ווען עס איז דא חזק 1 וועט זיין חזק 2 און עס וועט ווערן ונתחזק...

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

ווען עס איז דא חזק 1 וועט זיין חזק 2 און עס וועט ווערן ונתחזק...

תגובהדורך טישטוך » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 5:28 pm

בס״ד

אה! די ימים טובים זענען דאך אזוי שיין
יעדע צוויי טעג נאך א יומא דפגרא
יא, די שוועריגקייטן זענען טאקע נישט קליין
אבער לפום צערא אגרא

עס איז אזוי געשמאק צו זיצן ביים טיש
ווען די גאנצע משפחה איז דא
און מען סערווירט ווידעראמאל חלה מיט פיש
יעדע אכט און פערציג שעה

א גרויסע קידוש השם האט פאסירט און אוועקגעשטעלט
די מציאות פון די וואוילע און ריינע חבורה דא
דאס גוט הארץ פון יעדן איד אויף אייוועלט
צוזאמגעשטעלט אפאר אלפים אין בלויז אפאר שעה

פאר א איד וואס האט נישט פארמאגט
אויף די הייליגע טעג און אויף די וואכעדיגע
מען האט אים געהאלפן און יעצט ווייניגער זיך ער פלאגט
א קידוש שם שמים א באכעדיגע

יעצט ערב שבת ביום השישי
האב איך געעפנט אייוועלט אויף א מינוט
און געזען אז אין אישי
האב איך געקריגן א מעסעדזש פון א איד

ער איז גאר א באקאנטער ניק און ער שעמט זיך
צו בעטן געלט פון אנ״ש
אבער עס גייט אים שווער און ער בעט אז איך
זאל פאר אים שרייבן אן ארטיקל איבער זיין מאגערן טאש

ער וויל זיך אויך פרייען ווי יעדן אידיש קינד
אבער כסף מנלן איז דער אפהאלט
עס דערגייט אים צו צום געזונט
און ער מוז זיך דעקן פאר ער פאלט

ניין האט נישט מורא אז דאס איז די נעקסטע טרענד
און גאו פאנד מי׳ס וועלן וואקסן דא אין וועלטל
עס איז די רעדע איבער א ניק וואס איר אלע קענט
העלפט אים דערהאלטן זיין געצעלטל

אידן כאפט דעם ווינק
און קוקט אראפ א שורה
קוועטשט דעם לינק
און זייטס מנדב א דאלער/פונט/שקל/לירה

ובזכות דעם זאלט איר אלס האבן געלט
נחת און פרייד שטענדיג פרייליך
ווען יעדע איד קוועלט
וועט שוין זיין די ברננה נלך

https://thechesedfund.com/heimisheryide ... or-yom-tov

א גוט שבת!
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט