נייע סעריע - האדם עץ השדה

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

נייע סעריע - האדם עץ השדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

download.jpg
download.jpg (10.04 KiB) געזען 881 מאל


האדם עץ השדה 1/3

די וואך איז חמשה עשר בשבט
ראש השנה לאילנות
עס קומט אריין א "שרף באילנות"
עס הייבט אהן די פראסעס פון בליען
טראץ וואס עס דערקענט זיך נאך בכלל נישט פון אינדערויסן..

מיר מענטשן, אלס געסט אין די טבע
האבן מיר אסאך ענליכקייטן צו די טבע בכלל און צו ביימער בפרט
און זייער אסאך חוקי הטבע גייען אויך אהן ביי אונז
טראץ מיר זענען נישט אייביג Aware צו דעם.

"כי האדם עץ השדה"
עס זענען דא עטליכע שטארקע און טיפע נקודות
וואס מ'קען ארויסלערנען אויף אונזערע תורת הנפש
דורך זיך מתבונן זיין אין ביימער
לאמיר היינט אויסשמועסן איינס פון זיי

א בוים כדי צו קענען וואקסן דארף ער נארונג
ער דארף וואסער און מינעראלן פון די ערד כדי צו וואקסן
כדי דאס צו באקומען שיקט ער ווארצלען צו די טיפענישן פון די ערד
זיינע ווארצלען קומען אהן איבעראל ווי עס איז דא אביסל וואסער.

לאמיר זיך פארשטעלן א בוים וואס פאר סומריזן פילט ער נישט באקוועם צו זיכן וואסער
ער פילט אז ער איז נישט גענוג גוט
ער איז נישט ווערד
מ'וועט אראפקוקן אויף איהם אז ער דארף צוקומען צו דעם..
און ממילא שיקט ער נישט קיין ווארצלען צו די ערד
ער טרינקט אביסל פון רעגן וואסער און דאס איז עס

ער וועט אנהייבן צו וואקסן אויף ארויף אהן וואקסן אויף אראפ
ער וועט זיך הייבן צו דער הייעך אהן צו שלאגן ווארצלען צו די ערד
אנפאנג וועט אפשר אויסזעהן אז אלעס איז אוקעי
אבער צוביסלעך וועלן די בלעטער אנהייבן צו פאלן
יעדע קליינע ווינט וועט איהם צושאקלען
עס וועט נישט טויגן די מצב

עס וועט איהם גארנישט העלפן
ער וועט זיך נישט קענען הייבן און וואקסן צו די הייעך
ווילאנג ער האט נישט קיין שורש אין די ערד

מיר מענטשן ארבעטן אויף די זעלבע אופן
כדי מיר זאלן וואקסן און בליען דארפן מיר נארונג
מיר האבן אונזערע ניעד'ס וואס דארפן ווערן ערפילט
מיר דארפן באקומען ליבשאפט און ווארעמקייט

יעדעס קינד ווערט געבוירן מיט נאטורן וואס ערמעגליכן איהם דאס צו באקומען
זיין נאטירליכקייט און פרייליכקייט, זיין זיין פול מיט חיות
זענען די ווארצלען וואס קאנעקטן איהם צו די לעבן
און עס ערמעגליכט איהם צו באקומען וואס ער דארף
ער שלאגט ווארצלען אין די ערד כדי שפעטער צו קענען וואקסן צו דער הייעך

די פראבלעם ווערט אויב דאס קינד הייבט אהן צו פילן אומבאקוום צו באקומען וואס ער דארף
און דאס געשעהט אויב ער פילט אז מ'איז נישט צופרידן פון איהם
אז זיין דראמאטישקייט און זיין פול אוף לייף שטערט
אויב ער פילט אז מ'האט נישט קיין כח און נערווען צו איהם
צוביסלעך ווערט ער פארמאכט
און איז כאילו מוותר אויף זיינע עמאשענל ניעד'ס

ער מאכט זיך כאילו ער דארף עס נישט
ער באגנוגנט זיך מיט אפאר ברעקלעך פון דא און דארט
אבער ער שיקט נישט קיין ווארצלען צו די ערד
ער בעט נישט קיין אטענשאן און ווארעמקייט
אפשר גאר פארקערט, אפשר שטופט ער עס אפילו אוועק..
און ער בלייבט טאקע ליידיג און הונגעריג

די זייגער שטעלט זיך אבער נישט אפ
ער ווערט עלטער און וואקסט אויף
די בוים הייבט אהן צו וואקסן אויף די הייעך
פון אידערויסן קען אפשר אויסזעהן אז אלעס איז גוט
אבער באמת איז די מצב נישט גוט
דאס קינד איז הונגעריג און ענטוישט
ער דארף נאך אלס וואסער – ווארעמקייט
אבער ער קען עס נישט בעטן און באקומען

יעדעס קליינע ווינט וואס קומט אין לעבן
צושאקלט איהם אינגאנצן
ער וויל בליען און וואקסן
אבער עס גייט איהם נישט
ער פאלט דורך איינמאל און נאכאמאל
ער קען האבן אלעס, ער קען זיין זייער געלונגען
ער קען וועלן וואקסן הויעך און זיין ביזי מיט רוחניות
אבער אויב האט ער נישט קיין שורש אין די ערד
וועט ער נישט מצליח זיין
ער וועט פילן אליין, אפגעריסן, און הונגעריג פון אינעווייניג

עס וועט נישט זיין קיין ברירה נאר צו מאכן א טיפע עבודת נפש
זיך אפגעבן אביסל מיט די ערד
זיכער צו מאכן צו לאזן וואקסן ווארצלען
צו זיין מסוגל צו נעמען און פילן וערד צו באקומען
צו אנערקענען אז אלס יומען איז דא ניעד'ס וואס דארפן ווערן ערפילט
נישט זיך שעמען מיט דעם
און קענען באשטיין אויפצוהערן צו באהאלטן זיינע ניעד'ס
קודם פון זיך און נאכדעם פון אנדערע
זיין מסוגל ארויסצוווייזן געפילן און שוואכקייטן
אראפקריכן פון בוים און פשוט זיין Human!

המשך יבוא...

*********************************
נ.ב. 1 - אויב האסטו הנאה פונעם ארטיקל
לאז איבער א תגובה
עס וועט מיר געבן נאך א סיבה ממשיך צו זיין...

נ.ב. 2 - אין צוויי וואכן הייב איך אהן די 2טע קבוצה
פון סעלף דעוועלעפמענט און הילינג, צו הערן מער פרטים
רוף 438-8769271 אדער אימייל [email protected]
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: נייע סעריע - האדם עץ השדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הערליך שיין, אמת'דיג.

אבער ווער זאגט, וואס מאכן די שרשים גיין טיף?

מענין לענין - באותו ענין, כמעט דער זעלבער געדאנק.

אילן במה אברכך - כי האדם עץ השדה!

[לקיים מה שנאמר: "יהללך זר, ולא, פיך!"]
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
להתחבר
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 12:08 pm

Re: נייע סעריע - האדם עץ השדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחבר »

Wow
זייער שיין געשריבן. חודר ללב
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: נייע סעריע - האדם עץ השדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

גאר גאר תוכנ'דיג, און געשמאק צו ליינען,
יישר כח גדול!
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: נייע סעריע - האדם עץ השדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

להתחבר האט געשריבן:Wow
זייער שיין געשריבן. חודר ללב

יישר כח!
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: נייע סעריע - האדם עץ השדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

עומד מן הצד האט געשריבן:גאר גאר תוכנ'דיג, און געשמאק צו ליינען,
יישר כח גדול!

יישר כח פאר די פידבעק!
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: נייע סעריע - האדם עץ השדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

נא_שכל האט געשריבן:הערליך שיין, אמת'דיג.

אבער ווער זאגט, וואס מאכן די שרשים גיין טיף?

מענין לענין - באותו ענין, כמעט דער זעלבער געדאנק.

אילן במה אברכך - כי האדם עץ השדה!

[לקיים מה שנאמר: "יהללך זר, ולא, פיך!"]

טריי עס אויס :)
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: נייע סעריע - האדם עץ השדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

יעצט געליינט.
זייער שיין, קלאר, און ריכטיג!

און געשמאק אראפגעלייגט.
איך גלייך שטארק דיינע מְשָלים ר' בשבילי!

מיר ווארטן אויף נאך! האסט זיך שוין לאנג נישט באוויזן דא צווישן די אייוועלט שפאלטענעס..
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: נייע סעריע - האדם עץ השדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

יישר כח פאר די פידבעק!

ביסט גערעכט, שוין טאקע לאנג זיך נישט באוויזן.
כ'בין געווארן ב''ה זייער פארנומען
מיטן פרעקטעסן דאס אלעס וואס איך שרייב - און פרובירן בס''ד צו העלפן דערמיט טייערע מענטשן.
איך פלאן נאך בעז''ה צוריק צו אנהייבן שרייבן, אפשר אפילו גאר בקרוב.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: נייע סעריע - האדם עץ השדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הערליך צום פינטל
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: נייע סעריע - האדם עץ השדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך האב הנאה געהאט פון די ווערטער:

זיין מסוגל ארויסצוווייזן געפילן און שוואכקייטן
אראפקריכן פון בוים און פשוט זיין Human!

עס דערמאנט א דזשאוק אין די מעלות, אז נאכ'ן צאלן צוואנציג טויזענט דאלאר פאר טעראפיסטן איז ער ל"ע פארוואנדלט געווארן פאר א פשוט'ער מענטש, און ליידער איז ער מער נישט משיח. (למעשה איז עס נישט מער ווי א ווייטאגליכער וויץ, ווייל איך גלייב נישט אז א טעראפיסט קען העלפן פאר א סקיצעפרעניג. אבער אפשר יא?)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”