אן ארבעטס קאָלעגע וואס איז נעבעך נישט געזונט גייסטיש.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מרגניתא
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 9:24 am

אן ארבעטס קאָלעגע וואס איז נעבעך נישט געזונט גייסטיש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגניתא »

די באסס איז א פיינע ב"ה אין האט אויף גענומען א בחור אין די דרייסיגער צו ארויסהעלפן אין אפיס וואס אזוי ביז איצט בין איך געזיצן דארטן איינער אליין (אין מ'האט זיך גענויטיגט אין פיל הילף) דער ארבעטער איז נעבעך אדורך א גאר שווערע יוגנט, ער איז ממש איינער אליין (מיט א מאמע וואס נישט אין געגענט אין איז נעבעך אויך איינע אליין) די מצב בײ אים גייסטיש איז שרעקליך, ער איז שטארק דיפרעסט (נישט פאר צולאנג געהאט א נערוון צוזאמבראך) ער נעמט זיך וויינען ווי א קליין קינד פאר א לענגערע צייט אין דערנאך נעמט ער זיך שרייען, שעלטן, רעגן, האקן אין בראקן אזוי אז מ'קען ממש צושיסט ווערן.
די ארבעט בכללות איז א שווערע אין שטארק סטרעספול אין די ארבעט וואס ער טוט איז נישט אוועקצומאכן ב"ה, אבער זיצן צוזאמען מיט אים אין איין אפיס פארמאכט איז ממש אומדערטרעגליך.

די באסס האט רחמנות אויף אים (אין מ'דארף זיין הילף) אבער למעשה איז עס אויף מיין חשבון.
וואס טוט מען דא?
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

זייער האקעל. דאס קען זיין זיין הצלה אויפ'ן לעבן.

אפשר אים געבן א עקסטערע אפיס?
לעצט פארראכטן דורך בסד אום דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דער באסס מוז אים געבן ארבעט דווקא נעבן דיר?
זאל ער אים 'ארויסגעבן' ארבעט לשם מצוה.

זיי מודיע פאר דיין באסס אומצוויידייטיג: "לטובתך, אדער איך אדער ער".
אין אדם דר עם נחש בכפיפה אחת.

בסד האקט
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

חוח בין השושנים האט געשריבן:דער באסס מוז אים געבן ארבעט דווקא נעבן דיר?
זאל ער אים 'ארויסגעבן' ארבעט לשם מצוה.

זיי מודיע פאר דיין באסס אומצוויידייטיג: "לטובתך, אדער איך אדער ער".
אין אדם דר עם נחש בכפיפה אחת.

בסד האקט

איזי, בארואיג דיך. דו ביסט שוין מער גערעגט ווי אים אליין.

מיינסט לכאורה גוט. אבער רואיג.

טראכט פון העלפן אן טשעפענען דעם אנדערן.

אוועקנעמען דעם פראבלעם, אן מאכן א נייע פראבלעם.

אסאך מאל געשעט דער באטרעפנדער ווערט מער אנגעצויגן פון זיינע העלפערס. מ'קלערט אים אויף אז ער דארף זיין סאך מער גערעגט.

פון זיין רעדן זעט ער אויס זייער פארשטענדליך און אופן מיט אלע פאקטן. ער פארשטייט זיין בעל הבית, ער איז נישט אויפגערעגט. ס'דא עפעס וואס שטערט אים. "גיי זאג דיין בעל הבית אומצוויידייטיג...." האלאו, אטעם אריין טיף, פארוואס דארף ער ווערן גערעגט אויף זיין בעל הבית? ער איז אויף איין פעידזש מיט אים, פארוואס דארף די מצב ווערן ערגער? העלף אים מיט די דיטעל וואס שטערט אים.

בעיסט וויאזוי ער לייגט אראפ זיין פראבלעם. קען רעדן צו זיין בעל הבית נארמאל. דער נייער ארבייטער העלפט באמת ארויס, ס'מאכט אויס פאזיטיוו אויף די ארבייט. אבער זיין באנעמונג איז זייער פארווייטאגט און שווער. איך זוך א עצה צו האבן זיין הילף אן זיין נעגעטיווע באנעמונג. איך טראכט אפשר זאל ער ארבייטן און די אפיס אויף די אנדערע זייט?.... בקיצור.
לעצט פארראכטן דורך בסד אום דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Volunteer
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Volunteer »

בסד האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:דער באסס מוז אים געבן ארבעט דווקא נעבן דיר?
זאל ער אים 'ארויסגעבן' ארבעט לשם מצוה.

זיי מודיע פאר דיין באסס אומצוויידייטיג: "לטובתך, אדער איך אדער ער".
אין אדם דר עם נחש בכפיפה אחת.

בסד האקט

איזי, בארואיג דיך. דו ביסט שוין מער גערעגט ווי אים אליין.

מיינסט לכאורה גוט. אבער רואיג.

טראכט פון העלפן אן טשעפענען דעם אנדערן.

אסאך מאל געשעט דער באטרעפנדער ווערט מער אנגעצויגן פון זיינע העלפערס. מ'קלערט אים אויף אז ער דארף זיין סאך מער גערעגט.

פון זיין רעדן זעט ער אויס זייער פארשטענדליך און אופן מיט אלע פאקטן. ער פארשטייט זיין בעל הבית, ער איז נישט אויפגערעגט. ס'דא עפעס וואס שטערט אים. "גיי זאג דיין בעל הבית אומצוויידייטיג...." האלאו, אטעם אריין טיף, פארוואס דארף ער ווערן גערעגט אויף זיין בעל הבית? ער איז אויף איין פעידזש מיט אים, פארוואס דארף די מצב ווערן ערגער. העלף אים מיט די דיטעל וואס שטערט אים.

You need to give more details is he crying and saying something about you or is he crying for himself from what you say that he is cursing it looks like that he is cursing you, you can buy a book called stop walking on eggshells which is specifically made for such a person it looks like this person may have a personality disorder.
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

טאמער דארף ער שוין צוקומען צו די בוק. זאל ער אפטראגן פארן עס ליינען.
די בוק איז געמאכט פאר איינעם וואס איז צוגעבינדן, דהיינו, חתונה געהאט, און וויל בלייבן לעבן דערמיט. אדער א קונד מיט בארדערליין פערסאנאלאטי דיסארדער, BPD.
און ווערט מאניפעלירט פונעם BPD.
ווי קומט דא אריין BPD? ווייל ער איז פארווייטאגט?
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

אויב איר קענט האבן א פארבינדונג מיט זיין טרעפיסט אדער דאקטער, אדער מיט א עסקן וואס האט אט די פארבינדונגן קען די אינפארמעשן אסאך העלפן דעם דאקטאר און טערעפיסט מיט זיין ריקאווערי, און מעגליך די וועסט זען שנעלע טשענדשעס און זיין התנהגות. און אנדערע ווערטער יעדער, דו דיין בעל הבית און ער אליין וועלן שטייגן פון די גאנצע זאך.
אבדזשעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבדזשעקטיוו »

מרגניתא האט געשריבן:...אבער זיצן צוזאמען מיט אים אין איין אפיס פארמאכט איז ממש אומדערטרעגליך.
...
וואס טוט מען דא?


לענ"ד
ערשטענס, גרייט דיך צו און פארלאנג פון די באסס א מיטינג
דערנאך, פארלאנג פון די באסס מיט פעסטקייט אבער רואיג , אז דו אדער יענער דארפן זיצן אין אן עקסטערן אפיס
ס'שאדט נישט צו מקדים זיין די געוויסע מעלות פון די עדד-אן ארבייטער

דארפסט פארלאנגען א פונקטליכן פלאן, און צייט ווען עס וועט ווערן אויסגעפירט
זאלסט דיך בשום אופן נישט לאזן אוועקמאכן, אדער אפשטיפן

און לגבי צוזאמען ארבייטן מיט יענעם פון עקסטרע אפיסעס, וועסטו מעגליך נאכאלץ דארפן הילף פון א מומחה וויאזוי אראפצושטעלען דיינע גיידליינס, און זיך האלטן צו דעם;
און אזא פאל דארף די באסס דאס באצאלן.

איך רעד פון אזא מומחה ווי צום ביישפיל ר' שמעון גרין שליט"א

און לגבי דעם באטרעפענדן פערזאן, האלט דיך שטארק עם צו באהאנדלען הומען - אז דו זאלסט נישט ווערן א חלק פון זיין פראבלעם.

אויב דו קענסט נישט, ביזטו נישט מחויב צו האבן קיין פערזענליכן קשר מיט אים - דו קענסט זיך נאר האלטן צו א פראפעציאנאלן קשר, נאר וואס ס'האט שייכות צו די ארבייט.

פארשטייט זיך, אז אויב דעס קען נישט ארבייטן, זאלסטו זאגן פאר דיין באסס, אז דו וועסט מוזן זיכן עפעס אנדערש.


געדענק חייך קודמין
הצלחה רבה!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

בסד האט געשריבן:ווי קומט דא אריין BPD? ווייל ער איז פארווייטאגט?


איך? כ'האב גארנישט געטוען...

כ'מיין... אפשר יא. אבער איך בין נישט שולדיג.
מרגניתא
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגניתא »

א גרויסן ישר כח פאר אלע מגיבים.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”