כשר'ן פאר פסח

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

כשר'ן פאר פסח

תגובהדורך שמן זית » זונטאג אפריל 05, 2020 5:37 am

איך ווייס נישט צו ס'איז דא אזא אשכול שוין,

אבער דאס יאר מאכן אסאך אידן פסח אין שטוב די ערשטע מאל,

דאס מיינט אז זייער אסאך וואס האבן נאך ביז יעצט נישט געהאט קיין איין פסח''דיגע כלי, דארפן דאס יאר די ערשטע מאל כשר'ן די קאך און קויפן נייע כלים, וואס כידוע דארף מען כשר'ן אויף פסח יעדע נייע כלי,

יעצט, אלע כשר'ן פלעצער זענען פארמאכט דאס יאר, אין די גאנצע וועלט,

וואס דארף מען דאס יאר טוהן?

גם אני בחלומי, כ'האב נאך אין מיין לעבן קיין קאך נישט גע'כשר'ט, כ'האב עס נישט געזעהן ביי מיין טאטן ווייל ער האט אלע יארן געהאט א פסח קאך,
קען איינער דא אריין קומען מיט:

1) בעסיק הלכות פון כשר'ן און עצות וואס מ'טוט מיט די כלים
2)נעמען פון אינגעלייט וואס נעמען אהן צו כשר'ן פאר געלט אין אלע שטעט אין די וועלט
3)צעטליך פון רבנים/מורי הוראות/קהילות בנוגע כשר'ן דאס יאר וכדו'

ישר כח

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

Re: כשר'ן פאר פסח

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג אפריל 05, 2020 6:08 am

ריף אן א דיין מיט וועם די ביסט אין קאנטאקט פאר אנדערע שאלות פאר די הלכות
א דיין ווייסט פינקטליך אלע חומרות און קולות וואס מ'דארף וויסן לגבי כשר'ן
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט