עצות צו באקומען געלט פון איינעם וואס איז מיר שולדיג

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

עצות צו באקומען געלט פון איינעם וואס איז מיר שולדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

זייער אסאך מענטשען האבען דעם פראבלעם, איינער איז זיי שולדיג געלט (געבארגט אדער געטון ארבעט), יענער איז מודה אז ער קומט דאס געלט, אבער ער זאגט ער האט נישט, לכשירחיב, דער אייבישטער וועט העלפען, וכו'.
אפט איז עס צו א קליינע סכום צו רופען יענעם צו דין תורה, וואס וועט קאסטען מער ווי דעם חוב
דער עולם ווערט געבעטן שרייבען עצות וואס העלפן
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

איך האב געטון ארבעט פאר צוויי מענטשן, איינער איז מיר שולדיג 2 אלפים און איינער 3 אלפים. איך בין שוין מסופק אויב איך מעג נאך מאנען דאס געלט, ווייל ס'האלט שוין נאך זיכערע יאוש בעלים...

אמאל האב איך געהאט איינער איז מיר שולדיג געווען 5 טויזנט, נאך א שטיק צייט רופט ער מיך אז ער קען מיך געבן יעצט 4000 אבער איך מוז אים מוחל זיין די איבריגע טויזנטער. נאך א שטיקל דיון בין איך איינגעגאנגען דערויף. נאכן דיעל האט ער ווייטער געארבעט אויף נאר 3500, און צום סוף האט ער מיר אראפגעשטופט ביז 3300...

איך ווייס אז איך וואלט געקענט ארויסקוועטשן פון אים גאנצע 5 אלפים, אבער איך האב נישט חרטה. געלט קומט פון הימל, אויב האט יענער טאקע נישט געהאט מער, זאל עס זיין פאר מיר א זכות. אויב האט ער יא געהאט, וועט עס שוין אנקומען צו מיר אויף אנדערע אופנים. (איך האב אים קלאר געזאגט אז איך בין אין מוחל די איבריגע נאר אויב ער האט טאקע נישט קיין איבריג געלט).
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

ענליכעס האט מען שוין דא דן געווען:
viewtopic.php?f=25&t=37437
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

זייער א קאמפליצירטע מסכתא, איך האב אפאר מענטשן וואס קומען מיר געלט און זיי זענען יעצט געדרוקט, אבער ליידער פארשטיי איך זיי, ווייל ווען איך האב געהאט שווערע צייטן האב איך אויך געטון די זעלבע, נישט ווייל איך האב געוואלט, ס'האט מיך געגעסן און נישט געגעבן קיין מנוחה ביז איך האב צום סוף באצאלט, אבער איך פארשטיי דעם ביטערן טעם, וה' ירחם על כולנו.
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

קעדילעק האט געשריבן:זייער א קאמפליצירטע מסכתא, איך האב אפאר מענטשן וואס קומען מיר געלט און זיי זענען יעצט געדרוקט, אבער ליידער פארשטיי איך זיי, ווייל ווען איך האב געהאט שווערע צייטן האב איך אויך געטון די זעלבע, נישט ווייל איך האב געוואלט, ס'האט מיך געגעסן און נישט געגעבן קיין מנוחה ביז איך האב צום סוף באצאלט, אבער איך פארשטיי דעם ביטערן טעם, וה' ירחם על כולנו.

איך פארשטיי אויך די מענטשן וואס זענען מיר שילדיג און האבן נישט צו באצאלן.
איך לויף זיי טאקע נישט נאך פאר די געלט (הגם איך דארף האבן די געלט) ווייל איך וויל נישט עובר זיין אויף "לא תהיה לו כנושה"
אבער, איך האב מיך אויך אויסגעלערנט מער נישט צו בארגן קיין געלט פאר אנדערע
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

על כגון דא זאגט מען "א ביטערע שמייכל", ליידער גערעכט, די וואס צאלן נישט זענען נועל דלת בפני לוין.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גיב א שמייכל האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:זייער א קאמפליצירטע מסכתא, איך האב אפאר מענטשן וואס קומען מיר געלט און זיי זענען יעצט געדרוקט, אבער ליידער פארשטיי איך זיי, ווייל ווען איך האב געהאט שווערע צייטן האב איך אויך געטון די זעלבע, נישט ווייל איך האב געוואלט, ס'האט מיך געגעסן און נישט געגעבן קיין מנוחה ביז איך האב צום סוף באצאלט, אבער איך פארשטיי דעם ביטערן טעם, וה' ירחם על כולנו.

איך פארשטיי אויך די מענטשן וואס זענען מיר שילדיג און האבן נישט צו באצאלן.
איך לויף זיי טאקע נישט נאך פאר די געלט (הגם איך דארף האבן די געלט) ווייל איך וויל נישט עובר זיין אויף "לא תהיה לו כנושה"
אבער, איך האב מיך אויך אויסגעלערנט מער נישט צו בארגן קיין געלט פאר אנדערע

דארפסט פרעגן א דעת תורה אויב דיין "לעססען" איז אויסגעהאלטן ע'פ תורה,
לכאורה האט מען א פליכט ווייטער צו בארגן נאר עס איז כדאי צו טון מיט ערבים וכדומה,
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

א יונגערמאן איז מיר אמאל שולדיג געווען 500 דאלער פון א הלוואה.
ביים זמן הפרעון זאגט ער אין לי. זאג איך אים אז כ'פארשטיי אים.
ס'האט מיר באלד אויסגעזען ווי דאס געלט איז יבש, א פארגאנגענהייט.

נאך צוויי טעג קאלל איך אים מיטן גאנצן תמימות, אז כ'פלאן מיט צוויי-דריי חברים צו עפענען א גמ"ח אויף גאר א קליינע פארנעם ווי מ'וועט ארויסבארגן ביז 3000 דאלער, נאר פאר ארנטליכע מענטשן וועמען מיר קענען.
כ'האב אים מסביר געווען אז כ'דארף קעש כדי צו קענען אנהייבן די זאך, ממילא זאל ער ווי שנעלער באצאלן דעם חוב.
יענער האט געזען דערין א גאלדן-גרוב פאר זיך, ממש א שארט-טערם אינוועסטמענט! ער 'לייגט אריין' 500 און וועט קורצלעך ארויסקעשן 3000!!
אויפצומארגנס האב איך באקומען דאס געלט.

#די גמ"ח האט זיך נישט געעפנט צוליב טעכנישע סיבות.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

גיב א שמייכל האט געשריבן:
קעדילעק האט געשריבן:זייער א קאמפליצירטע מסכתא, איך האב אפאר מענטשן וואס קומען מיר געלט און זיי זענען יעצט געדרוקט, אבער ליידער פארשטיי איך זיי, ווייל ווען איך האב געהאט שווערע צייטן האב איך אויך געטון די זעלבע, נישט ווייל איך האב געוואלט, ס'האט מיך געגעסן און נישט געגעבן קיין מנוחה ביז איך האב צום סוף באצאלט, אבער איך פארשטיי דעם ביטערן טעם, וה' ירחם על כולנו.

איך פארשטיי אויך די מענטשן וואס זענען מיר שילדיג און האבן נישט צו באצאלן.
איך לויף זיי טאקע נישט נאך פאר די געלט (הגם איך דארף האבן די געלט) ווייל איך וויל נישט עובר זיין אויף "לא תהיה לו כנושה"
אבער, איך האב מיך אויך אויסגעלערנט מער נישט צו בארגן קיין געלט פאר אנדערע


ווי איך פארשטיי רעדט מען דא נישט פון פארבארגטע געלטער, נאר פון געלט וואס מען איז שולדיג געבליבן פאר ארבעטן וכדומה, און דאס איז אסאך א גרעסערע ווייטאג אין א געוויסן זין.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

חוח בין השושנים האט געשריבן:א יונגערמאן איז מיר אמאל שולדיג געווען 500 דאלער פון א הלוואה.
ביים זמן הפרעון זאגט ער אין לי. זאג איך אים אז כ'פארשטיי אים.
ס'האט מיר באלד אויסגעזען ווי דאס געלט איז יבש, א פארגאנגענהייט.

נאך צוויי טעג קאלל איך אים מיטן גאנצן תמימות, אז כ'פלאן מיט צוויי-דריי חברים צו עפענען א גמ"ח אויף גאר א קליינע פארנעם ווי מ'וועט ארויסבארגן ביז 3000 דאלער, נאר פאר ארנטליכע מענטשן וועמען מיר קענען.
כ'האב אים מסביר געווען אז כ'דארף קעש כדי צו קענען אנהייבן די זאך, ממילא זאל ער ווי שנעלער באצאלן דעם חוב.
יענער האט געזען דערין א גאלדן-גרוב פאר זיך, ממש א שארט-טערם אינוועסטמענט! ער 'לייגט אריין' 500 און וועט קורצלעך ארויסקעשן 3000!!
אויפצומארגנס האב איך באקומען דאס געלט.

#די גמ"ח האט זיך נישט געעפנט צוליב טעכנישע סיבות.

;l;p-
לייג עס צו צו דיין אשכול פון אייגענע פקחות..
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ישרן האט געשריבן:לייג עס צו צו דיין אשכול פון אייגענע פקחות..

גוט געזאגט...
למעשה איז עס אבער נישט ממש אייגענע פקחות... כהאב גענומען די עצה פון מיין כיתה ז' רבי וואס האט פארציילט עפעס ענליך, און כ'האב עס בערכ'דיג נאכגעטון.

ש'כוח פאר מיין מלמד פארן דערציילן די מעשה.
ש'כוח פאר מיר פארן עס אויסהערן.
ש'כוח פאר די קינדער ארום מיר וואס האבן נישט געווארפן וואסער-באמבעס יענעם טאג צו שטערן לערנען...
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

איך האב מקובל פון מיין רבי אין פאטער זז"ג אז פארבארג נאר וויפעל די ביסט מסכים צו געבען!

צו צירוק בייקומען איז די בעסטע צו בעטן payments יעדע חודש אביסל
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

א גולם האט געשריבן:איך האב מקובל פון מיין רבי אין פאטער זז"ג אז פארבארג נאר וויפעל די ביסט מסכים צו געבען!

צו צירוק בייקומען איז די בעסטע צו בעטן payments יעדע חודש אביסל

פעימענטס איז א גוטע עצה.
אויך איז א עצה, צו בעטן יענעם מ'זאל קענען נוצן 100-200 דאלער א חודש פון זיין קרעדיט קארטל.
אסאך וואלטן גרינגער געגעבן דעם ק"ק ווי איידער זיך געזעגענען פון די גרינע, אויך האבן זיי א חודש ביז זיי ווערן פאקטיש געטשארדזשט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”