ביי א אנדערן קאמפיוטער?

דער יצר הרע איז טאקע א כסיל אבער נישט אזא נער ווי די מיינסט, רעד דיר נישט איין אז די גייסט אים איבערקלוגן מיט א פראגראם, עס וועט נישט דויערן לאנג און די וועסט דיך ח"ו ווייטער טרעפן צוריק צום אלטן אמאל, נישט קיין נפקא מינה אויף וואסארא וועג עצות וועסטו טרעפן שנעלער ווי די מיינסט, די שטייסט קוים ביי די אנפאנג פון א גאר לאנגן ביטערן וועג, דעריבער נעם אן מיין עצה און גיי שוין יעצט פאר הילף, געדענק, די שמירה ברויך בעיקר זיין אויפן גברא נישט אויפן חפצא - אויפן מענשט און נישט אויפן קאמפיוטער.

צו א רב\רבי האב איך דערווייל נישט די שטארקייט צו רעדן דערוועגן (מ'קען מיר נאך זאגן אז איך מוז אויפגעבן מיין ארבעט און נישט אנרירן א קאמפיוטער).
אבער וואס מיינסטו מיטן דורכשמועסן מיט א חבר, סתם דורכשמועסן? דאס טו איך דאך יעצט דא אין אידישע וועלט?


קודם כל איך פארשטיי דיר זייער גיט עס איז גאר א שווערע זאך, אבער... עס איז נישט אזוי שווער ווי די האסט מורא וואס זיי וועלן דיר ענפערן, בעהיינד דיין מיינד האסטו זיך נאכנישט געזעגנט פון די פרייע אינטערנעט די קענסט באשטיין צו בלייבן מיט א פראגראם כדי... (און בנוגע דיין מורא וועגן די דזשאב, דארפסט דיר נישט זארגן אזוי ווי איינער האט שוין פריער גיט ארויסגעברענגט)
נאכאמאל אינטערנעט ווערט אן עדדיקשאן און די זעלבע איז מיט אימעיל, בלאגינג, טשעט, און אפילו טעקסט מעסידזשינג! איך האב לעצטענס געהרט א דרשה פון הרב ישראל דוד שלעזינגער ווי ער זאגט אז עס זענען געווען יונגעלייט וואס האבן געדארפט גיין צו דאקטאר וועגן טעקסט מעסידזש עדיקשן, עס קען זיין אז די מיינסט איך טרייב איבער, איך וועל דיר אבער לאזן אליינס איבערצייגן, סטאפ רייט נאו בעוד מועד.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 11:31 am

רב מישטלינשששש...., לאמיר אייך פרעגן, ווער וועט אייך היטן ווען איר זענט פינף מינוט ביי א אנדערן קאמפיוטער?

דער יצר הרע איז טאקע א כסיל אבער נישט אזא נער ווי די מיינסט, רעד דיר נישט איין אז די גייסט אים איבערקלוגן מיט א פראגראם, עס וועט נישט דויערן לאנג און די וועסט דיך ח"ו ווייטער טרעפן צוריק צום אלטן אמאל, נישט קיין נפקא מינה אויף וואסארא וועג עצות וועסטו טרעפן שנעלער ווי די מיינסט, די שטייסט קוים ביי די אנפאנג פון א גאר לאנגן ביטערן וועג, דעריבער נעם אן מיין עצה און גיי שוין יעצט פאר הילף, געדענק, די שמירה ברויך בעיקר זיין אויפן גברא נישט אויפן חפצא - אויפן מענשט און נישט אויפן קאמפיוטער.

לענ"ד ביסטו נישט אינגאנצן גערעכט ווייל אויב האט מען א גיטע סיסטעם נישט צו קענען אנקומען צו די שמוציגע זאכן איז שוין האלב פראבלעים געלעזט און אוודאי איז מען קיינמאל נישט פארזיכערט און דער יצר הרע געט קיינמאל נישט אויף אבער א גיטע סיסטעם איז נאך אלס א עיקר זאך אז כאטשיג במזיד לכתחילה זאל מען נישט זיין קיין זעלבסטמערדער ודו"ק


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט