אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק

רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד


יארע 2020 למספרם, דער גרויסער טאג ג' אייר יומא דהילולא קדישא, פון דעם הייליגן צדיק שר הצדקות והחסדים רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר זיע"א, איז שוין ווידער דא.

יעדער איינער וויל האבן א שייכות צום צדיק, יעדער ווייסט וואס די צדיקים האבן מעיד געווען אז דער שליסל פון פרנסה ליגט ביי רבי ישעי'לע, און די גמרא (תענית ח:) זאגט דאך, אז ווען ס'איז געווען א מגיפה און עניות, האבן די חכמים געפרעגט מ'קען דאך נישט דאווענען אויף ביידע זאכן, נאר די עצה איז, מ'זאל בעטן ס'זאל זיין צו עסן, ווייל 'כי יהיב רחמנא שובעא לחיי הוא דיהיב' דער באשעפער געבט צו עסן פאר לעבעדיגע מענטשן.

שטייענדיג אין אזעלכע שווערע טעג, ווען יעדער דארף ישועות און רפואות, און בפרט זיכט מען ספעציעלע סגולות צו ניצול ווערן פון דעם שווערן אונטערגאנג, וויל זיך יעדן איינעם אנקניפן א קשר צום צדיק, אבער די וועגן קיין קערעסטיר איז פארמאכט.

איז לאמיר זיך מתבונן זיין, דער צדיק איז דאך כל ימיו געווען איין שטיק חסד, א ריכטיגער משכיל אל דל, פארשטאנען וואס יעדער איינער דארף, איינער האט געדארפט דאס גוט ווארט, און א צווייטער האט געדארפט עסן, א דריטער האט געדארפט א שטיקל ווייכע חלה, און אזוי האט דער צדיק יעדן איינעם געגעבן דאס ספיציפישע זאך וואס ער האט געדארפט.

איז יעצט שטייענדיג אין אזעלכע טעג, וואס יעדער וויל האבן א שייכות צום צדיק, יעדער וויל ממשיך זיין מיט די מעשי הצדקה והחסד וואס דער צדיק פלעגט טון בחיים חיותו, כדי צו קענען געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות.

איז דאס ריכטיגסטע צו טון דאס וואס ער פלעגט און, און געבן צו עסן פאר די וואס דארפן דאס.


ס'לאזט זיך נישט גלייבן, אבער אין די טעג, דא אין די גאלדענע אמעריקא, איז דא פולע משפחות וואס האבן נישט וואס צו ברענגען צום טיש פאר די קינדערלעך צו עסן, און די גראסערי ארדער'ס דעקן זיך נישט, דער מצב אין איום ונורא, ווען מיר זאלן ווען קענען אביסל ארויסשטעלן אין פאבליק וואס דא קומט פאר, וואלט איר דאס נישט אויסגעהאלטן פון הערן, אבער מיר גייען אוודאי נישט ארויפשפילן אין פאבליקן פריוואטע עפיזאדן, נאר דאס יא, מיר האבן דערהערט דאס ווייגעשריי פון אונזערע ברודער'ס דא אין ניו יארק, וואס פלאגן זיך יעדע וואך פון פריש, פון ווי וועלן מיר נעמען צו דעקן די גראסערי ארדער'ס.

און דער ווייגעשריי האט צו אונז דערגרייכט, דעריבער האבן מיר זיך צאמגענומען און געעפנט דעם צדקת ישעי' וואס זאל דינען אלץ דירעקטע המשכה צו זיינע מעשי הצדקה, און בעז"ה מיט די נדבות פון חשוב'ע אידן וואס ווילן האבן די זכיה צו האבן א שייכות מיט'ן צדיק, און זיך פארזיכערן ישועות ורפואות, וועלן מיר בעז"ה קענען דעקן פולע גראסערי ארדער'ס פאר אונזערע היימישע ברודער'ס.

פארגעסט נישט, דער באדארפענער, קען גאר זיין, אייער ברודער/שכן/חבר/מחותן א.ד.ג.

זייט ממשיך די מעשי הצדקה והחסד, וואס דער צדיק האט דאס געשטעלט אלץ א דירעקטע תנאי אין המשכת הישועות, זאגנ'דיג א נאכט פאר די הסתלקות, אז ווילאנג מ'וועט אנהאלטן מיט די מעשי הצדקה והחסד, וועט ער ממשיך זיין בעז"ה צו משפיע זיין ישועות נפלאות.

צום שלוס, וועל איך נאר צושרייבן, אפאר געקליבענע מעשיות וואס איז פארגעקומען יעצט בימי ניסן תש"פ, און פארציילט געווארן דורך א עדות נאמנה כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א ווי אזוי אידן האבן געהאט שטוינענדע ישועות, דורך געבן צדקה להמשכת מעשי הצדקה והחסד פון דעם צדיק וקדוש רבי ישעי'לע קערעסטירער.

אין קרית יואל וואוינט א איד, וואס איז ליידער נישט געזונט געווארן מיט דעם שרעקליכן וויירוס, און דער מצב איז געווען גאר שמאל, מ'האט שוין פון שפיטאל גערופן די ב"ב איינמעלדן אז מ'האלט רח"ל ביי די לעצטע מינוטן, און מ'זאל זיך גרייטן פארן ערגסטן.

אפאר נאנטע חברים, וואס האבן נישט געקענט משלים זיין מיטן מציאות אז זיי גייען אט אט פארלירן א נאנטער חבר, האבן זיי באשלאסן צו טוען עפעס אויסערגעווענליך פאר זיינעט וועגן.

ס'דאך באקאנט אז ביי רבי ישעי'לע האט יעדער געהאט זיין ישועה, האבן זיי זיך צוזאמען גענומען אפאר חברים, און באשלאסן צו מנדב זיין די גרויסע סומע פון 10 טויזנט דאלער, און דאס איבערגעבן לטובת נשמת רבי ישעי' ב"ר משה, צו העלפן זיינע אייניקלעך, און דערביי מתפלל געווען אז אין זכות פון דעם צדיק, זאל זייער חבר האבן א פולקאמע ישועה.

די פלא האט נישט געשפעטיגט, ווען גלייך אויפצומארגנ'ס האט זיך אלעס איבערגעדרייט ממות לחיים, פון א איד וואס מ'האלט שוין ממש ביי יציאת נשמה, איז אלעס נשתנה געווארן לטובה, און דער יונגערמאן האט זיך אנגעהויבן שפירן בעסער, און יעצט האלט ער שוין נאכדעם, ער איז שוין ב"ה ארויס פון שפיטאל.

א יונגערמאן וואס האט מיטגעהאלטן די מעשה, האט תיכף אויפגעהויבן א טלפון צו זיינ'ס א ידיד פון א פארמעגליכע משפחה וואס וואוינט אין א אנדער מדינה, און זייער ראש משפחה איז געווען אויף גאר א שווערן מצב, און ער האט אים דערציילט די אויבנדערמאנטע מעשה, צולייגנדיג אז דארט רעדט מען פון אפאר חברים וואס פלאגן זיך צו קענען דעקן דעם סומע, און דאך האבן זיי דאס געטון, איז פשוט אז דער ידיד זיינער קען זיכער אזוי נאכטון.

דער ידיד האט גלייך צוזאמען גערופן די משפחה, וואס האט מסכים געווען צו זיך אונטערנעמען 18 אלפים פאר צדקה להמשכת מעשי הצדקה והחסד לטובת נשמת הרה"ק רבי ישעי'לע זיע"א, און דער וואונדער האט זיך ביי זיי איבערגעשפילט, ווען אפאר שטעג שפעטער איז דער ראש המשפחה ארויס מכלל סכנה, און געפונט זיך שוין אין א ערהולונגס שאטפל ב"ה.

נאך איינער וואס האט געהערט די מעשה, האט זיך אונטערגענומען א ריזן סומע צו געבן צו שטיצע פאר רבי ישעי'לעס אייניקעלעך און דערמיט ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד, לזכות זיינ'ס א משפחה מיטגעליד וואס איז געלעגן על ערש דוי, און דער מצב איז געווען גאר גאר שמאל.

און ברוך ה' די ישועה איז תיכף געקומען, און דער געוועזענער חולה, איז שוין יעצט ארויס פון שפיטאל.

טייערע אידן, יעצט איז דאס געלעגנהייט, כאפט אריין היינט ביומא דהילולא קדישא, צו העלפן אייערע ארומיגע צו קענען דעקן זייערע גראסערי ארדער'ס און העלפט מיר זאלן קענען ממשיך זיין מיט די מעשי הצדקה פון אונזער זיידן דער גרויסער צדיק שר הצדקות רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר זיע"א, און פארזיכערט אייך אייער ישועה.

רופט אדער טעקסט יעצט צו 718-400-7155 אדער צו 845-203-9090

און צאלט אויס א גראסערי ארדער, וואס וועט העלפן אייער ברודער / שכן / חבר / מחותן / א.ד.ג. און פארזיכערט זיך אייער ישועה.


זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל

בילד

בילד




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
משה הירש
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:39 am

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הירש »

זייער א חשובוע און אמתדיגע מהלך צו געבען צדקה און עסען פאר נצרכים עפ"י דרכו ולעילוי נשמת פון רבי ישעיה בן רבי משה און נישט מאכען דערפון א חוכא וטלילא סתם צו געבען אכילה ושתייה במדה מרובה פאר געזונטע נישט נצרכים וואס האט ליידער די לעצטע 5/6 יאהר אריינגיברענגט א זלזול בכבודו של הצדיק

וליתר שאת גייט אריין אדער רופט אריין אייער לאקאל גראסערי , פיש, פלייש סטאר און ווארפט אריין א פאר דאללער אויפן חשבון פון אייער באקאנטער א נצרך א שכן, א גוטער חכר, א משפחה מיטגליד, א טאטע, א שווער , א ברודער , א שוואגער און מוט דום וועט איהר מקיים זיין דום מתן בסתר יכפה א"ף וואס מיר דערפון יעצט אז די חרון אף וואס עס הערשט אויף די וועלט זאל זיך אפטועהן בזכות מצות צדקה ובזכות רבי ישעיה בן רבי משה
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

ווער ס'איז נייגעריג צו הערן די סיפורים פון פארגאנגענעם מוצאי שבת, 8452861021#9#5
איינס פון די אויבן דערמאנטע האט די רבי געגעבן א נאמען אויך! ברשותו כמובן,
Chatzarforshay עט gmail.com
אוועטאר
צדקת ישעי'
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 3:38 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקת ישעי' »

טייערע אידן, מיט טרערן אין די אויגן שרייב איך די פאלגענדע ווערטער.
אויפן הייליגן זיידן רבי ישעי'לע זיע"א האט דער פאסט טרעגער פון קערעסטיר אמאל דערציילט פאר הרה"ח ר' משה יוסף גליק ז"ל, אז ער איז שוין פאסט טרעגער אפאר יאר, און ער זעהט וויפיל געלט ס'קומט אריין קיין קערעסטיר וואס ווערט געשיקט פון פולע אידן גרויסע סומע'ס אז דער צדיק זאל דאס קענען פארטיילן, אבער וואס זאל איך דיר זאגן, האט דער גוי אויסגעפירט, זאלסט וויסן, אז דער חשבון פון דאס געלט וואס גייט ארויס פון זיין שטוב איז פיל פאכיג מער פון וויפיל ס'קומט אריין.

לענינינו טייערע אידן, שטייענדיג יעצט בעצם יומא דהילולא קדישא, ווען מיר האפן צו קענען ממשיך זיין די הייליגע דרכים, און צו שטייער געבן פאר אידן צו צאלן די גראסערי ארדער'ס, ליידער צרכי עמך ישראל מרובים, מיר שטייען יעצט ביי איבער 406 נצרכים, וואס באטרעפט א קיימא לן פון ארום 600 טויזנט דאלער.
צרות עמך ישראל מרובים ליידער, וואס מ'הערט זיך צאם איז נישט צום אויסהאלטן, און מיר האפן צום באשעפער, אז מיר וועלן קענען בזכות הצדיק ובנדבת לבבם פון אחב"י צו לינדערן דאס הארצגעשריי פון די נצרכים.

דערווייל ברוך ה' האלט דאס שוין ביי 184 נדבנים, וואס האבן זיך אנגעשטרענגט צו געבן צדקה, צו קענען דעקן די הוצאות הגראסערי ארדער'ס פאר אונזערע ברודער'ס / שכנים / ידידים / א.ד.ג. אבער מיר האלטן נאך ווייט פון דעם סומע וואס מיר האפן צו פארשאפן בעצם יומא דהילולא קדישא, וואס כדי דאס צו קענען באווייזן און דעקן בעז"ה, ווענדט זיך אין נדבת לבבכם פון אייך גוטע אידן.

ניצט אויס יעצט דעם געלעגנהייט, יעדער איינער וואס האט געוואלט פארן, זאל כאטש פודה זיין א חלק פון די הוצאות וואס ער וואלט ווען געהאט, און זיך איינקויפן א זכות נצחי דורך ממשיך זיין בדרכיו הקדושים (יעדע דאלער וואס קומט אריין גייט ריין פאר די נצרכים, ווייל אונזערע הוצאות זענען געדעקט ב"ה נדבת נדבן חשוב, לזכות הצדיק הקדוש רבי ישעי' ב"ר משה זיע"א).

צו איבער געבן אייער נדבה, אדער לאזן וויסן איבער א נצרך
רופט אדער טעקסט 718-400-7155 אדער 845-203-9090
אדער קליק דא
פאר קאמענטארן אדער אנפראגעס קענט איר מיר פרעגן אין אישי אדער דא, אדער אויף דעם אימעיל אדרעס [email protected]

משה הירש האט געשריבן:וליתר שאת גייט אריין אדער רופט אריין אייער לאקאל גראסערי , פיש, פלייש סטאר און ווארפט אריין א פאר דאללער אויפן חשבון פון אייער באקאנטער א נצרך א שכן, א גוטער חכר, א משפחה מיטגליד, א טאטע, א שווער , א ברודער , א שוואגער און מוט דום וועט איהר מקיים זיין דום מתן בסתר יכפה א"ף וואס מיר דערפון יעצט אז די חרון אף וואס עס הערשט אויף די וועלט זאל זיך אפטועהן בזכות מצות צדקה ובזכות רבי ישעיה בן רבי משה

זאגטס זייער גוט, און אדרבה, זאל יעדער טון אזוי, אבער אויב ווילט איר במילא באצאלן אייער'ס א באקאנטער נצרך א שכן אדער גוטער חבר, א משפחה מיטגליד א.ד.ג. ווען איר טוט דאס דורך אונזער קאסע, וועט איר מער פארדינען, ווייל דורך דעם וואס מיר דעקן מערערע אקאונט'ס בעז"ה, באקומען מיר בעסערע פרייזן, (לדוגמא פאר 275$ קענען מיר אפווישן א חוב פון 300$ וכדו').
וזכות הרבים תלוי בכם, (נ.ב. יעדע דאלער וואס קומט אריין גייט ריין פאר די נצרכים, ווייל אונזערע הוצאות זענען געדעקט ב"ה נדבת נדבן חשוב, לזכות הצדיק הקדוש רבי ישעי' ב"ר משה זיע"א).
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

בּיטע שרײבּן װעס ס׳שטײט אינטער דעם,עדות פין גראסעריעס אז ענק געבּן טאקע געלט
אױבּ נישט איז עס קאנסידערעט א סקעם
אוועטאר
צדקת ישעי'
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 3:38 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקת ישעי' »

דער מפעל שטייט אונטער
כ"ק מרן אדמו"ר מפארשעי שליט"א
ואחיו כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואוד שליט"א
ועוד
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

איך וויל מיך שטארק באדאנקען פאר צדקת ישעי'

איינס- פארן צושטעלן די געשמאקע לאנגזאם פעלדמאן שמועס, וואס האט ארויפגעברענגט א שמייכל ביי אזוי פיל אידן, פארדעם אליין דארף מען שוין געבן.

צוויי- איך האב נישט באקומען קיין איין ראבא קאול, אשריכם!!! (א טעקסט האב איך יא באקומען, אבער בעסער ווי א קאלל).

כ׳גיי צוגעבן א עקסטערע סכום נאר פאר די שיינע וועג און רעספעקטפול וועג פון אדווערטייזן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
צדקת ישעי'
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 3:38 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקת ישעי' »

ב"ה האבן מיר א שליח מיוחד יעצט אין קערעסטיר,
טראץ די פארשפארטע גרעניצן, האט אונזער שליח זיך פארשאפט די נויטיגע פאפירן, צו קענען אריין גיין קיין קערעסטיר, און וועט בעז"ה זיין ביים ציון אין די לעצטע שעות פון טאג, צו אויסבעטן פארן גאנצן כלל ישראל ישועות און רפואות.
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

לפענ"ד איז די עצם פעולות פון העלפן אויסצאלן גראסערי'ס פאר אידן וואס קענען נישט, די גרעסטע און בעסטע קשר צום צדיק, אפילו נאך מער ווי סתם א קוויטל, אדער פארן (מיט ליידיגע הענט....)

דאס אז מען גייט אין דרכים פון צדיק, און מען טוט די פעולות וואס ער האט געטוהן בחייוו ממש אויף דעם אופן...

דאס פארשאפט גרויסע זכותים, און מיט דעם קען מען פועלן ישועות!!

ממילא, ווען איהר גיבט פאר צדקת ישעי', בעט אייך גלייך אויס וואס איהר דארפט אין זכות פון הרהצה"ק ר' ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר זי"ע

הצלחה רבה
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8595
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

שלמה מולכו האט געשריבן:איך וויל מיך שטארק באדאנקען פאר צדקת ישעי'

איינס- פארן צושטעלן די געשמאקע לאנגזאם פעלדמאן שמועס, וואס האט ארויפגעברענגט א שמייכל ביי אזוי פיל אידן, פארדעם אליין דארף מען שוין געבן.

צוויי- איך האב נישט באקומען קיין איין ראבא קאול, אשריכם!!! (א טעקסט האב איך יא באקומען, אבער בעסער ווי א קאלל).

כ׳גיי צוגעבן א עקסטערע סכום נאר פאר די שיינע וועג און רעספעקטפול וועג פון אדווערטייזן.

איך מיין אז פארן שיקן 2 מאל א טעקסט מעסעדש און 1 טאג קומט זיך בכלל נישט קיין שכח
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
צדקת ישעי'
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 3:38 pm

פעלדמאן - לאנגזאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקת ישעי' »

אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ב שולם האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:איך וויל מיך שטארק באדאנקען פאר צדקת ישעי'

איינס- פארן צושטעלן די געשמאקע לאנגזאם פעלדמאן שמועס, וואס האט ארויפגעברענגט א שמייכל ביי אזוי פיל אידן, פארדעם אליין דארף מען שוין געבן.

צוויי- איך האב נישט באקומען קיין איין ראבא קאול, אשריכם!!! (א טעקסט האב איך יא באקומען, אבער בעסער ווי א קאלל).

כ׳גיי צוגעבן א עקסטערע סכום נאר פאר די שיינע וועג און רעספעקטפול וועג פון אדווערטייזן.

איך מיין אז פארן שיקן 2 מאל א טעקסט מעסעדש און 1 טאג קומט זיך בכלל נישט קיין שכח

די שכויעך איז געוועהן פארן נישט מאכן קאלס....
די מעסעדזש האט מיך אויך געשטערט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

ב שולם האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:איך וויל מיך שטארק באדאנקען פאר צדקת ישעי'

איינס- פארן צושטעלן די געשמאקע לאנגזאם פעלדמאן שמועס, וואס האט ארויפגעברענגט א שמייכל ביי אזוי פיל אידן, פארדעם אליין דארף מען שוין געבן.

צוויי- איך האב נישט באקומען קיין איין ראבא קאול, אשריכם!!! (א טעקסט האב איך יא באקומען, אבער בעסער ווי א קאלל).

כ׳גיי צוגעבן א עקסטערע סכום נאר פאר די שיינע וועג און רעספעקטפול וועג פון אדווערטייזן.

איך מיין אז פארן שיקן 2 מאל א טעקסט מעסעדש און 1 טאג קומט זיך בכלל נישט קיין שכח

איך ווייס נישט, איך האב נאר באקומען איינס...
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

איינס נעכטן און איינס היינט...
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

שיינע אינטערוויו פון הרה"ח שמעלקא פריעדמאן
https://www.yiddish24.com/interviews/12/18045
אוועטאר
צדקת ישעי'
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 3:38 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקת ישעי' »

טייערע אידן, פון טיפן הארצן טוען מיר זיך באדאנקען פאר די איבער 375 נדבנים, וואס האבן שוין אריין גערופן און איבערגעגעבן זייער נדבה, דער זכות פון דעם צדיק זאל אייך אלע ביישטיין און זאל נשפע ווערן אויף אייך ישועות און רפואות, יעדער וואס ער דארף

אבער טייערע אידן, מיר דארפן נאך געלט, די נצרכים האלטן יעצט ביי 463 נצרכים, און מיר ווילן קענען אלעמען אפדעקן,
כאפט אריין דעם געלעגנהייט, און יעצט ביומא דהילולא זייט ממשיך די הייליגע דרכים און העלפט אונז אנגיין ווייטער אין אונזער הייליגע זיידע'ס דרכים, דורך קענען אויסצאלן גראסערי ארדער'ס פאר די וואס דארפן דאס,
צו איבער געבן אייער נדבה, אדער לאזן וויסן איבער א נצרך
רופט אדער טעקסט 718-400-7155 אדער 845-203-9090
אדער קליקט דא פאר אייער נדבה


א בילד יעצט ביים ציון אין קערעסטיר, גענומען דורך אונזער שליח מיוחד לטובת קופת 'צדקת ישעי' וואס געפונט זיך יעצט דארט.JPG
א בילד יעצט ביים ציון אין קערעסטיר, גענומען דורך אונזער שליח מיוחד לטובת קופת 'צדקת ישעי' וואס געפונט זיך יעצט דארט.JPG (248.44 KiB) געזען 16257 מאל
רוצה לדעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:02 pm
לאקאציע: וויל וויסן ווי איך בין

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוצה לדעת »

יעצט מנדב געווען אויף דעם לינק
לאמיר האפן דער צדיק וועט פאר אונז צוריק טון בסייעתא דשמיא
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

איך האב יעצט געגעבן אן איינגאבע..
לזכות..
כזאג צו צו מפרסם זיין די נס ברבים בעז"ה
Chatzarforshay עט gmail.com
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

פארשעי חסיד האט געשריבן:איך האב יעצט געגעבן אן איינגאבע..
לזכות..
כזאג צו צו מפרסם זיין די נס ברבים בעז"ה

;l;p-
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

זייער אסאך אידן זענען אליינס אריין אין גראסעריס אויסצאלן אנדערע אידן'ס ביללס
א גרויס חלק דערפון איז געווען א דיירעקטע תוצאה פון דעי עדס!!
וואס מען ווייסט, געהערט פון די אידן אליינס
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

רוצה לדעת האט געשריבן:יעצט מנדב געווען אויף דעם לינק
לאמיר האפן דער צדיק וועט פאר אונז צוריק טון בסייעתא דשמיא

זיכער! בעז"ה
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

צדקת ישעי' האט געשריבן:טייערע אידן, פון טיפן הארצן טוען מיר זיך באדאנקען פאר די איבער 375 נדבנים, וואס האבן שוין אריין גערופן און איבערגעגעבן זייער נדבה, דער זכות פון דעם צדיק זאל אייך אלע ביישטיין און זאל נשפע ווערן אויף אייך ישועות און רפואות, יעדער וואס ער דארף

אבער טייערע אידן, מיר דארפן נאך געלט, די נצרכים האלטן יעצט ביי 463 נצרכים, און מיר ווילן קענען אלעמען אפדעקן,
כאפט אריין דעם געלעגנהייט, און יעצט ביומא דהילולא זייט ממשיך די הייליגע דרכים און העלפט אונז אנגיין ווייטער אין אונזער הייליגע זיידע'ס דרכים, דורך קענען אויסצאלן גראסערי ארדער'ס פאר די וואס דארפן דאס,
צו איבער געבן אייער נדבה, אדער לאזן וויסן איבער א נצרך
רופט אדער טעקסט 718-400-7155 אדער 845-203-9090
אדער קליקט דא פאר אייער נדבה


א בילד יעצט ביים ציון אין קערעסטיר, גענומען דורך אונזער שליח מיוחד לטובת קופת 'צדקת ישעי' וואס געפונט זיך יעצט דארט.JPG

ווער וואלט געקענט גלייבן די אהל זאל אזוי אויסזעהן ג' אייר תש"פ!...
אוועטאר
צדקת ישעי'
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 3:38 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקת ישעי' »

ליידער צרכי עמך מרובים, און פולע האבן אריין גערופן מיט ביטע'ס ארויף צו גיין אויף די ליסטע

אבער ברוך ה' כלל ישראל רופט זיך אן ווארים, און פולע האבן אויך אריין גערופן מיט נדבות

פארשטייט זיך אז נאך אלץ איז די ליסטע פון מבקשים מער פון די נותנים (דערווייל), און מיר ארבעטן די טעג בעז"ה צוזאמען מיט די רבנים, די פלענער אויף ווייטער, ווי אזוי מיר זאלן בס"ד קענען געבן פאר יעדן איינעם.

מער פרטים האפן מיר צו מעלדן אין דעם נאנטן צוקנופט
מי לה' אלי
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:28 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי לה' אלי »

בפרט יעצט אין דעי טעג, איז צוגעקומען ליידער זייער אסאך נצרכים צוליב די מצב, אויף פארשידענע אופנים...
אוועטאר
צדקת ישעי'
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 3:38 pm

Re: אדווערטייזמענט: זייט אייך מקשר צום הייליגן צדיק רבי ישעי' ב"ר משה מקערעסטיר דורך ממשיך זיין די מעשי הצדקה והחסד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקת ישעי' »

רבותי זייט'ס משכיל אל דל

באצאלט גראסערי ביל'ס פאר אחב"י דא אין אמעריקא, און דערמיט זייט ממשיך די מעשי הצדקה והחסד פון דעם גרויסן צדיק רבי ישעי'לע וואס האט געגעבן עסן פאר הונגעריגע אידן


קענט איר נישט פארן צום ציון - מיר קענען זיין אייערע שלוחים ביים ציון, זייט ממשיך זיינע הייליגע דרכים, און מיר וועלן אויסבעטן פאר אייך ביים הייליגן זיידן.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”