יוסי גאלדבערגער גראפיסט "כח היחיד" קאמפיין קעגן טייערע חתונות

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 11:29 am

אקעי מיר איינגעפאלן בעסער

Shtrimel.jpg
Shtrimel.jpg (464.59 KiB) געזעהן 1215 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 11:31 am

איינס האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:איך שפענד נאר וויפל איך קען!
???
פון נאכלויפן אנדערע בין איך מיד,
איך נוץ מיין כח היחיד!

ווער קען אריינפילן א גראם?

נאר וויפיל ס'איז דא בעין
בין איך קהל'ס נאר, דען?
אויב נישט יעצט דאן ווען?

יישר כח

ספענד נאר וויפוהל די קענסט!
דיין אייגענע באדשעט דארף מאכן סענס!
אפילו די האסט א קרוב א רייכן
לויף עהם נישט נאך, די קענסט עהם נישט דערגרייכן.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 11:34 am

kosher phone האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:איך שפענד נאר וויפל איך קען!
???
פון נאכלויפן אנדערע בין איך מיד,
איך נוץ מיין כח היחיד!

ווער קען אריינפילן א גראם?

נאר וויפיל ס'איז דא בעין
בין איך קהל'ס נאר, דען?
אויב נישט יעצט דאן ווען?

יישר כח

ספענד נאר וויפוהל די קענסט!
דיין אייגענע באדשעט דארף מאכן סענס!
אפילו די האסט א קרוב א רייכן
לויף עהם נישט נאך, די קענסט עהם נישט דערגרייכן.


איך האב יא געוואלט בלייבן מיטן סטעיטמענט

איך שפענד נאר וויפל איך קען!
???
פון נאכלויפן אנדערע בין איך מיד,
איך נוץ מיין כח היחיד!

עני וועי איינער האט שוין אריינגעפילט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 11:55 am

איינס האט געשריבן:אקעי מיר איינגעפאלן בעסער

Shtrimel.jpg


WOW
דו ביזט שנעל...! אויסער די קריעטיוועטי. ביזט גוט!

התבונני
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 12:25 pm

שפע רב האט געשריבן:דו כאפסט נישט די ליצנות פון וויאזוי א שטריימעל וואס איז א חאניואקישע חסידי'שע מלבוש, איז געווארן א מלביש ווי נשים, פון אויסזעהן שיין..

מען דארף דאך כהיום שוין מאכן אפוינטמענטס ביים שייטל מאכער יעדן חודש צו סעטן די שטריימעל...
א נייע חודש'ליכע עקספענס...

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 12:35 pm

איינס האט געשריבן:
לא יעשה כן.jpg

גראדע נישט אזוי גוט.. ווייל פון דא (יא, פון לבן) איז די מקור פארוואס א אינגערער האט נישט חתונה פאר די עלטערער...

אור
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 12:48 pm

דער עוילם איז געהעריג אויף
צוגעלייגטע
photo_2019-12-06_12-20-35.jpg
photo_2019-12-06_12-20-35.jpg (76.99 KiB) געזעהן 983 מאל

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:17 pm

עס איז געוואלדיג! עס האט פיינעלי צוגערירט צום פינטעל. חתונה תקנות איז נישט די ישועה!!
כח היחיד איז! קןק נישט אויף יענעם, טוה וואס ד האסט צו טון, און זיי פראוד אז די ספענדסט נאר וויפעל די קענסט! און שטאלציר מיט דעם אז די לויפסט נישט נאך איינגעפירטע שגיונות ווי א קינד.
קודאס! דאס איז עס. אויף דעם האט מען געווארט!
צעקה בקול דממה דקה

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:26 pm

לדעתי וואלט מען געדארפט מאכן ווינט און איינפירן אז שנה ראשונה אינגעלייט גייען נישט מיט קיין שטריימל. מאנכע פירן זיך אזוי לגבי רבינו תם תפילין, ווי אויך גייען זייער אסאך שנה ראשונה אינגעלייט נישט מיט א קיטל..

ווער עס שעמט זיך צו גיין מיט א הוט קען גיין מיט א שטריימיקל.

אויף די חתונה און שבעת ימי המשתה קען מען העכסטענס דינגען א שטריימל פאר $29 א וואך

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:27 pm

שרייזשע האט געשריבן:עס איז געוואלדיג! עס האט פיינעלי צוגערירט צום פינטעל. חתונה תקנות איז נישט די ישועה!!
כח היחיד איז! קןק נישט אויף יענעם, טוה וואס ד האסט צו טון, און זיי פראוד אז די ספענדסט נאר וויפעל די קענסט! און שטאלציר מיט דעם אז די לויפסט נישט נאך איינגעפירטע שגיונות ווי א קינד.
קודאס! דאס איז עס. אויף דעם האט מען געווארט!

דאס איז עקזעגטלי וואס אליעזר 'קרויס שרייעט שוין יארן

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:29 pm

שרייזשע האט געשריבן:עס איז געוואלדיג! עס האט פיינעלי צוגערירט צום פינטעל. חתונה תקנות איז נישט די ישועה!!
כח היחיד איז! קןק נישט אויף יענעם, טוה וואס ד האסט צו טון, און זיי פראוד אז די ספענדסט נאר וויפעל די קענסט! און שטאלציר מיט דעם אז די לויפסט נישט נאך איינגעפירטע שגיונות ווי א קינד.
קודאס! דאס איז עס. אויף דעם האט מען געווארט!


טענק יו פאר די קאמפלעמענט

איך וויל נישט יוסי גאלדבערעגער זאל קומען מיט טענות צו מיר אז משרייט איהם נאך "איינס"
די 3 לעצטע צעטליך מיט די גראמען האב איז נישט פון יוסי גאלדבערגער
לעצט פאראכטן דורך איינס אום פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:29 pm

בר דעת האט געשריבן:לדעתי וואלט מען געדארפט מאכן ווינט און איינפירן אז שנה ראשונה אינגעלייט גייען נישט מיט קיין שטריימל. מאנכע פירן זיך אזוי לגבי רבינו תם תפילין, ווי אויך גייען זייער אסאך שנה ראשונה אינגעלייט נישט מיט א קיטל..

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 94#p910394

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:40 pm

וויאזוי גייט ווערן תכלית למעשה
וויאזוי גייען מענשטן ברעכען די מויער פון פיער פרעשור און בושה??

וואס איז דער פראקטישע מהלך אויפן חלק המעשה?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 1:46 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:וויאזוי גייט ווערן תכלית למעשה
וויאזוי גייען מענשטן ברעכען די מויער פון פיער פרעשור און בושה??

וואס איז דער פראקטישע מהלך אויפן חלק המעשה?

די מויער פון פעיר פרעשער און בושה קענען "מענטשען" נישט ברעכן, נאר א יעדער "מענטש" קען עס ברעכן פאר זיך... דאס איז דאך די געדאנק פון כח היחיד. די מעגסט ווארט נישט אויפן עולם! טוה וואס "דו" האסט צו טהון.
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 6:58 pm

שרייזשע האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וויאזוי גייט ווערן תכלית למעשה
וויאזוי גייען מענשטן ברעכען די מויער פון פיער פרעשור און בושה??

וואס איז דער פראקטישע מהלך אויפן חלק המעשה?

די מויער פון פעיר פרעשער און בושה קענען "מענטשען" נישט ברעכן, נאר א יעדער "מענטש" קען עס ברעכן פאר זיך... דאס איז דאך די געדאנק פון כח היחיד. די מעגסט ווארט נישט אויפן עולם! טוה וואס "דו" האסט צו טהון.

;l;p-
סוף מעשה במחשבה תחילה.

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 7:02 pm

איך האלט אז די בעסטע וועג צו צוהאקו די שטריימל רויבעריי איז אז די אמעריקאנע חסידים זאלן פשוט אנהייבן גיין מיט ספאדיקס.

עס איז א הייליגע חסידישע שבת'דיגע מלבוש, און די פרייזן לויפן אונטער 1000 דאלער. נישטא קיין רעגן ספאדיקס וכו'
די ערשטע רבי עס איינצופירן האט מיך פאר א חסיד/מעמבער

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 7:08 pm

אדער אנשאט מען זאל טשעפנען א חסידישע מלבוש ווי שטריימל,

זאל מען פלעין טוען ווי סאטמאר טוט מיט כתר מלכות שטריימלעך, א חתן קויפט איין שטריימל פאר 1400.
עס ארבעט א מחיה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 7:29 pm

IMG-20191207-WA0013.jpg
IMG-20191207-WA0013.jpg (211.96 KiB) געזעהן 594 מאל
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 8:09 pm

IMG-20191207-WA0015.jpg
IMG-20191207-WA0015.jpg (248.57 KiB) געזעהן 508 מאל
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 8:16 pm

אייזן שטארק, אויסנאם טעלענט, ליצנות געמישט מיט הסברה און הומאר , קיעפ און גאואינג

איך האב געטראכט פון נאך א איידיע

א בילד פון א מחוטענעסטע קלייד אנגעשפריצט מיט בלוט
און די מעסיטש זאל זיין בערך אזוי, 100 שעה( מאן'ס ארבעט אדער גיין נאך געלט )ארבעט כדי ווייל איין פרענד זאל זאגן ''wow''??? !!!


נאך אפשר א אנדערע איידיע, עטליכע בילדער צענעס פון ארבעטער,
א סופר איינגעבויגן מיט די טינט( זייגער 9:30 באנאכט )/א אינגערמאן און א קאר סערוויס נאכט שעהן /א אינגערמאן פארשוויצט אין א וועירהויז /א באס דרייווער 6:00 פארטאגס /א מלמד לערנט פרייוועט מיט א זייגער 9:00 באנאכט / 6:00 אזייגער צופריבאס פיל מיט אינגעלייט,און נאך
איז נארמאל אז די אינגעלייט זאלן ווערן פארחובט כדי צו קויפן איבעריגע לוקסוס
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 8:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 8:26 pm

די קאמפעין האט זיך אנגהויבען פאריגע וואך זינטאג, נאך די עפענג פונם נייעם חתונה זאל *כרם מנחם* אין בארא פארק, וואס איז ב"ה די שענסטע און ביליגסטע זאל פאר 5 טויזענט א זייט,

און נאך די מעסיוו לחיים מיטן רבי'ן און וועד תקנות ד'קהלתינו, און נאך גרעסערע קהלות ביים חתונה מאלל אינטער העסקן ר' יואל עפשטיין, ווי מען האט פראקלעמירט די *ביליגע נייע פעקעזש*, און די רבי געבעטן זאל זיין נאך ביליגער, ווי ר' יואל האט שוין סוף וואך עדווערטייזט די רבי'ןס פארלאנג,

*10 טויזענט א סמארט פעקעזש, און 7500 א נאך ביליגער פעקעזש,*

האבן זיך צוזאם גענומען אסאך חברה, אויף גרופ'ס, אריינגעמישט שרייבער'ס, גרעפיקערס, און נאך דיפרענט אנערקענטע מענטשען, וואס האבן געזען מען קען אנקומען,

און האבן אפגעמאכט, *אינז טוען וואס אינז ווילן, אינז זען מיר קליג און לאכן פון די וועלט און טוען וואס סאיז רייט, און גייען גיין מיט אלעם די ביליגסטע שייך,*

*מיר זענען נישט משוגע צו כאפן הארץ אטאק'ס וועגן געפעלן פאר יענעם, אדער ווייל סאיז די סטענדערט,*

ממיילא יעדע מאל מען שיקט אזא עד, איז ראטזאם ווי מען שטעלן זיך צי צו די גרופ, און לייגן אויף סטאטוס, אדער שיקן ארים ביי משפחה, חברים, וועט עס זענען א גרעסערע כח, און אויפטוהן שטערקער, און איר וועט האבן זכות אין העלפן די רבים, און אייך אליין העלפן,

ווי האט יואלי עפשטיין געזאגט א גיט (ליידער ביטער)ווארט,

די סיבה וואס האט אים געשטיפט אפצוקויפן די חתונה מאל און אנהייבן די ביליגע פעקעזש, ווייל ער האט געזען אז סהאלט שוין ביי דעם אז

זיידע'ס ליידער קומען שוין נאך געלט פאר זייערע קינדער, ביידע זיידע'ס פון ביידע זייטן, פון מענטשען וואס הייסן בכלל נישט ארעם.

*לאמיר יעדער ווייזן אינזער כח, ובשם השם נעשה ונצליח, אין מיט דעם וואס יעדער יחיד וועט צו העלפן וועד די גזירה זיכער בטל ווערן, און מען בעזרת השם צוריק קענען אנהייבן מאכן שמחות מיט ריכטיגע שמחה!*

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 8:38 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:וויאזוי גייט ווערן תכלית למעשה
וויאזוי גייען מענשטן ברעכען די מויער פון פיער פרעשור און בושה??

וואס איז דער פראקטישע מהלך אויפן חלק המעשה?


און וואס טיט מען ווען איין מחתן וויל יא זיין אמתדיג מיט זיך און דער אנדערע שרייט בשום אופן מען דארף זיין א 'נארמאלער' מענטש צווישן מענטשן
אויף למעשה וועט נאר העלפן די אלע תקנות וואס יעדע קהילה וועט צווינגען אירע מענטשן, די קאמפיין העלפט אבער אויכט אז זיי זאלן עס נישט אננעמען אזוי שווער (מיין קאספעראציע אז דער קאמפיין קען מעגליך קימען פון די נייע סמארט פעקיטש פון סאטמאר מהר"א און עס איז גראדע א גיטער געדאנק אויב יא)
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 8:42 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20191207-WA0038.jpg
IMG-20191207-WA0038.jpg (243.73 KiB) געזעהן 422 מאל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 8:47 pm

ידעתי האט געשריבן:איך האלט אז די בעסטע וועג צו צוהאקו די שטריימל רויבעריי איז אז די אמעריקאנע חסידים זאלן פשוט אנהייבן גיין מיט ספאדיקס.

עס איז א הייליגע חסידישע שבת'דיגע מלבוש, און די פרייזן לויפן אונטער 1000 דאלער. נישטא קיין רעגן ספאדיקס וכו'
די ערשטע רבי עס איינצופירן האט מיך פאר א חסיד/מעמבער

איך גלייב דו קענסט די מעשה, ווען בימים ההם האבן די סוחרים געוואלט העכערן די פרייזן פון די ספאדיקס, האט דער בית ישראל געשיקט א מעסעדזש אז טאמער וועלן זיי זיך וואגן צו גיין העכער טויזנט דאן קומט ער אריין די נעקסטע וואך שבת מיט א היט אין ביהמ"ד.

אפשר קען מען פראבירן ארבעטן צו מעורר זיין די רבנים און אדמורי"ם אז זיי זאלן פון זייער זייט אביסל נידערן דעם סטאנדארט, און נישט לאזן די גרויסע פירמעס נוצן זייערע קעפ פארן שאו קעיס...
סוף מעשה במחשבה תחילה.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מוצ"ש דעצמבער 07, 2019 8:47 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וויאזוי גייט ווערן תכלית למעשה
וויאזוי גייען מענשטן ברעכען די מויער פון פיער פרעשור און בושה??

וואס איז דער פראקטישע מהלך אויפן חלק המעשה?


נייע סמארט פעקיטש פון סאטמאר מהר"א און עס איז גראדע א גיטער געדאנק אויב יא)

סתם אויסצוקלארן
די סמארט פעקעזש ווערט פארקויפט פון "חתונה מאלל" וואס האט לאקעישאנס אין
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואל
און פארקויפט פאר יעדע מענטש וואס צאלט

(די נייע בעל הבית איז טאקע הנגיד יואל עפשטיין וואס האט אריינגעגאסן אפאר מיליאן דאלאר פון זיין אייגענע טאש , אן קיין מעגליכקייט צוריקצומאכן די געלט, נאר צו העלפן אידן קענען חתונה מאכן שפאט ביליג בדרך כבוד)


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט