סּאושעל ענקזייעטי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אותיות
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 1:25 am

סּאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותיות »

טייערע חברים,

וואס טוט איר ווען איר קומט אן צו א שמחה ווי צום ביישפיל א שלום זכר און איר קענט נישט קיין נפש חיה? איר עסט אפ און גייט ווייטער? איר שטרענגט זיך אן צו רעדן צו איינעם?

פאר מענטשען וואס ליידן פון "סּאושעל ענקזייעטי" איז דאס ייסורי איוב...ספעציעל ווען מ'"דארף" זיך באטייליגן ביי די מאורע...
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ס'נישט קיין חיוב און ס'איז כמעט אוממעגליך צו ארבעטן אויף זיך בשעת מעשה, די בעסטע איז אפצועסן און גיין ווייטער, שפעטער קען מען אריינטראכטן אין די נושא און מברר זיין די געפילן.

בכלל איז גוט צו וויסן אז צומאל ווען מ'צווינגט זיך צו דווקא רעדן מיט אנדערע מענטשן קען קומען ווייל מ'קען נישט פעיסן די מציאות אז איך פיל מיך יעצט אויסגעשפילט און פארלוירן, ס'קען אמאל זיין גרינגער פאר א מענטש זיך צו צווינגען דווקא יא צו מאכן קשרים כדי נישט צו פילן פארלוירן פאר צוויי מינוט.

והדברים עתיקים
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

וזאת ועוד:

די ענין פון סאושל ענגזייעטי איז זייער א שיינע קלינגענדיגע נאמען, אבער ע"פ האמת איז עס א כלליות'דיגע שוואכקייט פון די מענטש וואס נעמט ארום נאך אסאך הינזיכטן אין זיין לעבן, נישט אז ער איז פראבלעמאטיש, נאר אז ס'פעלט איהם א געוויסע הכרה פון קענען סובל זיין זיינע שוואכקייטן און דערהייבן די מציאות אז ער איז נברא וואס איז חסר און איז נישט קיין כליל המעלות, א מענטש איז נישט מחיוב צו קענען זיין שטארק און קאנפידענט!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

פארוואס איז דאס יסורים?
מען קומט אריין צו די שמחה מען זאגט מזל טוב פארן בעל שמחה און מען גייט ווייטער אדער אויב מען וויל זיך אראפזעצן עסן מהיכי תיתי

איך זעה נאכנישט די גרויסע יסורים
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

מצב כללי האט געשריבן:פארוואס איז דאס יסורים?
מען קומט אריין צו די שמחה מען זאגט מזל טוב פארן בעל שמחה און מען גייט ווייטער אדער אויב מען וויל זיך אראפזעצן עסן מהיכי תיתי

איך זעה נאכנישט די גרויסע יסורים

ליין איבער וואס די פותח האשכול האט געשריבען.
"
אותיות האט געשריבן:
פאר מענטשען וואס ליידן פון "סּאושעל ענקזייעטי" איז דאס ייסורי איוב...
אוועטאר
בעקיטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקיטשע »

מצב כללי דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט נישט די יסורים

הרב חושב זעהט אויס איר ווייסט וואס איר רעדט, אבער סזאגט זיך זייער גרינג, איינער וואס איז ביי דעם מצב, איז זייער שווער צו טוישן זיין לעבן,
אדרבה אפשר קענסטו ארויסהעלפן מיט טיפס אין עצות וויאזוי מקומט צו צו אזא אנערקענונג
דער פוחת האשכול רעדט פון ווען מקומט אריין צו א שמחה און מקען נישט קיינעם, אבער באמת איז דא אסאך מענטשן וואס ליידן פון דעם 'אויך' (און אסאך מאל ספעציעל) אין ביהמ"ד וואו מקען יעדן איינעם!!
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

דער איינציגסטער עצה איז א לייסענסד טעראפיסט.
ס'איז א שאד יעדע אנדערע עצה וכדומה אפי' אז עס קען צומאל מעגליך העלפן אויף צייטווייליג
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

אילו זכינו האט געשריבן:דער איינציגסטער עצה איז א לייסענסד טעראפיסט.
ס'איז א שאד יעדע אנדערע עצה וכדומה אפי' אז עס קען צומאל מעגליך העלפן אויף צייטווייליג

און וואס וועלן טוען די אידן וואס האלטן שוין נאך 10 יאר זיצן ביי "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי ווארטן נאך פאר א ישועה.....?

די סלאגאן קומט פון א אמונה אז די פראפעשענעל גויישע וועלט איז אן עולם התיקון.

הרב אילו זכינו איך גלייב טוה טוסט נישט אין דעם פעלד צו סאך ווייל אויב יא וואלטסטו נישט געזאגט מיט אזא קאנפידענטס אז דאס איז די איינציקסטע עצה.

אדרבה איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע גרויסע "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי אויסגעפרעגט זייער סוקסעס ראטע, דו וועסט שטוינען צו הערן וויפיל פון די נעמען אויף יעדע וואך איבער 30 קליענטן און זיי קענען צאמקראצן קנאפע צוויי דריי מענטשן א יאר וואס זענען בפועל געהיילט געווארן... ויש להאריך בזה אבער דא איז נישט די פלאץ, אנטשולדיגט פארן פארדרייען דעם אשכול, אפשר קען מען מאכן א עקסטערע אשכול איבער דעם
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

וואט אבאוט. דאס היילן מיט מעדיקעישן?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
זעקסער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסער »

אויב בוזטו געזיצן ביי א רילייעבל טערעפיסט פאר א לאנגע צייט און די בוזט נישט רוהיגער געווארן מיט די סאושעל ענקזייעטי, דאן לוינט זיך זיכער מעדיקעישן
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

זעקסער האט געשריבן:אויב בוזטו געזיצן ביי א רילייעבל טערעפיסט פאר א לאנגע צייט און די בוזט נישט רוהיגער געווארן מיט די סאושעל ענקזייעטי, דאן לוינט זיך זיכער מעדיקעישן

אסאך זעקסערס האבּען די פּראבּלעם..
יין שרף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין שרף »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:דער איינציגסטער עצה איז א לייסענסד טעראפיסט.
ס'איז א שאד יעדע אנדערע עצה וכדומה אפי' אז עס קען צומאל מעגליך העלפן אויף צייטווייליג

און וואס וועלן טוען די אידן וואס האלטן שוין נאך 10 יאר זיצן ביי "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי ווארטן נאך פאר א ישועה.....?

אדרבה איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע גרויסע "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי אויסגעפרעגט זייער סוקסעס ראטע, דו וועסט שטוינען צו הערן וויפיל פון די נעמען אויף יעדע וואך איבער 30 קליענטן און זיי קענען צאמקראצן קנאפע צוויי דריי מענטשן א יאר וואס זענען בפועל געהיילט געווארן... ויש להאריך בזה אבער דא איז נישט די פלאץ, אנטשולדיגט פארן פארדרייען דעם אשכול, אפשר קען מען מאכן א עקסטערע אשכול איבער דעם

דו רעדסט פון אוועראל מענטל העלטה פראבלעמען אדער סאציאל עקזייעטי ספעסיפיק?
אוועטאר
זעקסער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסער »

yoel2124441100 האט געשריבן:
זעקסער האט געשריבן:אויב בוזטו געזיצן ביי א רילייעבל טערעפיסט פאר א לאנגע צייט און די בוזט נישט רוהיגער געווארן מיט די סאושעל ענקזייעטי, דאן לוינט זיך זיכער מעדיקעישן

אסאך זעקסערס האבּען די פּראבּלעם..

וועלכע פראבלעם? די נישט רוהיגער ווערן מיט טערעפי? אדער די נישט וועלן נעמען מעדיקעישן
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:דער איינציגסטער עצה איז א לייסענסד טעראפיסט.
ס'איז א שאד יעדע אנדערע עצה וכדומה אפי' אז עס קען צומאל מעגליך העלפן אויף צייטווייליג

און וואס וועלן טוען די אידן וואס האלטן שוין נאך 10 יאר זיצן ביי "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי ווארטן נאך פאר א ישועה.....?

די סלאגאן קומט פון א אמונה אז די פראפעשענעל גויישע וועלט איז אן עולם התיקון.

הרב אילו זכינו איך גלייב טוה טוסט נישט אין דעם פעלד צו סאך ווייל אויב יא וואלטסטו נישט געזאגט מיט אזא קאנפידענטס אז דאס איז די איינציקסטע עצה.

אדרבה איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע גרויסע "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי אויסגעפרעגט זייער סוקסעס ראטע, דו וועסט שטוינען צו הערן וויפיל פון די נעמען אויף יעדע וואך איבער 30 קליענטן און זיי קענען צאמקראצן קנאפע צוויי דריי מענטשן א יאר וואס זענען בפועל געהיילט געווארן... ויש להאריך בזה אבער דא איז נישט די פלאץ, אנטשולדיגט פארן פארדרייען דעם אשכול, אפשר קען מען מאכן א עקסטערע אשכול איבער דעם

שטארק!
לפנות בוקר
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

זעקסער האט געשריבן:

ביידע
לפנות בוקר
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:דער איינציגסטער עצה איז א לייסענסד טעראפיסט.
ס'איז א שאד יעדע אנדערע עצה וכדומה אפי' אז עס קען צומאל מעגליך העלפן אויף צייטווייליג

און וואס וועלן טוען די אידן וואס האלטן שוין נאך 10 יאר זיצן ביי "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי ווארטן נאך פאר א ישועה.....?

די סלאגאן קומט פון א אמונה אז די פראפעשענעל גויישע וועלט איז אן עולם התיקון.

הרב אילו זכינו איך גלייב טוה טוסט נישט אין דעם פעלד צו סאך ווייל אויב יא וואלטסטו נישט געזאגט מיט אזא קאנפידענטס אז דאס איז די איינציקסטע עצה.

אדרבה איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע גרויסע "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי אויסגעפרעגט זייער סוקסעס ראטע, דו וועסט שטוינען צו הערן וויפיל פון די נעמען אויף יעדע וואך איבער 30 קליענטן און זיי קענען צאמקראצן קנאפע צוויי דריי מענטשן א יאר וואס זענען בפועל געהיילט געווארן... ויש להאריך בזה אבער דא איז נישט די פלאץ, אנטשולדיגט פארן פארדרייען דעם אשכול, אפשר קען מען מאכן א עקסטערע אשכול איבער דעם

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יין שרף האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:דער איינציגסטער עצה איז א לייסענסד טעראפיסט.
ס'איז א שאד יעדע אנדערע עצה וכדומה אפי' אז עס קען צומאל מעגליך העלפן אויף צייטווייליג

און וואס וועלן טוען די אידן וואס האלטן שוין נאך 10 יאר זיצן ביי "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי ווארטן נאך פאר א ישועה.....?

אדרבה איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע גרויסע "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי אויסגעפרעגט זייער סוקסעס ראטע, דו וועסט שטוינען צו הערן וויפיל פון די נעמען אויף יעדע וואך איבער 30 קליענטן און זיי קענען צאמקראצן קנאפע צוויי דריי מענטשן א יאר וואס זענען בפועל געהיילט געווארן... ויש להאריך בזה אבער דא איז נישט די פלאץ, אנטשולדיגט פארן פארדרייען דעם אשכול, אפשר קען מען מאכן א עקסטערע אשכול איבער דעם

דו רעדסט פון אוועראל מענטל העלטה פראבלעמען אדער סאציאל עקזייעטי ספעסיפיק?

בכלליות
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:דער איינציגסטער עצה איז א לייסענסד טעראפיסט.
ס'איז א שאד יעדע אנדערע עצה וכדומה אפי' אז עס קען צומאל מעגליך העלפן אויף צייטווייליג

און וואס וועלן טוען די אידן וואס האלטן שוין נאך 10 יאר זיצן ביי "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי ווארטן נאך פאר א ישועה.....?

די סלאגאן קומט פון א אמונה אז די פראפעשענעל גויישע וועלט איז אן עולם התיקון.

הרב אילו זכינו איך גלייב טוה טוסט נישט אין דעם פעלד צו סאך ווייל אויב יא וואלטסטו נישט געזאגט מיט אזא קאנפידענטס אז דאס איז די איינציקסטע עצה.

אדרבה איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע גרויסע "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי אויסגעפרעגט זייער סוקסעס ראטע, דו וועסט שטוינען צו הערן וויפיל פון די נעמען אויף יעדע וואך איבער 30 קליענטן און זיי קענען צאמקראצן קנאפע צוויי דריי מענטשן א יאר וואס זענען בפועל געהיילט געווארן... ויש להאריך בזה אבער דא איז נישט די פלאץ, אנטשולדיגט פארן פארדרייען דעם אשכול, אפשר קען מען מאכן א עקסטערע אשכול איבער דעם

אויב טעראפיסטן אויך נישט וואס יא?
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
זעקסער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסער »

זייט וויסן אז טעראפי איז נישט קיין מעדזשיק, נישט קיין היפנאוטייזן, און נישט קיין quick fix,
אוודאי איז דא מענטשן וואס סהעלפט נישט מכמה סיבות,זיינע עמאושנס זענען צו טומלדיג, אדער ווייל טערעפי איז אסאך מאל שווערע האומווארק, און צומאל קען ער זיך סתם אזוי נישט צאמנעמען, דאן לוינט זיך צו גיין צום דאקטאר צי אויסשמיעסן וועגן מעידיקעישן, און בדרך כלל זענען די סארט מעדעצין סעיף און אן סייד עפעקטס
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

זעקסער האט געשריבן:זייט וויסן אז טעראפי איז נישט קיין מעדזשיק, נישט קיין היפנאוטייזן, און נישט קיין quick fix,
אוודאי איז דא מענטשן וואס סהעלפט נישט מכמה סיבות,זיינע עמאושנס זענען צו טומלדיג, אדער ווייל טערעפי איז אסאך מאל שווערע האומווארק, און צומאל קען ער זיך סתם אזוי נישט צאמנעמען, דאן לוינט זיך צו גיין צום דאקטאר צי אויסשמיעסן וועגן מעידיקעישן, און בדרך כלל זענען די סארט מעדעצין סעיף און אן סייד עפעקטס

הרב הצדיק איך האב דיר זייער ליב אבער איך פיל אז מיט די דאזיגע ווערטער האט איר גענומען א ריייייייזיגע פראצענט כלל ישראל און אריינגעווארפן אין א ביטערע יואש.

אוודאי השי"ת האט באשאפן פילן פאר א סיבה, אבער צו זאגן אז איינער וואס גייט צו טעראפיסטן און ווערט נישט געהאלפן איז נישטא פאר איהם קיין אנדערע עצה נאר צו נעמען פילן, איז אביסל א נקודה וואס שרייעט ארויס 'אונז זענען פארלוירן, מיר האבן ניט קיין מהלך פאר אייך', ווען ס'פאלט אוועק די מסך המבדיל פון 'מוזן' גיין 'נאר' צו פראפעשענעל העלפ קען מען בעז"ה טרעפן פיינע קלוגע עצות זיך צו אוועקשטעלן אויף א געזונטע דרך החיים מיט אמת'ע פנימיותדיגע שמחת החיים.

איך האב פונקט א חודש צוריק מיטגעהאלטן א קעיס ווי א געוויסע בחור [17 יאר] האט אנגעהויבן ארויסקומען פון זיין קינדערישע שיכעלעך און ס'האט אנגעהויבן ארויסשפראצן סימני טינעידזשע"ר, און די טאטע איז געווארן פארלוירן און אנגעהויבן ארומלויפן פון איין טעראפיסט צום צווייטן און פראבירט צו באצווינגען זיין בחור צו נעמן פילן, די מנהל הישיבה האט נישט אויפגעהערט צו רודפ'ן אז מ'נעמט נישט צוריק דעם בחור פאר ער נעמט נישט איין עפעס פילעכעל צו איינשלעפן זיינע נאטורליכע מענטשליכע טבעיות.

אבער די בחור הוא באחת איך בין נישט אינטרעסירט צו פארסמ'ן מיין גוף פון איין רגע אויפן צווייטן סתם ווייל מיין טאטע וויל איך זאל אריינפיטן אין די סדום בעטל פון די ישיבה, האבן זיך די בחור און די טאטע ארומגעפראסקעט לאנגע וואכן און מ'האט געטוישט טעראפיסטן ווי זאקן יעדע שני וחמישי, און ווען די טעראפיסט האט שוין געשריגן אויפן טאטן [וואס נעמט שוין פילן 30 יאר] אז קום אראפ פון בוים דיין בחור איז א פשוט'ע געזונטע בחור בס"ה ברויך ער אביסל נארמאלע ערציאונג און נישט אז דו טאטע זאלסט ווערן פארלוירן און אריינפאלן אין א פאניק ווען ער הייבט זיך אן צו דיוועלעפן נאטורליך...

בקיצור המעשה די טאטע נעמטו שוין פילן יארן לאנג [לכאורה נאכן זיצן אויף טעראפי און נישט ווערן געהאלפן...] און ביי איהם אין מח איז געווארן איינגעקריצט א מהלך אז ווען ס'דא עני נארמאלע אישו אין לעבן איז די אינציגסטע עצה צו אנשטאפן דאס גוף מיט סממנים און אזוי וועלן די נאטורליכע אינזסטינקטן איינעמען א טיעפע שינה, און פטור אן עסק, מ'דארף זיך שוין נישט אויסלערנען וויאזוי אומצוגיין ערוואקסן ווען מ'באגעגענט א אישו אין לעבן, ווייל די לעבן איז אזא שרעקוועדיגע זאך אז ס'נישט קיין שום עצה וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די בארג פון די שווערע געפילן...

עכ"פ די משל קומט נישטא אריין בכלל, נאר איך וויל ארויסברענגן אז טאמער איז פילן 'די עצה' זעמיר אין א ביטערע לאך, ווייל כו"ע מודי אפילו די גרעסטע לייסענסט טעראפיסטן און סקייעטריסטן אז פילן אן טעראפי איז ווי א קעסט אן קראטשעס, די פיס טוט שוין נישט וויי אבער ארומוואקן קען מען נישט...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אותיות האט געשריבן:טייערע חברים,

וואס טוט איר ווען איר קומט אן צו א שמחה ווי צום ביישפיל א שלום זכר און איר קענט נישט קיין נפש חיה? איר עסט אפ און גייט ווייטער? איר שטרענגט זיך אן צו רעדן צו איינעם?

פאר מענטשען וואס ליידן פון "סּאושעל ענקזייעטי" איז דאס ייסורי איוב...ספעציעל ווען מ'"דארף" זיך באטייליגן ביי די מאורע...

איך וואונדער מיך צו איך ווייס פון וואס דו רעדסט. איך מיין צו זאגן צו איך האב אויך געהאט דאס וואס דו רופסט 'סאושעל ענגזייעטי'. איך קען זאגן מיט א זיכערקייט אז ווען איך פלעג קומען צווישן מענטשן פלעג איך שפירן זייער פאני, ווי כאילו איך בין יעצט אויף שאו. און יעדער באטראכט מיין גאנצע פנימיות. און אפשר אפילו נאך היינט ווען איך קום צווישן מענטשן, נאך דערצו ביי א שלום זכר וכו', קען איך צומאל שפירן מיין גאנצע וועזנהייט ווערט עפעס מער היילייטעד, און יעדער קוקט עס יעצט אן. ווען מ'נעמט עפעס פון טיש, שפירט מען ווי כאילו מ'דארף עס נעמען מיט די גאנצע מאס מענטשליכקייט, ווייל יעדער קוקט יעצט, און יעדער באטראכט יעצט. און אויך ווען מ'טאנצט צווישן דעם עולם איז עס זייער שווער.

"סאושעל ענגזייעטי" קען איך אויסטיישטן אלץ: דו פילסט אז דו מוזט וויסן וויאזוי די סאושעל וואו דו געפינסט דיך יעצט וועט אויסמאכן אויף דיין עקזיסטענץ, און בעיקר דו ווייסט נישט וויאזוי עס גייט זיך אויסקאכן, און דאס שאפט ענגזייעטי.

מעדיקעשאן העלפט? מעדיקעשאן בארואיגט מאמענטאל. איך האב גענומען מעדיקעשאן פאר לאנגע יארן, און נישט די מעדיקעשאן איז וואס ס'העלפט, ס'קען אפשר בארואיגן. ווייסט וואס ס'קען עכט העלפן? אויפגעבן אויף יכולת. ר' שרגא'ס שיעורים קען באמת העלפן. ווייל ס'רירט אן טיף אינעם נפש. הער עס און הער עס און הער עס פאר א לאנגע צייט. און קום דא זאגן די בענעפיטן. יעדן טאג זאלסטו עס הערן. ווייל ווילאנג מ'כאפט וואס ער רעדט, און וויאזוי צו לעבן דערמיט געדויערט. והשם הטוב יעזור.

זיינע שיעורים קען מען הערן אויף 1-718-298-4568

און זיין נומער איז: 845-426-0951

איך האב פרובירט צו ארבעטן אויף אלע פראנטן אז איך זאל מיך שפירן נארמאל צווישן מענטשן. און אז איך זאל נישט שפירן די פאני געפיל אז איך בין יעצט צווישן מענטשן. און אז איך זאל נישט שפירן אז מענטשן באטראכטן מיך. איך האב געארבעט מיט אלע כוחות אז איך זאל נישט שפירן אז יעדער טראכט יעצט פון מיר.

די רגע מ'אנערקענט אז איך וויל נישט און איך דארף נישט און איך קען נישט נעמען אנטייל וואס מענטשן ארום מיר טראכטן אויף מיר, און אז איך דארף נישט וויסן וואס זיי טראכטן אויף מיר, די רגע דו הייבסט עכט אן לעבן מיט די צוגאנג "איך בין אינעם אייבערשטנס הענט און נאר אין אים ווענד זיך מיין עקזיסטענץ", יענע רגע הערט זיך עס אויף מער און מער. זאלן מענטשן טראכטן וואס זיי ווילן אפילו איך גיי עס נישט וויסן. נישט אין דעם ווענד זיך מיין קיום. און בעיקר איך בין נישט נייגעריג וואס דאס איז. דעס איז עכט די וועג. וואס דען איז די וועג?

די 'ענגזייעטי' וואס דו שפירסט איז אז דו מיינסט אז ס'גייט דיך עפעס העלפן צו זיין פארנומען צו וויסן די געוויסע זאכן וואס די סאושעל קען האבן אן השפעה אויף דיין קיום, אז דיין קיום ווענד זיך אין די סאושעל. אבער אויב דו לעבסט מיט דעם אז "איך בין אינעם אייבערשטענס הענט, און נאר אין אים ווענד זיך מיין קיום" ווערט די 'סאושעל ענגזייעטי' צוביסלעך ווייניגער. וויאזוי ווערט עס ווייניגער? ווייל דיין נפשיות'דיגער פראגע און ענטפער "וואס מאכט מיך האבן א קיום" טוישט זיך מער און מער.

אויב 'סאושעל' איז פאר דיר א זאך וואס דו מיינסט אז כדי צו האבן א קיום דארפסטו דיך ספראווענען דערמיט, פארוואס זאלסטו נישט האבן ענגזייעטי דערפון? פארוואס נישט? ס'איז זייער פארשטענדליך אז דו ביסט אין ענקזייעטי. יעדע מענטש האט ענגזייעטי ווען ער איז אויף א פלאץ וואס ער האט נישט קיין אהנונג וויאזוי זאכן גייען זיך אויסלאזן, און ער איז נייגעריג וויאזוי זאכן גייען זיך אויסלאזן.

יעדער מענטש איז אין ענגזייעטי ווען ער האט נאכנישט מחדש געווען די לבנה, און ער קוקט אזוי מיט אנגסט אויף די וואלקענעס צו זעהן צו ס'מאכט זיך עפעס. ווייל ער איז פארנומען צו וויסן וויאזוי ס'גייט זיך אויסקאכן. ער וויל זיין פארנומען דערמיט, ווייל ער האלט אז ער מוז זיין פארנומען דערמיט. אבער דאס איז נאר ווען ער וויל האבן אן אהנונג וויאזוי זאכן גייען זיך אויסלאזן, אבער אויב עס גייט אים נישט אן, דהיינו, ער איז איבערצייגט אז זיין קיום האט נישט מיט די סאושעל, האט ער נישט ענגזייעטי. אויב דו ביסט צווישן מענטשן, און דו טראכסט "ווער ווייסט וואס יענער טראכט יעצט אויף מיר" דאן איז זייער פארשטענדליך אז דו האסט ענגזייעטי.

וואס איז די עצה? די עצה איז: הייב אן לעבן מיט דעם "מיין גאנצע קיום ווענד זיך אינעם אייבערשטענס הענט". איך בין נישט אין ערווארטונג וואס יענער גייט יעצט טראכטן אויף מיר, זאל געשעהן אין יענעמ'ס קאפ וואס יענער וויל, איך לאז עס געשעהן פון זיך אליין. איך לאז, אן עס וויסן. פארוואס לאז איך עס? ווייל ס'מאכט גארנישט אויס.

אונטערשטע שורה וואס איך וויל דיר זאגן איז, אז כדי ארויסצוקריכן פון סאושעל ענגזייעטי, מוזטו קומען צווישן מענטשן, און טראכטן ביי דיר: פון איין זייט וויל איך וויסן וויאזוי עס גייט זיך אויסקאכן מיט די מענטשן ארום מיר. וואס זיי גייען מיר טון. אבער לאמיך זיך איבערצייגן וואס גייט געשעהן אויב איך גיי עקטן צו זיי, און צו מיר אליין, אז איך בין אינעם אייבערשטענס הענט און איך בין גארנישט נייגעריג וואס זיי גייען מיך טון. טראכט עס ארויס: "וואס גייט געשעהן..." דו מוזט עס ארויסטראכטן. "וואס גייט געשעהן..."

ווען דו גייסט באמת לעבן "איך בין אינעם אייבערשטענס הענט", גייסטו מער נישט טראכטן "וואס גייט געשעהן", ווייל וואס ס'געשעהט האט דאך נישט מיט די מענטשן. כאפסט?

דו דארפסט אבער אנהייבן באמת לעבן מיט דעם צוגאנג. די צוגאנג איז: "מיין הצלחה; מיין קיום; מיין עתיד; האט גארנישט מיט וואס מענטשן ארום מיר טראכטן". דאס גייט מאכן אז דו זאלסט ענדערש טראכטן: וואס טראכט יעצט דער אייבערשטער אויף מיר.

אוודאי איז דא נאך טיפערע טערעפי, ווי למשל דאס וואס ר' חיים מאיר פערל נ"י טוט, אבער פון אויבן אויף פרוביר דעס. און הער ר' שרגא'ס שיעורים. און לעב דערמיט.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:27 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

@חושב זייער שטארק! מענטשן זענען אזוי פארקויפט פאר די פראפעסיאנאלע וועלט, אז מען פארגעסט אז זענען אויך דא 'אומפראפעסיאנאלע' געזונטע קלוגע מענטשן וואס פארשטייען 'באמת' צום נפש העמוק, נישט ווייל מען האט זיי אויסגעלערנט נאר ווייל זיי פארשטייען עס באמת און זיי קענען העלפן מסדר זיין און ארויסהאבן די געפילן און אוועקשטעלן א ריינע מהלך המחשבה וואס בעז"ה וועט עס העלפן אוועקנעמען די שווערע הרגשים.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
זעקסער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

סּאושעל ענקזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסער »

מח בקדקדו האט געשריבן:@חושב זייער שטארק! מענטשן זענען אזוי פארקויפט פאר די פראפעסיאנאלע וועלט, אז מען פארגעסט אז זענען אויך דא 'אומפראפעסיאנאלע' געזונטע קלוגע מענטשן וואס פארשטייען 'באמת' צום נפש העמוק, נישט ווייל מען האט זיי אויסגעלערנט נאר ווייל זיי פארשטייען עס באמת און זיי קענען העלפן מסדר זיין און ארויסהאבן די געפילן און אוועקשטעלן א ריינע מהלך המחשבה וואס בעז"ה וועט עס העלפן אוועקנעמען די שווערע הרגשים.

לעומת זה זענען דא מענטשן וואס צאלן אוועק טויזענטערס פאר די ""אומפראפעסיאנאלע' געזונטע קלוגע מענטשן וואס פארשטייען 'באמת וויאזוי צו ארויסצוען דעם לעצטן גרייצער פונעם מענטש אן אים העלפן בכלל
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

זעקסער האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:@חושב זייער שטארק! מענטשן זענען אזוי פארקויפט פאר די פראפעסיאנאלע וועלט, אז מען פארגעסט אז זענען אויך דא 'אומפראפעסיאנאלע' געזונטע קלוגע מענטשן וואס פארשטייען 'באמת' צום נפש העמוק, נישט ווייל מען האט זיי אויסגעלערנט נאר ווייל זיי פארשטייען עס באמת און זיי קענען העלפן מסדר זיין און ארויסהאבן די געפילן און אוועקשטעלן א ריינע מהלך המחשבה וואס בעז"ה וועט עס העלפן אוועקנעמען די שווערע הרגשים.

לעומת זה זענען דא מענטשן וואס צאלן אוועק טויזענטערס פאר די ""אומפראפעסיאנאלע' געזונטע קלוגע מענטשן וואס פארשטייען 'באמת וויאזוי צו ארויסצוען דעם לעצטן גרייצער פונעם מענטש אן אים העלפן בכלל

וואס מאכט א מענטש פראפעסיאנאל?
לפנות בוקר
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מיין עצה צו דיר איז זיי דיין אייגענע טערעפיסט ערשטענס זיך נישט צו געפעלן אנדערער די סיבה וואס דו זיכסט אזוי צו שמיעסן איז ווייל דו האסט מורא אז מענטשן וועלן זעהן אז קיינער שמיעסט נישט מיט דיר איז א סימן אז דו ביסט א לא יצלך איז די עצה לאך דיר אויס פון די מענטשהייט קיינער איז נישט בעסער פון דיר אדער מער פון דיר ווייל זיי האבן א פיסקעל און דו נישט . דו דארפסט באמת ארבעטן אויף דיין סעלף עסטיעם האב הנאה פון זיך אליינס האב דיר ליב קיק ארויף אויף דיר און לאך פון יעדעם קים אריין צו א שלום זכר און זיי אין די מאמענט כאילו ווי דו ביסט ביי זיך אין דיינונג רום זיי רוהיג ווער נישט דערשראקן אז קיינער שמיעסט נישט מיט דיר פאנג אן צו פרעגן שאלות אין די וועלט אריין מאך אפאר וויצן פרעג וואס זאגסטו צו טראמפ וכו' הצלחה רבה
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”