אייוועלט טשעריטי קאמפיין פעידזש פאר גרינוויל געליטענע

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

מחשב האט געשריבן:טשאדעלע, מיינס בינעך מוחל... א שאד די טירחא.


זייער אינטערסאנט.. איך האב פארזעהן אזאנס. פאסט נישט פאר מיר. א פיפציגער גאר?. בישות!

באט נעווער טא לעיט. דער אייבישטער זאל דיר באגיסן מיט שפע ברכה והצלחה, בני חי׳ ומזוני רווחי געזונטערהייט עמו״ש.

תזכה למצוות.
אטעטשמענטס
20AEA9EC-29FC-497E-B00D-0A4FE3D7D947.jpeg
20AEA9EC-29FC-497E-B00D-0A4FE3D7D947.jpeg (107.78 KiB) געזען 3270 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובה דורך שמארטיקל »

אמן!
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובה דורך גיט »

דריידל האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:די גליקליכע געווינער פון די געבענטשטע קוואדער גורל איז די חשוב'ע ניק ידידנו @גיט.

שיק מיר אריין אן אדרעס ווי איך קען עס דיר מעילן

דער אייבערשטער זאל דיר באגליקן מיט אלעם גוטן


לייג אריין די קוואדער אין דיין רמבעה"נ פושקע און @גיט וועל ארויסנעמען פון זיין...

העי! דא רעדט מען פון א געבענטשטע קוואדער


ערשט יעצט באמערקט אז איך בין די גליקליכע געווינער,

די עכטע געווינער אבער ביסטו דריידל און די אנדערע אנדרייערס און מעטשערס דא ווי טשאדעלע, זיידי, ארחיקה נדד, silent, לאו-וואלטעדזש, זעקל, (איך האף איך האב קיינעם נישט אויסגעלאזט אויב יא זאל ער מיר ביטע מוחל זיין) וואס האבן געהאט א חלק און די קאמפיין, די באשעפער זאל ענק שענקן געלט געזונט כבוד נחת פון די קינדער און אלעם גוטן.

בנוגע די געווינס וועל איך זען נאך שבת ווי צו שיקן.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

lebediger berel האט געשריבן:17,328
חברה ווען מ'האט געעפנט דעם פעידזש האב איך נישט גע'חלומ'ט אין וויסטן חלום אז מ'קען דאס מאכן
א אמת'ע קידוש השם!
און מיינע חברים מיינען אז איך פארשטיי ניטאמאל צו קאמפיוטער,
ליכא נהורא אלא דנפיק מגו חשוכא!

רבי בערל נייס זשאב, איך וואלט מיך אפשר אויך געברויכט משתתף זיין, הגם איך האב געדארפט געבן אונטער עטליכע אנדערע טיעמס. וה' הטוב יכפר.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

תגובה דורך הויעך »

טשאדעלע ווען די ענדיגסט מיט די מי שברך'ס, פארגעס נישט אז אונז ווארט מיר אויף די גימטריאות.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובה דורך ggg »

נאך ווייניגער ווי 300 און סשפרייזט אריבער נאך א מיל שטיין צו 17 אלפים ! לאמיר עס מאכן אידן

https://www.charidy.com/jcvictims/YVF
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובה דורך גיט »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:


טשאדעלע טייערער,
אויב איך מעג בעטן א ברכה פאר מיין נדבה? איך ווייס נישט פארוואס האסטו מיך געסקיפט, אבער אויף א ברכה בין איך נישט מוותר

viewtopic.php?p=2055987#p2055987
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גיט האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:


טשאדעלע טייערער,
אויב איך מעג בעטן א ברכה פאר מיין נדבה? איך ווייס נישט פארוואס האסטו מיך געסקיפט, אבער אויף א ברכה בין איך נישט מוותר

viewtopic.php?p=2055987#p2055987


גא"מ
:cry:
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
programmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 11:34 am

תגובה דורך programmer »

ביידע טימס צוזאמען (אפדעיט זיך אליין יעדע 5 מינוט)
programmer האט געשריבן:בילד
זוכט איר א לעזונג? דריקט דא
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

די אונגארישע כאפן שפעט. ס׳איז אבער נעווער טא לעיט.

גראדע איז בישות אז כ׳האב פון אים פארגעסן.. זיי נדבה האב איך דאך מיטגעהאלטן לייוו...

עניוועי, תזכה למצוות ברכה והצלחה בכל ענינים, זאלסט ווערן רייך! [ס׳איז א עקסטערע זאך. מ׳קען האבן הצלחה אבער נישט זיין רייך אויך].
אטעטשמענטס
F251B626-0504-467F-96DA-79C429AD23E1.jpeg
F251B626-0504-467F-96DA-79C429AD23E1.jpeg (122.9 KiB) געזען 2512 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

גיט האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:


טשאדעלע טייערער,
אויב איך מעג בעטן א ברכה פאר מיין נדבה? איך ווייס נישט פארוואס האסטו מיך געסקיפט, אבער אויף א ברכה בין איך נישט מוותר

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7#p2055987


כ׳זעה שוין. רוב מאל אויב האב איך אויסגעלאזט איינעם [נישט קיין סאך גראדע] איז עס ווייל כ׳האב געזעהן אז אנדערע האבן זיי שוין מזכיר געווען. כ׳האב דאן נישט צוגעלייגט קאפ אז די ברכות האבן זיי איבערגעלאזט פאר מיר צו ווינטשן.

זאלסט געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטס, השפעות טובות בכל מילי דמיטיב. קיינמאל נישט ברויכן צוקומען לידי בשר ודם. פארקערט, זאלסט זיין באקאנט אלטס דער טיילער. [און פארשטייצעך.. מ׳זאל נאר ברויכן אויף גוטע פלעצער].
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

,תפלה עושה מחצה

תגובה דורך lebediger berel »

איך לאז וויסן דעם עולם אז כ'האב שוין ב"ה קראנטע הבטחות פון 2500 פון ביזנעס אסאשיעטס צו שיקן פאר די קרן יתומים
ישר כח און תזכו למצוות מיר וועלן אייך האלטן אינפארמירט אי"ה
כ'האב נישט געטראפן א אופן עס צו קענען לייגן אויפן אינטערנעט מיט א קאויד, די חברה פארשטייען נישט די זאכן, ספעציעל ווען די עכטע נאמען, נישט זייער און נישט מיין קענען זיי נישט שרייבן. צו קאמפליצירט, מעגליך די קומענדיגע דאנעישאנס וועל איך קענען.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א גוטן חנוכה מורי ורבותי.

ס׳איז איבריג מאריך צו זיין ארויסצוברענגען וואספארא געוואלדיגע זאך מיר האבן דערגרייכט מיט דעם וואס אונזער פעידזש האט אויפגעטריבן איבער זיבעצן טויזעט דאללער פאר די פערענץ פאמיליע. ס׳איז אבער א גרויסע פארגעניגן זיך איבערצוצייגן אז מ׳קופקעט ארום אויף א וועבזייטל, בנוסף צו די פאקט אז די סייט איז געווידמעט און ווערט געפירט אויף א ציכטיג אויסגעהאלטענעם אופן, באשטייט עס פון א חשובע יונגעלייט, וואס אויב קומט אינטער אזא פאל, ס׳זאל זיך קיינמאל מער מאכן, א צרה וואס באנעמט כלל ישראל.. זענען זיי דא לאו דוקא פאר זייער אייגענע אינטערעסן.

די קרעדיט קומט אויסשליסליך פאר די חשובע באניצער, ובראשם די הנהלה. און אין דעם געלעגענהייט וויל איך זיך טאקע באדאנקען פאר די געוואלדיגע סערוויס וואס יעדער עקסטער, לפי ערכו, שטעלט צו. ס׳איז א מורא׳דיגע זאך צו זעהן אז ביי א נאציאנאלער אידישע קאמפיין זאל ״אידישע וועלט פארומס״, וועלכע באשטייט פון אנאנימום דאונערס, האבן אזויפיל משתתפים.

אני הקטן האב זיך אינטערגענומען צו שטורעמען דעם קאמפיין דא, הגם כ׳האב זעלבס נישט געחלומט ווי ווייט עס גייט אנקומען. פארברענגט אשיינע פאר שעה דערויף דורכאויס די 3 טעג, ס׳האט מיר ממש אוועקגענומען דעם קאפ פון די ארבעט. עס האט זיך אבער געלוינט.

כ׳האף כ׳האב יעדן עקסטער באדאנקט, איך האב עכט פראבירט. געבענטש זענט איר אלע סייווי, דער באשעפער האט אנגענומען יעדן פרוטה. דער עולם דא גייט רייך ווערן אין די מאסן.. כ׳בין ערענסט באזארגט פאר די צוקומפט פונעם גמליאל קאמפיין.

א באזונדערע יישר כח פאר אלע געטרייע עסקנים לדבר מצוה וועלכע האבן צוגעלייגט א פלייצע, ובראשם ׳הויעך׳ ׳דריידל׳ ׳כאפצעם׳ בוידעם׳ ׳עכט היימיש׳ וכו׳ וכו׳.. אפגערעדט פון אונזערע נגידים בעם, הרב ׳ארחיקה נדד׳ און הרב ׳סיילענט׳.. וועלכע האבן מיט זייערע מעטשינג אינטערנעמונגען ממש ארויפגעצווינגען די נאמבערס און אזוי מחייב געווען אנדערע זיך אנצושליסן.

און אוואדי פאר אונזערע אלעם באליבטן זיידי בערעלע זז״ג, בערעלע, וועלכע האט אויפגעברענגט דעם עצם געדאנק פון שאפן א באזונדערע פעידש פאר אייוועלט. אפגעלייגט באבי׳ס נאכאמאל און אפילו פארקיקט אויף שלום בית דורכאויס די 3 טאג (נישט גוט אריינצוגיין אין פרטים), אלטס נאר מקדש שם שמים צו זיין. זיך אינטערגענומען א מעטשינג פאנד, וואס וועט שטארק מעגליך אריבערפירן אונזער ס״ה צו העכער 20 אלפים! דער זכות איז אומשאצבאר (נישט די מוסדות).

כ׳וועל ענדיגן מיט א ברכת כל הנערים. יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו. דער בוכ״ע זאל שוין נעמען די טרערן, אונזערע געבעטן דערהערן, און טוהן באשערן, אלעס וואס מיר באגערן, ווערן מילאנערן, שמחות זאלן זיך מערן, און שוין דערקלערן, אז ער טוט זיך אומקערן, ס׳זאל מקיום ווערן, דער התרוממות קרן, ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים בבג״צ בב״א.

א לעכטיגן חנוכה און א פרייליכן תמיד
וע"ז באעה"ח הק׳ טשאדל הלוי בן זלפה, ממשפחת באדעלע
אייוועלט ניו יארק דאט קאם.
רשעות קאלטע סעלצער
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

תגובה דורך יישר כח »

אמן
והמברך מתברך בכפלים
ובפרט גדול המעשה יותר מן העושה
הק' יישר כח
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

וואו טשאדי שכח,
פאר אלע וואס זענען באזארגט, שלום בית איז צוריק לייק נעווער בעפאר!
3000 אין הבטחות פאר קרן יתומים שוין גאראנטירט!
מ'וועט עס אבער נישט קענען זען אין די טשארטס כמבואר
קען זיין כ'וועל באלד מסיים זיין מיט א מגילה כמו טשאדי, דערווייל קען איך שרייבן גא"מ (ג'ם א'ני מ'צטרף) לכל הנ"ל
זיידי און באבי בערעלע......
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובה דורך בענקעל »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טשאדל הלוי בן זלפה
איך וועל דיך בל"נ אינזין האבן.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

א גרויסן שכח פון טיפען הארצן פאר אלע משתתפים ובראשם טשאדעלע בן בלהה והרב בערעלע. מנשים באוהל תבורך, דארף מען אויך באדאנקן באבי פאר לאזן די זיידע זיך אזוי אוועקגעבן פארן קאמפיין.
ווי איך האב שוין געשריבן איז די קאמפיין געווען קרוב ללבבי. איך קען נישט קיינע פון די באטראפענע פערזענטליך אבער עפעס שייכות האב איך מיט די משפחות ארום און ארום און מיט די ישוב בכלליות.

די קאמפיין האט ב"ה אויפגעטריבן מער ווי עקספעקטעט. איך וויל אבער בעטן די חברים דא אז מ'זאל נישט אביוזן די געדאנק און נישט מאכן קיין קאמפיינס נאר פאר אזוינע צוועקן ווי מ'זעהט אן אויסטערלישע ווארעמקייט ביים עולם. קיינער וויל נישט אהערקומען און זיך אנשטויסן און צענדליגע קאמפיינס, גענוג וואס מ'האט דאס אין שול.

די אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות פון העלפן אנדערע זאל מען נישט וויסן וואס דאס מיינט צו זיין אנגעוויזן אויף צדקה און יעדער זאל קענען לעבן במנוחה ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ועליה לא ישלם שום קרבנות
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

תגובה דורך הויעך »

אמן ואמן פאר אלע ווארימע ברכות
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

דריידל האט געשריבן:א גרויסן שכח פון טיפען הארצן פאר אלע משתתפים ובראשם טשאדעלע בן בלהה והרב בערעלע. מנשים באוהל תבורך, דארף מען אויך באדאנקן באבי פאר לאזן די זיידע זיך אזוי אוועקגעבן פארן קאמפיין.
ווי איך האב שוין געשריבן איז די קאמפיין געווען קרוב ללבבי. איך קען נישט קיינע פון די באטראפענע פערזענטליך אבער עפעס שייכות האב איך מיט די משפחות ארום און ארום און מיט די ישוב בכלליות.

די קאמפיין האט ב"ה אויפגעטריבן מער ווי עקספעקטעט. איך וויל אבער בעטן די חברים דא אז מ'זאל נישט אביוזן די געדאנק און נישט מאכן קיין קאמפיינס נאר פאר אזוינע צוועקן ווי מ'זעהט אן אויסטערלישע ווארעמקייט ביים עולם. קיינער וויל נישט אהערקומען און זיך אנשטויסן און צענדליגע קאמפיינס, גענוג וואס מ'האט דאס אין שול.

די אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות פון העלפן אנדערע זאל מען נישט וויסן וואס דאס מיינט צו זיין אנגעוויזן אויף צדקה און יעדער זאל קענען לעבן במנוחה ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ועליה לא ישלם שום קרבנות

גא"מ
איך האף אז די קומענדיגע צענטראלע נייעס וואס וועט אזוי אויפשאקלען וועט זיין ביאת משיח צדקינו, און צו דעם דארף מען נישט קיין קאמפיין
אז מ'לעבט דערלעבט מען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

טענקס טשאדי מיט זיידי.

ווי אויך פארשטייט זיך די מעטשערס ארחיקה מיט סיילענט, ווי אויך די אנדערע מעטשערס.

איך מיין אז יעדער דא גלייבט זיידי אויפן ווארט, און ער ברויך גארנישט פראוון.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

תגובה דורך אחת ואחת »

lebediger berel האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:א גרויסן שכח פון טיפען הארצן פאר אלע משתתפים ובראשם טשאדעלע בן בלהה והרב בערעלע. מנשים באוהל תבורך, דארף מען אויך באדאנקן באבי פאר לאזן די זיידע זיך אזוי אוועקגעבן פארן קאמפיין.
ווי איך האב שוין געשריבן איז די קאמפיין געווען קרוב ללבבי. איך קען נישט קיינע פון די באטראפענע פערזענטליך אבער עפעס שייכות האב איך מיט די משפחות ארום און ארום און מיט די ישוב בכלליות.

די קאמפיין האט ב"ה אויפגעטריבן מער ווי עקספעקטעט. איך וויל אבער בעטן די חברים דא אז מ'זאל נישט אביוזן די געדאנק און נישט מאכן קיין קאמפיינס נאר פאר אזוינע צוועקן ווי מ'זעהט אן אויסטערלישע ווארעמקייט ביים עולם. קיינער וויל נישט אהערקומען און זיך אנשטויסן און צענדליגע קאמפיינס, גענוג וואס מ'האט דאס אין שול.

די אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות פון העלפן אנדערע זאל מען נישט וויסן וואס דאס מיינט צו זיין אנגעוויזן אויף צדקה און יעדער זאל קענען לעבן במנוחה ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ועליה לא ישלם שום קרבנות

גא"מ
איך האף אז די קומענדיגע צענטראלע נייעס וואס וועט אזוי אויפשאקלען וועט זיין ביאת משיח צדקינו, און צו דעם דארף מען נישט קיין קאמפיין


מען ברויך שוין איינמאל א קאמפיין...


צו תשובה ותיקון המעשים
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
בסוכות תשבו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm

תגובה דורך בסוכות תשבו »

רבותי די קאמפיין גייט וויטער אן
https://www.charidy.com/jerseycity
אטעטשמענטס
Jersey City.jpg
Jersey City.jpg (161.53 KiB) געזען 1191 מאל
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובה דורך עכט היימיש »

בסוכות תשבו האט געשריבן:רבותי די קאמפיין גייט וויטער אן
https://www.charidy.com/jerseycity

עס איז א גענצליך נייע קאמפיין, נישט פאר משפחת פערענץ, נאר פאר די נייע בנין וואס גרינוויל קהילה וויל פארענדיגן.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
פארשפארט

צוריק צו “צדקה וחסד”