ווייסע ליכט לכבוד שבת

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:10 am

כדי צו וויסן אז לייבלע גליק קא. האט צוויי סארטן לעכט, איינס פון שעוה, קאסט היפש טייער בערך 21 א באקס פון בע' 24 , דאס ניץ איך זומער מיט די עירקאנדישן , אויך האבן זיי א פראפין סארט סהייסט דאכט'ציך, נר יפה, קאסט בע' 20 א באקס פון 72 ברענט הערליך שיין דאס ניץ איך ווינטער ווען סגייט נישט קיין עירקאנדישן
'ומאתים לנוטרים את פריו'

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3776
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך ינואר 01, 2020 8:28 am

איך נוץ די 5 שעה פון שמחה קענדעלס און זייער צופרידן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:17 am

blue moon האט געשריבן:פאר די וואס ניצן לייבעלע גליק'ס בשפע, איז כדאי צו וויסן אז זיי מאכן האום דעליווערי פאר האלסעיל פרייזען. איר קענט סעיווען פיר/פינעוו טאלער אויף יעדען באקסעל. שמיר אראפ 300 טאלער, וועסט האבן די פיינע סחורה פאר א האלב יאר

#איך בין נישט זייער סעילסמאן.

ייש"כ פארן מודיע זיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:36 am

זאגט מיר איינער אז די נייע 'נר ישועות' [אזא שמן זית ליכט, אין א פארמאכטע פלעסטיק] ברענט עפעס הערליך, עס קאסט אן אפותיקי אבער ס'ז עפעס וואס איז אין בדומה לו
כ'אב עס נאכנישט פראבירט, אבער אזוי זאגט מיר איינער [גראדע א נגיד וואס ערלויבט זיך עס...]
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:52 am

מי יודע האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:פאר די וואס ניצן לייבעלע גליק'ס בשפע, איז כדאי צו וויסן אז זיי מאכן האום דעליווערי פאר האלסעיל פרייזען. איר קענט סעיווען פיר/פינעוו טאלער אויף יעדען באקסעל. שמיר אראפ 300 טאלער, וועסט האבן די פיינע סחורה פאר א האלב יאר

#איך בין נישט זייער סעילסמאן.

ייש"כ פארן מודיע זיין

אפשר קען איינער ארויפלייגן א נומער?
שכוח

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך ינואר 01, 2020 9:56 am

כ׳האב שוין געהערט פון אפאר אז זיי צינדען קעגן יעדע ווייסע לעכט א אויל. למשל אז ער צינד 10 געהעריגע לעכט צינט ער אויך 10 אויל לעכט. ווייסט איינער מקור אויף דעם? און עפעס א כלי וואס איז פראקטיש פארדעם?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:36 am

לב בשר האט געשריבן:כ׳האב שוין געהערט פון אפאר אז זיי צינדען קעגן יעדע ווייסע לעכט א אויל. למשל אז ער צינד 10 געהעריגע לעכט צינט ער אויך 10 אויל לעכט. ווייסט איינער מקור אויף דעם? און עפעס א כלי וואס איז פראקטיש פארדעם?

איך קען עטליכע אידן וואס טוען אזוי, אבער אויב דיין טאטע און שווער טוען נישט אזוי פארוואס זאלסטו עס יא טוהן? (חוץ אז דו האסט א סיבה דערצו).
מען נוצט געווענליך א גלאזערנע טעלער אין וואס מען לייגט אריין אויל, און מען לייגט אזעלכע פימזן שטיקלעך (איך ווייס נישט וויאזוי מען רופט עס פונקטליך)

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:39 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:

כ׳האב געפרעגט א מקור, אויב האט עס א שיינע מקור פארוואס זאלעך עס נישט טון?

dinrap
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:40 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:כ׳האב שוין געהערט פון אפאר אז זיי צינדען קעגן יעדע ווייסע לעכט א אויל. למשל אז ער צינד 10 געהעריגע לעכט צינט ער אויך 10 אויל לעכט. ווייסט איינער מקור אויף דעם? און עפעס א כלי וואס איז פראקטיש פארדעם?

איך קען עטליכע אידן וואס טוען אזוי, אבער אויב דיין טאטע און שווער טוען נישט אזוי פארוואס זאלסטו עס יא טוהן? (חוץ אז דו האסט א סיבה דערצו).
מען נוצט געווענליך א גלאזערנע טעלער אין וואס מען לייגט אריין אויל, און מען לייגט אזעלכע פימזן שטיקלעך (איך ווייס נישט וויאזוי מען רופט עס פונקטליך)

פקק צף

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:42 am

לב בשר האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:כ׳האב שוין געהערט פון אפאר אז זיי צינדען קעגן יעדע ווייסע לעכט א אויל. למשל אז ער צינד 10 געהעריגע לעכט צינט ער אויך 10 אויל לעכט. ווייסט איינער מקור אויף דעם? און עפעס א כלי וואס איז פראקטיש פארדעם?

איך קען עטליכע אידן וואס טוען אזוי, אבער אויב דיין טאטע און שווער טוען נישט אזוי פארוואס זאלסטו עס יא טוהן? (חוץ אז דו האסט א סיבה דערצו).
מען נוצט געווענליך א גלאזערנע טעלער אין וואס מען לייגט אריין אויל, און מען לייגט אזעלכע פימזן שטיקלעך (איך ווייס נישט וויאזוי מען רופט עס פונקטליך)

כ׳האב געפרעגט א מקור, אויב האט עס א שיינע מקור פארוואס זאלעך עס נישט טון?

איך ווייס נישט דעם מקור
אבער אויב ווילסטו טוהן יעדע זאך מיט א מקור האב איך דיר נאך אסאך זאכן צו טוהן
#ווייסע בעקיטשע אלערט

איך מיין בכלל נישט אונטערצורייסן, פשוט יעדע זאך וואס מען טוהט יא\נישט ווייל די עלטערן האבן אזוי געטוהן (פארשטייט זיך ווען עס איז אויסגעהאלטן הלכה'דיג) האט א חשיבות און געבט צו צו די ערנסטקייט פון א אידישע שטוב

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:47 am

כ׳פארשטיי דיין פונקט.
מקור האבעך נישט געמיינט דוקא וואס ס׳שטייט. כ׳האב געמיינט, למשל צו עפעס א ערליכע איד האט געהייסן טון לסגולה, וכו׳, וואס אין אזא פאל וואלטן עס מיינע עלטערן אויך געטון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22900
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:53 am

לב בשר האט געשריבן:כ׳האב שוין געהערט פון אפאר אז זיי צינדען קעגן יעדע ווייסע לעכט א אויל. למשל אז ער צינד 10 געהעריגע לעכט צינט ער אויך 10 אויל לעכט. ווייסט איינער מקור אויף דעם? און עפעס א כלי וואס איז פראקטיש פארדעם?

די מוטער זז"ג פירט זיך ווי די באבע ע"ה, האלב אויל און האלב ליכט, ד"ה ווען מ'לייגט צו לייגט מען מיט א סדר ביי די ערשטע קינד פון אויל און ביי די נעקסטע קינד א ליכט אא"וו.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10838
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 01, 2020 12:19 pm

אביונה האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז די נייע 'נר ישועות' [אזא שמן זית ליכט, אין א פארמאכטע פלעסטיק] ברענט עפעס הערליך, עס קאסט אן אפותיקי אבער ס'ז עפעס וואס איז אין בדומה לו
כ'אב עס נאכנישט פראבירט, אבער אזוי זאגט מיר איינער [גראדע א נגיד וואס ערלויבט זיך עס...]

דאס איז ענדליכס פון נר מצוה https://www.nermitzvah.com/olive-oil-ne ... -hour.html (סאונדט היבש פיין, איך וואלט עס גענוצט ווען נישט די רבי'ס און זיידעס פלעגן נוצן ליכט און נישט אויל.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » מיטוואך ינואר 01, 2020 12:58 pm

לב בשר האט געשריבן:כ׳האב שוין געהערט פון אפאר אז זיי צינדען קעגן יעדע ווייסע לעכט א אויל. למשל אז ער צינד 10 געהעריגע לעכט צינט ער אויך 10 אויל לעכט. ווייסט איינער מקור אויף דעם? און עפעס א כלי וואס איז פראקטיש פארדעם?

הרבנית מסאטמאר מרת אלטא פיגא ע"ה פלעגט האבן אויפן טיש א שיינע קריסטל שיסל פאר די אויל ליכט אין לייגן פימזן שטיקלך (איך מיין אז בערך 20 ליכט) אין דעם.
האקט

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 01, 2020 1:08 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז די נייע 'נר ישועות' [אזא שמן זית ליכט, אין א פארמאכטע פלעסטיק] ברענט עפעס הערליך, עס קאסט אן אפותיקי אבער ס'ז עפעס וואס איז אין בדומה לו
כ'אב עס נאכנישט פראבירט, אבער אזוי זאגט מיר איינער [גראדע א נגיד וואס ערלויבט זיך עס...]

דאס איז ענדליכס פון נר מצוה https://www.nermitzvah.com/olive-oil-ne ... -hour.html (סאונדט היבש פיין, איך וואלט עס גענוצט ווען נישט די רבי'ס און זיידעס פלעגן נוצן ליכט און נישט אויל.)

נע, א אנדערע זאך דאס
דאס איז פארגליווערטע אויל, די נר ישועות איז געהעריגע אויל אזוי ווי די רעדי אויל פאר חנוכה
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » מיטוואך ינואר 01, 2020 1:19 pm

קאווליר האט געשריבן:מענין לענין-די מג"א זאגט עס זאל זיין ארוכין לאנגע
מיינט ער טאקע לאפוקי די נרונים אדער ארוכין זאל "ברענען לאנג"?

באקומען אין אישי א תשובה ומשום אל תמנע טוב לייג מיר עס אהער ויישר כח
אין מג"א הל' חנוכה קוקט אויס אז די ווארט איז גרויסע ליכט ווייל דאס איז שיין. אין סי' תרע"ב. דארט שרייבט ער אז גרויסע ליכט איז א הידור

עי' בספר הליכות שבת להרב גארדאן פון סקווירא ווי ער ברענגט טאקע אזא סברא פון רבי שמואל וואזנער אז די עיקר איז די מספר שעות, און טאמער ברענט קליינע די מספר שעות ווי גרויסע איז דאס די זעלבע גיט, אבער ער פרעגט אויף דעם אז פון די מגן אברהם אין הלכות חנוכה זעט מען קלאר אנדערש, ואין לנו אחר דבריו כלום.
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך ינואר 01, 2020 1:24 pm

יא, דער מג״א איז עס מדמה צו א לולב אז הויעך איז א הידור ווייל ס׳איז שיין

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך ינואר 01, 2020 1:28 pm

dinrap האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:כ׳האב שוין געהערט פון אפאר אז זיי צינדען קעגן יעדע ווייסע לעכט א אויל. למשל אז ער צינד 10 געהעריגע לעכט צינט ער אויך 10 אויל לעכט. ווייסט איינער מקור אויף דעם? און עפעס א כלי וואס איז פראקטיש פארדעם?

איך קען עטליכע אידן וואס טוען אזוי, אבער אויב דיין טאטע און שווער טוען נישט אזוי פארוואס זאלסטו עס יא טוהן? (חוץ אז דו האסט א סיבה דערצו).
מען נוצט געווענליך א גלאזערנע טעלער אין וואס מען לייגט אריין אויל, און מען לייגט אזעלכע פימזן שטיקלעך (איך ווייס נישט וויאזוי מען רופט עס פונקטליך)

פקק צף

פתיל צף מיינסטו.
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מיטוואך ינואר 01, 2020 2:07 pm

געזען ביי איינעם וואס האט אזעלכע שמאלע הויכע גלעזלעלך (צו פלעסטיק) אין די שעיפ פון געווענליכע ווייסע ליכט, אינעווייניג איז עס אנגעפילט מיט נאפט און ברענט גאר שיין.

דאס האט לכאו' אלע מעלות, צולאזט זיך נישט, שיינע פלאם און נאך הויעך ווי געווענליכע ליכט (און די פלאם ווערט נישט נידריגער מיטן ברענען ווי ביי וואקס ווייל די קנויט בלייבט אויבן)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך ינואר 01, 2020 4:31 pm

maybeeynot האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם וועגן האלטן די לעכט אין פריזער סדא וואס זאגן אז דעס העלפט אז סזאל נישט טראפן.
יש דברים בגו ?

איך האב דאס פרובירט דעם פארגאנגענעם זומער, נאכ'ן זיך מוטשען מיטן עירקאנדישן.

איך נוץ די אייזענע האלטער'ס פאר די לעכט וואס שטעקט ארויס א נאדל אריין צו שטעקן די לעכט, און די לעכט האבן זיך צושפאלטן אריין לייגנדיג.
+ האט עס פיין געטראפט, נאך בעסער ווי די אנדערע וואכן.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך ינואר 01, 2020 4:35 pm

דרך אגב, איך נוץ נר מצוה ליכט

ווינטער האב איך קיינמאל קיין פראבלעם נישט געהאט, אבער זומער קען עס אביסל טראפן, קיינמאל איז עס אבער נישט געפערליך, געווענליך טראפט עס נאך אויפן ליכט אליינס, און נישט אויפן לייכטער/טאץ, און ווען די ליכט קומט אן אינטן צו די אראפגעטראפטע ברענט ער עס אויס, געווענליך בלייבט נישט איבער.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3952
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך ינואר 01, 2020 6:23 pm

מצב כללי האט געשריבן:איך נוץ די 5 שעה פון שמחה קענדעלס און זייער צופרידן

איך אויך, עס טראפט קיינמאל נישט און ברענט הערליך,

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

ל״ו נרות

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך ינואר 01, 2020 10:22 pm

די בני יששכר דערמאנט כמה פעמים די מנהג פון צינדען ל״ו נרות פאר שבת.
איך ווייס נישט פון קיינער וואס טוט אזוי, אפי׳ אדמורי״ם זי״ע ויבדל״ח שליט״א.
ווייסט איינער פון אידן וואס טוט אזוי אדער פון א רבי אין די לעצטע דורות טוען אזוי?

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2525
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך ינואר 01, 2020 11:12 pm

גראדע ממש יעצט געזעהן אין זילבער געשעפט א לייכטער מיט 36 ליכט, באשטעלט דורך א בנש"ק וואס מען פירט זיך ביי זיי אזוי.

ויאזוי פירט מען זיך אין מונקאטש?

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3308
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך ינואר 01, 2020 11:16 pm

SPAAS איז גאר א גוטע ליכט
בוי זיך זעלבסט

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט