אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact
אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
א 12 יעריג קינד וואס קען בשום אופן נישט שלינגען, ווייסט איינער מעטאדען, עצות, ועוד ווי אזוי מען קען דאס אויסלערנען.
ביטע מיטיילען.
ביטע מיטיילען.
- מומחה יוחס
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4683
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
ג"א מצטרף להנ''ל, איינער פין מיינער קינדער מיטשעט זיך מיט דעם
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא
- נו גוט נו שוין
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3798
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
מיט א לעפל יאגורט גייט עס גוט אדער א געשמאקער קאמפאט
מ'דארף בכלל נישט פילן אז עפעס ליגט דארט
און צוביסלאך קען מען שוין אויך מיט וואסער בעז"ה
אזוי האב יאך זיך אויסגעלערנט ביי די. איבער צוואנציג....
מ'דארף בכלל נישט פילן אז עפעס ליגט דארט
און צוביסלאך קען מען שוין אויך מיט וואסער בעז"ה
אזוי האב יאך זיך אויסגעלערנט ביי די. איבער צוואנציג....
דא שרייבט מען אונטער די ראשעקאל פעטעיטעטיציע
- שאינו יודע
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5686
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
Re: אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
איך האב מיר אויסגעלערנט פאר מיין חתונה בלית ברירה. עס קומט מער ווייניגער פון שרעק עס איז נישטא וואס צו ׳לערנען׳
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
Re: אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
1) טרינקען קודם צו נאס מאכן די מויל עס זאל זיך גרינגער גליטשען.
2) לייגן די פיל אויפן שפיץ צינג אויבן, די טיפער די פיל איז אין מויל מאכט נאר שווערער.
3) טרינקן מיט א שטרוי קען העלפן.
2) לייגן די פיל אויפן שפיץ צינג אויבן, די טיפער די פיל איז אין מויל מאכט נאר שווערער.
3) טרינקן מיט א שטרוי קען העלפן.
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק
- Kosher Travel
- שר האלפיים
- תגובות: 2980
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
Re: אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
די טריק איז אז מען לייגט די ווייטאמין אין מיטן פונעם מויל. דאן זאגט מען פארן קינד, אז פארגעס עפעס ליגט דארט. טראכט אז עס איז גארנישט דא. נעם די גלאז וואסער און געב א גרויסע טרינק. אבער א גרויסע. נישט אז די וואסער זאל זיך שאקלען פון איין באק צום צווייטען. בדוק ומנוסה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
-
- שר העשר
- תגובות: 31
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 06, 2020 10:41 am
Re: אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
וואס טוט מען מיט א 18 חדשים בעבי וואס וויל גארנישט אין מויל נעמען חוץ באטיס?
Re: אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
גרינגער האט געשריבן:א 12 יעריג קינד וואס קען בשום אופן נישט שלינגען, ווייסט איינער מעטאדען, עצות, ועוד ווי אזוי מען קען דאס אויסלערנען.
ביטע מיטיילען.
לייג די פיל אין מויל, פיל אן ס'מויל מיט וואסער און בייג אראפ דאס קאפ
וועט די פיל ארויפשווימען די וואסער און אריינגליטשן אין סיסטעם
בדוק כמנוסה
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 439
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
- לאקאציע: אין דארף
Re: אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
לאמיר ענק זאגן ווי אזוי איך האב מיך געלערנט שלינגען, שוין זייענדיג א גרויס אינגל צו גאר א בחור, איך האב גענומען א פעקל מינד קענדיס (פיקשער עטעשט) און זיך געלערנט אויף דעם און נאך אפאר טעג האב איך שוין געקענט גוט שלינגען.
- צוגעלייגטע
-
- large.jpg (88.8 KiB) געזעהן 255 מאל
Re: אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
אור האט געשריבן:גרינגער האט געשריבן:א 12 יעריג קינד וואס קען בשום אופן נישט שלינגען, ווייסט איינער מעטאדען, עצות, ועוד ווי אזוי מען קען דאס אויסלערנען.
ביטע מיטיילען.
לייג די פיל אין מויל, פיל אן ס'מויל מיט וואסער און בייג אראפ דאס קאפ
וועט די פיל ארויפשווימען די וואסער און אריינגליטשן אין סיסטעם
בדוק כמנוסה
איך קען מעיד זיין אז די מעטאד העלפט, בדוק ומנוסה.
- פעטער שמואל
- שר האלף
- תגובות: 1201
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm
Re: אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
צ''ק
מיט א לעפל עפל סאוס. בדוק ומנוסה.
שטעקט אריין דעם פילעכל אין לעפל עפל סאוס אין דאס קינד וועט עס אראפשלינגען אהן שפירן אז עס דא עפעס דערין.
מיט א לעפל עפל סאוס. בדוק ומנוסה.
שטעקט אריין דעם פילעכל אין לעפל עפל סאוס אין דאס קינד וועט עס אראפשלינגען אהן שפירן אז עס דא עפעס דערין.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט
Re: אויסלערנען פאר א קינד צו שלינגען א ווייטעמין אדער פיל
א גרויסן שכח יעדער פאר די עצות מען וועט אויספראבירן און קומען אפגעבן דעם שכח
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פון אמעריקע און 6 געסט