לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווי אזוי גיבסטו מעשר?!

גלייך ווען איך באקום די געלט, צאפ איך אראפ 10% איך גיב עס די קומענדיגע טעג פאר צדקה.
19
10%
גלייך ווען איך באקום די געלט, צאפ איך אראפ 10% עס פארט אריין אין אן אנדערע אקאנט, ווען איך דארף געבן צדקה נעם איך פון דארט.
58
30%
גלייך ווען איך באקום די געלט, שרייב איך אראפ וויפיל געלט איך דארף געבן פאר צדקה.
39
20%
איינמאל א שטיק צייט גיי איך איבער די חשבונות, פון די אינקאם, און מיין צדקה.
33
17%
מעשר איז מיר שילדיג, ווייל איך געב מער פון פאראויס (שרייב אראפ ווי אזוי האלט איר חשבון).
10
5%
איך האב נישט קיין געהעריגע וועג, (שרייב וואס דו טוסט).
29
15%
אדער (שרייב אריין).
5
3%
 
סך הכל שטימען: 193

אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:איך האב א נאוט אין מיין פאון און ווען איך באקום באצאלט שרייב איך אראפ וויפיל איך דארף געבן און ווען איך גיב צדקה נעם איך אראפ די סכום

כעין זה שיק איך טעקסט מעסעדזשעס (צו א אומאקטיווע נאמבער) יעדעס מאל ס'דא א אפדעיט, אזוי קען איך אייביג צוריקמישן אינעם קאנווערסעישן אויב ס'מאכן זיך ספיקות
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:איינמאל א חודש שיקט מען אריבער ס'גאנצע מעשר צו א ספעציעלע אקאונט פאר צדקה

אגב, איך געב חומש, און זינט דאן זענען מיינע סעילס געשטיגן מיט 2-3 מאל אזויפיל ב"ה!!!


כ'האב זייער חשק דאס צו טון אבער מיין אמונה דארף נאך חיזוק...
דערוויל בינעך דיר מקנא
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

איך האב נישט אמונה, איך זעה רעזולטאטן...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יעדע אינקאם (ווערט אפגעשריבן אויף א בודזשעט גוגל שיעט) און 10% גייט גלייך א טרענספער צו א צווייטע אקאונט.

פון יענע אקאונט גיבט מען צדקה אין דזשענעראל, ווי אויך נוצט מען דער ק"ק כנגדו (א שאד אויף די פוינטס...) און מען באצאלט פון דעם אקאונט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פלאטשיגער האט געשריבן:על פי הוראת מורה הוראה אחד מעג מען לכתחילה צאלן שכר לימוד פאר מיידלעך פון מעות מעשר וויבאלד די חיוב פון ושננתם לבניך גייט נישט אן ביי זיי.
וכן אני נוהג, און כ'דארף ניטאמאל האלטן חשבון צוליב דעם וואס מיין שכר לימוד פאר די בנות איז מער ווי א צענטל פון מיין געהאלט.
אויב מאכט זיך אמאל א אומגערישטע זייטיגע הכנסה פון די גרינע, דאן נעם איך תיכף אראפ מעשר און דאס גייט פאר די בני בית מעשר ענוועלאופ וואס פון דארט נעמט מען ווען מען גייט צו א פארטי וכדומה.

ס'איז דא אן עקסטערע חיוב פון הפרשה, אפי' אויב מ'געט עס למעשה נישט פאר צדקה.

איך פלעג אויך נוצן אלע עצות פון שכר לימוד וכו', למעשה זאגט דער אייבערשטער אויף מעשר וואס שטייט נישט ערגעץ אנדערש, עס לוינט נישט צו פארפאטשקענען אזא ברכה:

"הָבִיאוּ אֶת כָּל הַמַּעֲשֵׂר אֶל בֵּית הָאוֹצָר וִיהִי טֶרֶף בְּבֵיתִי וּבְחָנוּנִי נָא בָּזֹאת אָמַר ה' צְבָאוֹת אִם לֹא אֶפְתַּח לָכֶם אֵת אֲרֻבּוֹת הַשָּׁמַיִם וַהֲרִיקֹתִי לָכֶם בְּרָכָה עַד בְּלִי דָי" (מלאכי ג',י')

אידן זעען טעגליך אפענע ישועות, די קוועלער עפענען זיך אויף. ברוך ה' זייט איך געב מעשר האב איך נאך קיינמאל נישט געשפירט קיין ענגשאפט אין געלט, אפי' ווען ס'האט בדרך הטבע געדארפט זיין, איז למעשה געווען הרחבה גדולה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:איך האב נישט אמונה, איך זעה רעזולטאטן...

אין ווען איינער ארבעט אויף וועדזשעס?
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

Haklal האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:איך האב נישט אמונה, איך זעה רעזולטאטן...

אין ווען איינער ארבעט אויף וועדזשעס?

דער אייבערשטער האט גענוג וועגן,
אדרבא, פראביר עס אויס (חנוני נא בזאת) און קום צוריק מיט די רעזולטאטן
The Divided States Of America
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

דער זעלבער וואס געט ביי די ביזנעס געט ביי די וועדזשעס
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

די חלק הפרשה האב איך טאקע נישט!

אבער די חומש האב איך לויט אלע דיעות.... בה איך טייל יעדן טאג ביי שחרית מנחה מעריב!
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ס'איז בכלל שייך אזא זאך ווי "מעשר איז מיר שולדיג"? איז מען הלכה'דיג יוצא מיט מעשר וואס מ'האט געגעבן פון אלטע געלטער?

געהערט אמאל בשם א דיין אז סאיז מותר
yalah
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

זאג א גוטס האט געשריבן:איז אין פלאץ צו איבערגעבן א ווארט וואס שטייט אין עטליכע ספרים, ואני שמעתיו מאת דומ"ץ סקווירא לעיקוואד שליט"א בתוך שיעור בענין מעשר.

וואס איז די דאפלטע לשון נתן תתן, ואל ירע לבבך?
אז "נתן", מ'זאל קודם אראפנעמען איינמאל (מעשר), און דערנאך "תתן", זאל מען פון יענץ געבן פאר צדקה, אזוי וועט זיין "ואל ירע לבבך בתתך לו" ווייל ס'ליגט דאך שוין ממילא עקסטער אינדרויסן פונעם בודזשעט.

מובא בספה״ק שפת-אמת, בערזאן
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

יעדע מאל איך גיב צדקה שרייב איך עס אפ (איך שיק מיר א וואוס-עפ מעסעדש צו א גרופע וואס נאר איך בין אויף דעם), אפילו גאר קליין געלט, יעדע דאלאר מאכט אויס.
סוף חודש רעכן איך עס צוזאם מיט די גרעסערע צדקות (געווענליך קרעדיט קארדס), און איך קאמפעיר עס מיט 10% אינקאם פון די חודש.
אמאל דארף איך צולייגען געלט צו מיין מעשר ענוועלאופ, און אמאל צאל איך איבער און איך האלט אופן חשבון פון נעקסטע חודש.

איז דא עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן מיט די וועג?
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

Programming האט געשריבן:
פלאטשיגער האט געשריבן:על פי הוראת מורה הוראה אחד מעג מען לכתחילה צאלן שכר לימוד פאר מיידלעך פון מעות מעשר וויבאלד די חיוב פון ושננתם לבניך גייט נישט אן ביי זיי.
וכן אני נוהג, און כ'דארף ניטאמאל האלטן חשבון צוליב דעם וואס מיין שכר לימוד פאר די בנות איז מער ווי א צענטל פון מיין געהאלט.
אויב מאכט זיך אמאל א אומגערישטע זייטיגע הכנסה פון די גרינע, דאן נעם איך תיכף אראפ מעשר און דאס גייט פאר די בני בית מעשר ענוועלאופ וואס פון דארט נעמט מען ווען מען גייט צו א פארטי וכדומה.


קען מען דאך פאר די בנים אויך צאלן פון מעשר געלט, היות די גאנצע שכר לימוד גייט דאך נאר פאר שכר שימור אדער שכר פיסוק טעמים.

מיר דוכט זיך אז די גדר ווען עס איז א פראבלעם איז דער כלל 'כל דבר שבחובה אינו בא מן המעשר', אויב לערנט מען פשט חובה מיינט א זאך וואס איז א חיוב גמור להלכה דעמאלס מעג מען פאר מיידלעך - ולדידי אויך פאר אינגלעך - צאלן מעשר געלט, אויב אבער איז דער געדאנק יעדע זאך וואס איז א 'מאסט' כאטש נישט קיין חיוב, איז היינט א מיידל שולע אויך א מאסט.

(בכלל איז דער כלל נישט געזאגט געווארן עכט אויף דעם ענין פון מעשר כספים, נאר אויף מעשר גמור. עס איז נאר שיין צוגעשטעלט לתועלת הענין)

אויב צאלט איר די שכ"ל מיט מעשר, פון ווי האט איר געלט צו טיילן פאר צדקה?
בכלל טיילט מיט ווי אזוי איר רעכנט אויס, און האלט חשבון.
תודה.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

איך געב עס די נעקסטע טאג פאר צדקה נישט קיין חילוק ווער סקומט בעטן אפילו א אינגל מיט א פושקע,
( חוץ אויב איך האב אפגעשמוסט מיט א נצרך פון פארדעם)
אויב קיינער קומט נישט וואקט מען אריין אין ספרים סטאר ווי מקויפט איין מיט די מעשר געלט.
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פלאטשיגער האט געשריבן:על פי הוראת מורה הוראה אחד מעג מען לכתחילה צאלן שכר לימוד פאר מיידלעך פון מעות מעשר וויבאלד די חיוב פון ושננתם לבניך גייט נישט אן ביי זיי.
וכן אני נוהג, און כ'דארף ניטאמאל האלטן חשבון צוליב דעם וואס מיין שכר לימוד פאר די בנות איז מער ווי א צענטל פון מיין געהאלט.
אויב מאכט זיך אמאל א אומגערישטע זייטיגע הכנסה פון די גרינע, דאן נעם איך תיכף אראפ מעשר און דאס גייט פאר די בני בית מעשר ענוועלאופ וואס פון דארט נעמט מען ווען מען גייט צו א פארטי וכדומה.

ס'איז דא אן עקסטערע חיוב פון הפרשה, אפי' אויב מ'געט עס למעשה נישט פאר צדקה.

איך פלעג אויך נוצן אלע עצות פון שכר לימוד וכו', למעשה זאגט דער אייבערשטער אויף מעשר וואס שטייט נישט ערגעץ אנדערש, עס לוינט נישט צו פארפאטשקענען אזא ברכה:

"הָבִיאוּ אֶת כָּל הַמַּעֲשֵׂר אֶל בֵּית הָאוֹצָר וִיהִי טֶרֶף בְּבֵיתִי וּבְחָנוּנִי נָא בָּזֹאת אָמַר ה' צְבָאוֹת אִם לֹא אֶפְתַּח לָכֶם אֵת אֲרֻבּוֹת הַשָּׁמַיִם וַהֲרִיקֹתִי לָכֶם בְּרָכָה עַד בְּלִי דָי" (מלאכי ג',י')

אידן זעען טעגליך אפענע ישועות, די קוועלער עפענען זיך אויף. ברוך ה' זייט איך געב מעשר האב איך נאך קיינמאל נישט געשפירט קיין ענגשאפט אין געלט, אפי' ווען ס'האט בדרך הטבע געדארפט זיין, איז למעשה געווען הרחבה גדולה.

סגולה/ענין
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

איך ניץ איין באזונדער קרעדיט קארטל מיוחד בלויז פאר צדקה צוועקן,
דערווייל ווערט ער באצאלט מיט א גרעסערע פראצענט פון מיין מעשר.

איך האב נאר אלץ די שאלה ווען דארף מען זאגן אלקא דמאיר ענינו, ווען זיי טשארדשען די קארד, אדער ווען איך באצאל עס.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שטומפיג האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:איך האב א גוטע עקסעל שיט פאר דעם געפונען ערגעץ וואו.

דארף איך עס טרעפן, אדער געוואר ווערן ווי אזוי איך קען דאס ארויפלאדענען דא אן איבערלאזן שפורן.

איך האב סתם געגעבן א סוירטש אויף גוגל און דעיס געטראפן.
איך האב נישט קיין אנונג וואס-ווען-וואו-וויאזוי
https://maasermanager.com/


עס איז דא א אשכול איבער די וועבסייט מעשר מענעדשער:
viewtopic.php?f=25&t=23543&p=897051&hilit=מעשר#p897051

וואו אויכעט איז דא א אשכול כללי איבער הלכות מעשר
viewtopic.php?f=5&t=14940&p=460189&hilit=מעשר#p460189
לעצט פארראכטן דורך וואס עפעס? אום מיטוואך יולי 29, 2020 6:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

וואס עפעס? האט געשריבן:עס איז דא א אשכול איבער די וועבסייט
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... שר#p897051

וואו אויכעט איז דא א אשכול כללי איבער הלכות מעשר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... שר#p460189

תודה!
און יעצט איז שוין דא א אשכול צו הערן למעשה פון די ציבור ווי אזוי מען געבט זיך אן עצה:
viewtopic.php?f=25&t=43757
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

לעכטל האט געשריבן:אויב צאלט איר די שכ"ל מיט מעשר, פון ווי האט איר געלט צו טיילן פאר צדקה? - כ'בין נישט קיין ריזיגע טיילער, דאס ביסל וואס איך טייל קומט פון טאש ארויס.
בכלל טיילט מיט ווי אזוי איר רעכנט אויס, און האלט חשבון. - כ'האב דאך געשריבן:
כ'דארף ניטאמאל האלטן חשבון צוליב דעם וואס מיין שכר לימוד פאר די בנות איז מער ווי א צענטל פון מיין געהאלט.

תודה.
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

כ'קלער אז צאלן 500 דאללער פאר פלעי-גרופ יעדן חודש קען אריינגיין אין שכר לימוד קאטאגאריע. מ'לערנט אין פלעיגרופ אסאך אידישקייט זאכן
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

איך האב געוועלט דעם פערטן אפציע, אבער לכבוד דעם אשכול האב איך געטוישט צו אפציע 2
און לכבוד די תגובה פון @מיט א פרישקייט האב איך מיך מקבל געווען בלי נדר צו אפשיידן א חומש,

איך האב שוין היינט געטרענספערט 191.77 צו א אנדערע אקאונט
The Divided States Of America
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יש בו האט געשריבן:איך האב געוועלט דעם פערטן אפציע, אבער לכבוד דעם אשכול האב איך געטוישט צו אפציע 2
און לכבוד די תגובה פון @מיט א פרישקייט האב איך מיך מקבל געווען בלי נדר צו אפשיידן א חומש,

איך האב שוין היינט געטרענספערט 191.77 צו א אנדערע אקאונט


דארף איך יעצט וויסן וויפיל איר פארדינט א וואך?
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

יש בו האט געשריבן:איך האב געוועלט דעם פערטן אפציע, אבער לכבוד דעם אשכול האב איך געטוישט צו אפציע 2
און לכבוד די תגובה פון @מיט א פרישקייט האב איך מיך מקבל געווען בלי נדר צו אפשיידן א חומש,

איך האב שוין היינט געטרענספערט 191.77 צו א אנדערע אקאונט

אבער פארגעס נישט צו לאזן וויסן דעם עולם איבער די הצלחות וואס גייען אנהייבן קומען
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

Haklal האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:איך האב געוועלט דעם פערטן אפציע, אבער לכבוד דעם אשכול האב איך געטוישט צו אפציע 2
און לכבוד די תגובה פון @מיט א פרישקייט האב איך מיך מקבל געווען בלי נדר צו אפשיידן א חומש,

איך האב שוין היינט געטרענספערט 191.77 צו א אנדערע אקאונט


דארף איך יעצט וויסן וויפיל איר פארדינט א וואך?

יענע געלט איז נישט געווען פון מיין געווענליכע פארדינסטן,

ס'איז פשוט געווען די ערשטע זאך וואס איז אריינגעקומען נאך די נייע קבלה בלי נדר
The Divided States Of America
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: לאזט הערן: "ווי אזוי גיבט איר מעשר?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

פרישע קוגל האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:איך האב געוועלט דעם פערטן אפציע, אבער לכבוד דעם אשכול האב איך געטוישט צו אפציע 2
און לכבוד די תגובה פון @מיט א פרישקייט האב איך מיך מקבל געווען בלי נדר צו אפשיידן א חומש,

איך האב שוין היינט געטרענספערט 191.77 צו א אנדערע אקאונט

אבער פארגעס נישט צו לאזן וויסן דעם עולם איבער די הצלחות וואס גייען אנהייבן קומען

זיכער, מיטן אייבערשטענס הילף
The Divided States Of America
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”