קרית אברכים 3טע נייע שטעטל וואס איז דאס?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 01, 2009 12:33 pm

א חבר מיינער פון וומס האט מיך גערופן אז ער האט געהערט אין קראלע ביהמ"ד א שמועס אז איינער טראגט ארויס א גרופע פון דרייסיג כולל אינגעלייט אין פאלסבורג אויף זומער און זיי וועלן דארט בלייבן וואוינען אין א ווינטערייזד ישוב. כדי צו בויען א נייע שטעטל.
מיין חבר (זייער א שטילער, בטבע) האט זיך געשעמט זיי צו פרעגן פרטים ווייל ער האט מיט זיי ווייניג שייכות בכלל
אויב איינער ווייסט עפעס ביטע ענטפערן צו ס'ליגט עפעס דערין
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » פרייטאג מאי 01, 2009 12:47 pm

אומישילדיג
איך האלט אויך אז טאמער פארקויפן זיי פאר איוועסטערס איט וויל נאט ווארק

חוץ מזה טאמער אינוועסטערס קענען קויפן ציפארדינגן וועט די פרייז ציביסליך ארויף פארן אין כדי איינער זאל זיך אהינציען מיז עס זיין פאר די נעקסטע 10 יאר זייער זייער ביליג ביז עס ווערט א שטאט

כנלע"ד

וואס זאגט דער ציבור ?
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » פרייטאג מאי 01, 2009 3:33 pm

לעבעדיגער, יאך בין גראדע אביסל באקאנט, ועל זה נאמר - די מעשה האט שוין באקומען א לאנגע בארד.............

יא, ער וויל אין פלאנט טאקע ארויס צו טראגן אהין אינגעלייט דעם זומער, אבער צו עס וועט זיך אויסארבייטן דארף מען נאך זעהן.

ער האט שוין געפערטיגט אלע דירות, און ער פלאנט צו מאכן דעם זינטאג א אפען האוז צו ווייזן די דירות מיט די געגענט, און אלעס וואס ער האט אהער געשטעלט, און ער האפט שטארק אז עס וועט זיך אים אויסארבייטן, זאל דער בוכ"ע העלפן אז עס זאל זיך טאקע אויסארבייטן, און זיין די ערשטע לאך אינעם גרויסן לופט באלון.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 03, 2009 11:05 am

אז ער פלאנט צו מאכן אן אפען הויז, וואו ווער ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 03, 2009 11:56 am

איך פרעג נישט סתם פאר נייגעריקייט, איך וויל וויסן למעשה, מיין שטרעבונג איז צו זען א אידישע יישוב ארויס פון די אלטע צענטערן, איך זע נישט וויאזוי מ'קען דא בלייבן שטעקן אין ברוקלין
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
mz1268
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 10:57 am

תגובהדורך mz1268 » זונטאג מאי 03, 2009 12:10 pm

"קארן"
More details please
א גאנץ יאר פרייליך

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 03, 2009 12:57 pm

גם אני מצטרף לבקשה הנ"ל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » זונטאג מאי 03, 2009 1:05 pm

איימסארי איך האב נישט געזעהן אייער בקשה ביז יעצט, ביי מיר איז זינטאג פונקט ווי א גאנצע וואך מברויך ארבייטן, און מ'דארף טרעפן צייט דערפאר.

לגבי די אפען האוז, איך האב געדארפט צו הערן פון אים נעכטן נאכט, אבער דערווייל האב יאך גארנישט געהערט פון אים, ווי נאר איך וועל הערן פון אים, וועל איך אי"ה מזכה זיין די אידן וואס ווילן וויסן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 03, 2009 2:06 pm

זאל זיין די קלאויסד האויז
איז דאס אבער טאקע די קרית אברכים פראיעקט
אדער א נייע פראיעקט
אויב א נייע, אין וועלכע געגנט ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 03, 2009 5:32 pm

חברים, ס'מוז נישט זיין קארנפעלד, ווער ס'ווייסט עפעס זאל זיך אנרופן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג מאי 04, 2009 10:30 am

יא, מרעדט פון די זעלבע קרית אברכים ווי ביז יעצט, און ער איז א גאנצע ווינטער געווען פארנומען עפעס צו מאכן דערפון, דערווייל געב איך אים שוואכע שאנסן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 04, 2009 10:34 am

ער האט א גרויסע מעלה, ער לאזט נישט נאך, ער פרובירט איינמאל און נאך אמאל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג מאי 04, 2009 10:39 am

הלוואי זאל אים עס געלונגן, און איינמאל פאר אלעמאל ברעכן די אייז.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מאי 05, 2009 9:52 am

זענען אלע דירות שוין פארטיג ?
די פריערדיגע זענען שוין ליידיג פון די אלגעמיינע טענענטס ?

איך וואלט אנגעטראגן פארן בעל הבית אזא געדאנק.

ער זאל זאגן פאר די אינגעלייט, איר ווילט דאך במילא צאלן פאר קאנטרי דריי פיר אלפים, צאלט מיר די דריי פיר אלפים פאר 7-8 חדשים רענט, איר קענט פארדינגען אייער דירות אין וומ"ס ב"פ נאך זומער פאר פורנישט, מ'וועט עס צוכאפן ווי מצה וואסער, און איר בלייבט דא וואוינען בחנם, ער וועט קענען טרעפן כוללים וואס זאלן נאכשיקן דאס געלט אויב זיי לערנען אין פאלסבורג במקום וומ"ס ב"פ,
די שאלה איז נאר וואס וועלן די נשים וואס ארבעטן טון ?
האט איינער אויף דעם א עצה ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22831
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 21, 2009 2:23 pm

און יעצט הער איך גאר, אז ער עדוועטייזטעס פאר זומער הייזער, מיט א אפשען צו גיין אויך ווינטער, (פאר נאך אפאר טאללער שטייצעך..)

ראביי וויינבערגער.. נייס טריי, אסאך הצלחה... געב נישט אויף..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 21, 2009 3:06 pm

ער רעדט אבער נאר פון ווינטער שבתים וכו', זעט אויס ער האט אויפגעגעבן א גאנץ יאר (ליידער)
אין צווישן ווער ס'זוכט א בעיסמענט פאר א קאפל זאל זיך אנגרייטן פינף אלפים צו פיקסן, און 13 14 מאות רענט א חודש (ליידער)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 7:22 am

צעהן יאר צוריק איז די קעטסקילל טאקע געווען לעהר אין די ווינטער. אבער יעצט איז עס א שפרודעלדיגע געגנט.

די הייזער זענען נאך אוועילעבעל?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 7:23 am

איך מיין אז גוים וואינען דארט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט