"חסד" היכי דמי?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

"חסד" היכי דמי?

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:32 am

איך וויל טוהן חסד, אבער איך בין נישט געאייגנט צו זיין א הצלה מעמבער, שומרים, חבירים, זיין א חסד דרייווער קען איך אויך נישט, באזיכן קראנקע אין שפיטעלער אדער אידן אין תפיסה איז נישט געמאכט פאר מיר. וכו' וכו'.
וואס קענען איך טוהן?
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:34 am

גיב א שמייכל פאר אידן
דאס איז פון די גרעסטע חסדים וואס פעלט היינט פון די גאס

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:50 am

גיי צו צום עמוד
פאק אוועק ספרים
העלף די שמש אנגרייטן שלש סעודות און אויפרוימן
גיי מיט אן ארעמאן נאך געלט
נעם דיין ווייב שאפינג
פארברענג מיט דיינע קינדער
באזיך דיינע עלטערן איין מאל א וואך
ואטו כי רוכלא לחשב וליזל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:50 am

קיינער דא קען נישט דיין סביבה און ארום דיר אדער אפילו דיין נאטור צו קענען צואווייזן אויף ספעציפישע זאכן.

אוודאי (ווי "קענדי" זאגט און ווי דיין ניק ווייזט...) די סארט נאן-סטאפ חסדים, ווי געבן א שמייכל פאר א איד, א גוט ווארט פאר א איד, אדער אפילו סתם זיך העלפן איינעם שלעפן א פעקל אביסל, וכדו' דאס קענסטו אוודאי טון. אבער אלץ א חסד אקטיוויטעט איז דא די והותר וואס מען קען אלץ טון געוואנדען אין דיין נאטור און אין דיין סביבה.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5783
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:54 am

וואשן די קאך פלאר דאנערשטאג נאכט, שוין פרובירט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

שמייכל צו דיר

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג יולי 04, 2019 11:00 am

שמייכל צו דיר עטליכע מאל א טאג
ס'וועט איבעררינען

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:39 pm

אזוי נישט צי דערזאך ענטפערען, זעקס זאכען האט ער אויסגערעכנט, די צד השוה איז אז מען האט סיפוק דערפון אין מען שפירט ווי מען מען האט עפעס אויפגעטון, קראסען א מיידעלע איז א חסד סהאט אבער נישט דער געשמאק ווי ראטעווען א איד

אבער קנאפער איד האט א פונקט, קיינער ווייסט נישט פארוואס נישט די זעקס וואס די האסט אויסגערעכנט

אבער אפאר געדאנקען וועל איך פראבירען

ביזנעסמאן
טרעף (איין) אינגערמאן, משפחה חבר וואס דארף הילף (למשל נייע ביזנעס) אין העלף עם ארויס,

בן תורה
טרעף (איין) אינגערמאן, משפחה חבר וואס האט נישט קיין חברים וואס וועט זיך פרייען צי א גיט ווארט, מאך א שיער מיט עם

עס איז דא אידן וואס קענען נישט ארויס פין דערהיים, טרעף (איין) אין באזיך עם א פאר מאל א וואך

יעדען טאג קיק צי איך האב עפעס געשריבען אויף אייוועלט אין שרייב ווי קליג איך האב געשריבען אפילו ווען איך רעד נישט צידערזאך
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:46 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:וואשן די קאך פלאר דאנערשטאג נאכט, שוין פרובירט?

און וואשן די געשיר יעדע נאכט?
און העלפן לייגן שלאפן די קינדער (אדער געשוויסטער)?

ב"ה ספעלט נישט וואס צו העלפן ביי אונזערע אידישע שטובער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:08 pm

Chesed begins at home.

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:25 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:אזוי נישט צי דערזאך ענטפערען,

יעדען טאג קיק צי איך האב עפעס געשריבען אויף אייוועלט אין שרייב ווי קליג איך האב געשריבען אפילו ווען איך רעד נישט צידערזאך


וממנו ילמדו וכן יעשו.....

נאר א ווערטעל, באמת זייער גוט געשריבן, און קליג, צו דער זאך.

ובזה יצאתי ידי חובתי פון חסד אויפן טאג.
איך קען עס נישט טוען יעדען טאג, אמאל א יובל איז גענוג.

dinrap
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:29 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:יעדען טאג קיק צי איך האב עפעס געשריבען אויף אייוועלט אין שרייב ווי קליג איך האב געשריבען אפילו ווען איך רעד נישט צידערזאך

געוואלדיג
;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:33 pm

"גיב א שמייכל". גייסט אין ביהמ"ד טרעפסט דיין חבר, גיב אים א שמייכל, זאג אים א גוט מארגן מיט א שמייכל, גייסט אין גאס, אין די ארבעט, אין געשעפט, טרעפסט א איד, גיב אים א שמייכל, דו קענסט נישט וויסן וואס דיין שמייכל קען אים העלפן. א שמייכל קאסט נישט קיין געלט, ס'קאסט נישט קיין איבריגע כח. האסט טאקע געהאט א שווערע טאג, אבער פארגין יענעם א שמייכל.
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:54 pm

הה"ד גדול המלבין שיניים לחברו יותר ממשקהו חלב
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:55 pm

האלט ביי דיר אין טאש א נאטיצן ביכעלע, און פארשרייב דיר סיי וועלכע זאך ס'קומט דיר אונטער במשך'ן טאג וואס קען דיר צוניץ קומען צו העלפן אנדערע.
אמאל איז עס א חבר וואס רעדט זיך אפ צו דיר אז ער האט נישט קיין געהעריגע דזשאב, אמאל הערסטו פון א חבר / נאנטער / יונגערמאן אין ביהמ"ד וואס זוכט א שידוך וכו'.
די אלע זאכן זענען מעשים בכל יום, און אסאך מאל קענסטו זיין דער ריכטיגע שליח צו העלפן.

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:01 pm

אלעס וואס דער עולם האט געשריבן איז זייער חשוב, גיטע מדות, אבער למשל דער הצלה מעמבער קען ווייטער זיין א שלעכטער שווערע מענטש, אין טין חסד,

ווען איינער פרעגט אזא שאלה, זעה איך דריי מעגליכקייטען אדער איז ער א שלעכטער אין וויל זיך שפירן גוט מיטן טין איין מין חסד, אדער האט ער שוין אויסגעארבעט זיינע מידות אין ער וויל טון אביסעל מער, אדער ערגעץ אין דערמיטען

במילא וועגען דעים האב איך געשריבען אז ער זאל נעמען איין מענטש אין טון מיט עים חסד, אזוי קען ער בלייבען א רשע אדער א צדיק אדער, עס האט די זעלבע בענעפיט ווי צי טון איין מין חסד מיט אסאך מענטשען, מען פילט ווי מען מאכט א חילוק,

ועיקר שכחתי, זיין ניק הייסט גיב א שמייכעל, אין יעדער זאגט עים גיב א שמייכעל
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

ששון
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 3:55 pm

שאף א ניר נדבן...אדער שאף דיך זעלבסט... אויב ביסט געאייגענט דערפאר

תגובהדורך ששון » דינסטאג יולי 16, 2019 7:45 pm

בס"ד

איך האב ערהאלטן פון מיינס א חבר וואס האט עס באקומען פון זיינס א חבר, א גוטהארציגער ברודער זיינער איינער פון כלל ישראל, די ווייטערדיגע:

דאס איז וואס ר' שלו' פלאאקס ני"ו האט אריינגעזאגט מיט זיין פנים פאר די וועלט אין א ווידעא (קליפ) מעסעדזש פאר'ן ציבור החשוב (אויף ענגליש, און עס איז געווארן פארטייטשט פאר די אידישע-רעדענדע ציבור):

א גוטען,
מיין נאמען איז שלו' פלאאקס - און אסאך קענען מיך אלס "סעם" - פון "אונזער פארמאסי," אין וומסב"ג.
איך דארף האבן א "קידני" (ניר). איך וויל אמת'דיג בלייבן לעבן, און זען מיינע קינדער חתונה געהאט און האבן אייניקלעך. איך בין אין א דרינגענדליכע געברויך דערפאר.
אויב עמיצער וואלט געוואלט ווערן "טעסטעד" [צו וויסן אויב ער איז א גוטער ניר-נדבן] ביטע פארבינדט זיך מיט "רענועל ארגענייזעישאן."
א דאנק אייך.

און אין זיינע ווערטער:
Hi,
My name is Shulem Flacks - some people know me as Sam – from "Unzer Pharmacy" in Williamsburgh.
I need a kidney. I really like to live and see my children married and have grandchildren, and I’m in desperate need.
If anybody would like to get tested, please reach out to Renewal.
Thank you.

ממילא צו שיקן פאר דיינע באקאנטע דעם געשריי פאר'ן לעבן איז עפעס וואס קענסט לכאורה גרינג טון. מ'דארף נישט זיין דערפאר אן הצלה, פייער לעשער, שומרים, קאמסאר, אדער חברים דראקלאנד אדער קינגס קאונטי וכו' וכו'... אדער מסעסקים מערילענד וכדו' כולם אהובים וכלם ברורים וגבורים. ר' שלו' SAM איר האט געטון דעם ריכטיגער שריט. אז מ'בעט האט מען, זאגט דער וועלט. תפלה עושה מחצה, תפלה העלפט! און אין דעם פאל דארף ער נאר העלפט.
מ'דארף נישט ביים שיקן דעם לעבן אפיעל צו די חבירים אויפהערן שמייכלן... :) אדרבה מ'דארף טון א אזא גרויסן מצוה מיט א א גרויסע שמחה :) עבדו את השם בשמחה :) לאמיר פארציילן די פיינע נייעס אין פריידן מיט'ן הילף פון אדון כל.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט