בלאט 4 פון 37

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 10:34 am
דורך א גולם
זייער הנאה פון די געדאנק, זאל טאקע ארויס קומען/אויפטיען וואס עס דארף !!

דערווייל האט מען נאר געמאכט פין די שלעכטע זייט וואס קימט ארויס אז סלוינט נישט,
מזאל אויך מאכן פון די גוטע זייט ווי סלוינט יא צו גיין שפארזאם

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 11:00 am
דורך דניאל אויערבאך
א גולם האט געשריבן:זייער הנאה פון די געדאנק, זאל טאקע ארויס קומען/אויפטיען וואס עס דארף !!

דערווייל האט מען נאר געמאכט פין די שלעכטע זייט וואס קימט ארויס אז סלוינט נישט,
מזאל אויך מאכן פון די גוטע זייט ווי סלוינט יא צו גיין שפארזאם

וז"פ וחילופיהן בגולם!! ודו"ק

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 11:01 am
דורך אלט מאנרא
די דיזיינער האט געשריבן:אז איינער האט איידיעס/געדאנקען קען מען עס שרייבען דא און מיר וועלן עס טרייען צו נעמען צום נעקסט לעוועל

קודם ישר כח אויף אלעם, יעדער וואס האט נאר סיי וואספארא חילק אינעם קאמפיין, דאס צו טוישן טוט א געוואלדיגע זאך
יעדע מאל וואס מען קימט צו דיר נאר געלט פאר א באקאנטער וואס מאכט חתנה און א זאל מער ווי ער קען זיך ערלויבן, און מאנרא למשל איז עס פאראדייס, און ווילמסברוג ויואל משה אדער אימפעריל, זאג אים שיינערהייט ווען ער וועט ווערן א נארמאלער מענטש וועל איך אים העלפן...
מען קען מאכן פון דעם עד'ס א טיי אווענט צעטל וואס ליגט אויף דעם א אינוואטעשן פון א וואך ארום און די חתנה איז און א טייערע זאל און מען שרייט ראטעוועט, אדער א
מענטשן זענען נישט נארמאל נישט קיין פראבלעם אבער זאלן דיר אנדערע העלפן
מען לייגט זיך אן אויף משפחה חבירים און דער צייט וואס עס איז דא ליידער געניג וואס האבן נישט גארנישט

כה לחי! נאך איידיעס

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:13 pm
דורך היימישער הייקער
אן המשך צו דעם קען זיין א סעריע פון 'וויפיל איז עס טאקע ווערט?' 'דארפסט עס נאך אלץ?' ארויסברענגענדיג וואס עס לאזט זיך אויס מיט די טייערע מתנות. דאס אינוואלד לייוו שאטס, וואס נעמט אסאך מער צייט, אבער איך מיין עס איז ווערט. דאס איז דאך דיין ליין נאך אלעם...


1) א פיקטשער פון א דייניג רום סעט אין א פיצעלע צימער מיט די טיש אין די קארנער אין פיר פון די בענקלעך אויף דעם, מיט א ווייסע טישטיך נאר אויף די חלק טיש וואס שטעקט זיך נאך ארויס...

2) א פיקטשער ווי א טאטע מיט א חתן בחור קענען זיך נישט באכלעפטשען אריין צו שלעפן א גרויס שטיקעל פורניטשער דורך די טיר אראפ די סטעפס...

3) א פיקטשער פון א ליידיגע לעדל פון א דרעסער ווי עס איז אמאל געווען די דזשולערי, פאר די גויטע האט עס געלקח'ט. (ווייסעך נאכנישט ווי אזוי דאס גוט ארויסצוברענגן אויף א פיקטשער.)

4) א פיקטשער ווי א יונגערמאן שלעפט זיין קוריא צו א פאבליק סטארידזש און צאלט די הויזן.

5) א פיקטשער ווי אן ארמאר ליגט אין א גאראדזש\בעיסמענט און מען האלט אין דעם טולס. (איך קען דיר ציווייזן אזא הויז...)

6) א פיקטשער פון א טעגליכע בלעטל מיט קלעסיפיידס וואס פארקויפן פארניטשער 'קוים גענוצט, גאר בילוגע פרייז...', און 'סייז 15 העמדער, ברענד ניו, נאך אין די בעג, פאר די בעסטע פרייז'

7) א פיקטשער פון א פענסי בעקיטשע, נאך דעם וואס אידישקייט האט זיך שוין פארשפרייט, און די קנעפלעך האלט ביים ווערן א מיסיל... (מען קען אויסלאזן די קאפ אויף דעם פיקטשער, אויב קיינער איז זיך נישט מנדב, די עיקר איז דאך די בויך)

8) א פיקטשער פון א פענסי טלית בייטעל וואס ליגט ציקנייטשט אין די זייט, און נעבן דעם אזא לעדערנע סוטקעיס סטייל טלית זעקל מיט די טלית ותפילין דערין.



דערוילעם קען ארויסהעלפן, אויסקלארן, פארבעסערן, צולייגן

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:16 pm
דורך הויעך
וויאזוי קען מען ארויסברענגן אויף א בילד אז מנוצט נאר די רעגן שטריימעל און די געהעריגע 8 אלפים'דיגע שטריימעל ליגט אוועקגעלייגט פון נאך שבע ברכות עד כי יבוא שילה?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:20 pm
דורך היימישער הייקער
שטויב אויף די שטריימעל באקס.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 12:21 pm
דורך אור
ווער געמאכט די אלע עדס?
איינער אדער אפאר גרעפיקערס?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 1:11 pm
דורך געשמאקער
הויעך האט געשריבן:גרופ נאמבער 4

https://chat.whatsapp.com/EZQJOcMs5C9IJUF5PGVyWz

שוין אויך פיל, איז שוין דא נאך א גרופ?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 1:39 pm
דורך הויעך
געשמאקער האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:גרופ נאמבער 4

https://chat.whatsapp.com/EZQJOcMs5C9IJUF5PGVyWz

שוין אויך פיל, איז שוין דא נאך א גרופ?

גראפ #1
https://chat.whatsapp.com/Hrgjlttbk9w0K8dOuf7iJY
גראפ #2
https://chat.whatsapp.com/J8Jh5hrm2CE9cCrjR7Aabw
גראפ #3
https://chat.whatsapp.com/GfEwtNPte3k2XXNDcis5QL
גראפ #4
https://chat.whatsapp.com/EZQJOcMs5C9IJUF5PGVyWz
גראפ #5
https://chat.whatsapp.com/GtxwMl3SD365ifMEVVv6NB
טעלערגראם
https://t.me/simchasonyourbudget

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 1:45 pm
דורך הויעך
Screenshot_20191205-135006_Gallery.jpg
Screenshot_20191205-135006_Gallery.jpg (675.55 KiB) געזען 1576 מאל

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:06 pm
דורך הויעך
IMG-20191205-WA0092.jpg
IMG-20191205-WA0092.jpg (122.39 KiB) געזען 1514 מאל

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:07 pm
דורך איינס
קיפ אן גאינג

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:16 pm
דורך הויעך
22920ca1e16f4fc8876de3c2758b0bba.jpg
22920ca1e16f4fc8876de3c2758b0bba.jpg (59.13 KiB) געזען 1488 מאל
8c1afc118b804a609a18d7c38b9ab573.jpg
8c1afc118b804a609a18d7c38b9ab573.jpg (75.38 KiB) געזען 1488 מאל

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:17 pm
דורך הויעך
c736f42075c745178639b62a16478861.jpg
c736f42075c745178639b62a16478861.jpg (62.8 KiB) געזען 1484 מאל

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:18 pm
דורך הויעך
c32946895cd147e580fab68ca6d3b592.jpg
c32946895cd147e580fab68ca6d3b592.jpg (52.12 KiB) געזען 1478 מאל
bfebae1188634da0b42761732799cc14.jpg
bfebae1188634da0b42761732799cc14.jpg (55.95 KiB) געזען 1478 מאל

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:27 pm
דורך היימישער הייקער
ייש"כ פאר די אפדעיטס.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:35 pm
דורך סארקאזי
Wow דברים כדרבונות

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:40 pm
דורך moishy56
אויב איך וועל ארויסדריקען דעהר attachments, וועט עס נישט זיין אזוי קלאר.

קען איינער לייגען 20 - 30 קנאקעדיגע עדס אין ''High Resolution'' אויף גוגעל דרייוו / דראפבאקס?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:48 pm
דורך הצלחה וברכה
@הויעך, דו קומסט אריין גאר שטארק און צום פינטל! פליז גיי אן! כה לחי!!!!!!!!!!!!!!!!!

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 2:56 pm
דורך היימישער הייקער
moishy56 האט געשריבן:אויב איך וועל ארויסדריקען דעהר attachments, וועט עס נישט זיין אזוי קלאר.

קען איינער לייגען 20 - 30 קנאקעדיגע עדס אין ''High Resolution'' אויף גוגעל דרייוו / דראפבאקס?


איך קען דיר עס 'עמבעדן' אז מען זאל עס קענען זעהן דא היי רעז, עס נעמט אבער צייט, די סחורה דארף זיין ווערט...

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 3:34 pm
דורך איינס
EXIT NOW.jpg
EXIT NOW.jpg (374.75 KiB) געזען 1232 מאל

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 3:35 pm
דורך איינס
איך שפענד נאר וויפל איך קען!
???
פון נאכלויפן אנדערע בין איך מיד,
איך נוץ מיין כח היחיד!

ווער קען אריינפילן א גראם?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 3:35 pm
דורך lebediger berel
מיר איז די מערסטע געפאלן די בעט געשפאלטן אין האלב, עס איז זיס געשמאק, עס גייט אריין אין קאפ און נישט צו ווילד, גענוג ערנסט אבער נישט בלוטיג, דזשאסט מיי טעיסט.
קיפ איט אפ יוסי
איין זאך האסטו פארגעסן: שרייבסט אויף אייועלט? שרייב וועגן שפארן חתונה אויסגאבן.
שכח

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 3:38 pm
דורך איינס
ווער סהאט נאך א איידיע פון גיין קעגן די שטראם מיטן כח היחיד קען אהער ברענגען
(אויב וועל איך האבן צייט וועל איך מאכן עפעס פון דעם)

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:03 pm
דורך בשבילי נברא
Wow!
די ווערטער פון די status message איז געוואלדיג!
איך ווייס נישט פון וועמען דאס איז, אבער ער זאגט זייער שטארק.

די מערסטע האט מיך געכאפט (און איך מיין ס'וואלט אויך די מערסטע געכאפט א ברייטע ספעקטרום פונעם ציבור, אויב ס'וואלט געווארן פארשפרייט) די נקודה ווי נישט נארמאל ס'איז אז יעדע איינציגסטער איד דארף דורכאויס זיינע מיטעלע יארן פארשאפן א דריטל מיליאן דאלאר, by hook and by crook, טויט אדער רויט, און קיינער קען זיך דערפון נישט ארויסדרייען.

און דאס איז אלעס חוץ פון א מענטשנ'ס געווענליכע הוצאות פון א משפחה מיט קינדער, רענט\מארטגעדזש, שכר לימוד, עסן, קליידונג, וכו'. וואס איז אליינס די והותר פאר רוב מענטשן מאחב"י.