בלאט 1 פון 1

אפשערין

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 6:26 pm
דורך שאראש-פאטאק
מיט לויב צו השם יתברך גיי איך בקרוב אפשערין מיין אינגעל אויב איינער קען ארויף שטעלין א קליפ וואס מען זעט ווי אזוי מען שערט אפ
כדי צו קענען ווייזען אז ער זאל נישט מורא האבן

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 6:38 pm
דורך nmi
א קלי וועט אים נישט מאכן אויס מורא האבן. אז דו וועסט אים שיין ווייזן די שער מעשין און אים עס געבן צו האלטן און עס אנצינדן און דערנאך וועסטו אביסל קיצלען זיין קאפ ער זאל פילן בערך וויזוי דאס פילט זיך וועסטו בעסער אנקומען....

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 8:46 pm
דורך חוח בין השושנים
מענין לענין, שמעתי פון א גערער חסיד:
א חסיד האט געפרעגט זיין רבי'ן דער לב שמחה זצ"ל, אויב ער זאל ענדערש שערן זיין יונגל אין מירון אדער ביים רבי'ן?
האט ער געענטפערט: אין בית הכסא. דארט מאכט עס די ווייניגסטע שמוציג די הויז...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 2:19 am
דורך so now what
לאז עם זען ווי מען שערט דיר, קענסט עם ווייזען בײ די מקוה איד ווי מען שערט

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:55 am
דורך לעגאו מענטשעלע
איך גיי אויך בעזהשי"ת מאכן אפשערן אין די נאנטע צוקונפט, וואס איך האב געטון איז אז איך האב געוויזן פאר מיין אינגל דעם שער מאשין, און אים עס געלאזט האלטן, דערנאך האב איך עס אנגעצינדן און אים עס געגעבן אין די הענט אריין. דערנאך האב איך אים געוויזן ווי איך פיר עס דורך אויף מיין האנט-פלאך [אנגעצינדענערהייט] און איך האב זיך געמאכט כאילו עס קיצלט מיר... דערנאך האב איך אים געפרעגט צו איך זאל עס לייגן אויף זיין האנט, האט ער געזאגט יא, און איך האב אים עס אליין געלאזט לייגן אויף זיין האנט. דערנאך האב איך עס דורכגעפירט אויף זיין פנים... און פארשטייט זיך ס'האט אים געקיצלט [ווייל אויב טאטי זאגט אז ס'קיצלט... מתסם ווייסט ער וואס ער רעדט...] און ער האט געלאכט... דערנאך האב איך אים געזאגט אז אי"ה נאך אביסל גייט מען עס לייגן אויף זיין הארעלעך... און ער האלט מיר שוין אינאיין בעטן איך זאל שוין מאכן דזשים דזשים אויף זיין הארעלעך...
און נאך אלע השתדלות בעט איך דעם באשעפער אז ווען עס קומט למעשה זאל אים נישט כאפן א פחד און ער זאל זיין רואיג...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:11 pm
דורך nmi
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: [ווייל אויב טאטי זאגט אז ס'קיצלט... מתסם ווייסט ער וואס ער רעדט...] :lol:
און נאך אלע השתדלות בעט איך דעם באשעפער אז ווען עס קומט למעשה זאל אים נישט כאפן א פחד און ער זאל זיין רואיג...

געווענטליך ווען מ'שערט אפ איז די קינד זייער צומישט, ס'קומען די באבעס, זיידעס, און עפעס טוט מען מיט זיין קאפ טראכט ער נישט אזוי אריין אין זיין מצב. אבער ס'עיז אלע מאל דא אויסנאם'ס

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 2:45 pm
דורך מים שלנו
און עס איז דא קינדער וואס מ'ברויך זיי לכתחילה אפשערן און אפוועזנהייט פון די עלטערן\זיידעס און דאן פארט עס געשמירט מיט די קינדער און נישט מיט די עלטערן אבער איז יצא הפסדו בשכרו!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:05 pm
דורך programmer
ווען איך האב אפגעשוירן מיין אינגל האב איך אים געגיבן צו האלטן א שפיגל ער זאל קענען זען ווי מען שערט אים ער איז געזיצן פארגאפט איבער די שפיגל און און נישט ארויסגעגיבן קיין מאג די ארומיגע האבן זיך אויסגעדריקט אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט געזען אזא רואיגע אפשערן