די שוויות פון א מענטש

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

די שוויות פון א מענטש

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג מאי 21, 2019 7:58 pm

בס"ד

זעלבסט-ווירדע, דאס אז א מענטש זאל זיך אליינס רעספעקטירען איז כידוע די יסוד פון א מענטש, א מענטש וואס האט נישט קיין זעלבסט-ווירדע האט זיך נישט אינטער קאנטראל, ער קען זיך נישט נעמען און די הענט, ער קען שווערליך אויספירען זאכן וואס ער וויל, ער איז אויסגעשטעלט צו פארשידענע מענטל קראנקהייטן.
עס קלאפט אויס ביי א יעדן אנדערש אבער הצד השוה ביי יעדן וועט זיין אז עס איז נישט גוט...

וואס איז דאס זעלבסט-ווירדע? פארוואס און וויאזוי זאל זיך א מענטש שעצן?
אסאך וועלן ענטפערן אויף דעם אומריכטיג, און זאגן אז דאס איז אז א מענטש זאל אנערקענען זיינע אייגענע מעלות און פעאיגקייטן.
אנדערע וועלן זאגן מער אידישלעך אז א מענטש דארף אנערקענען אז ער איז א חלק אלוקי ממעל, און ער זאל זיך שעצן לכבוד דעם, וואס דאס איז שוין נענטער צום אמת, אבער אויך נישט ריכטיג.

איז וואס יא?
די הייליגע בעל התניא שרייבט אז די מדה פון גאוה סיי גאוה דקדושה און סיי די מדה רעה פון גאוה איז די יסוד פון א מענטש עס איז גראד ארויס פון די נשמה פון א מענטש, עס איז נישטא קיין גורמים אדער נטיות וואס זענען דאס גורם, נאר עס איז דאס די געפיל פון די נשמה.

לאמיר פארשטיין און קורצן וואס דאס מיינט.
א מענטש האט א תאוות אכילה, אדער סיי וועלכע אנדערע תאוות, איז דאס ווייל די נפש הבהמיות ציהט דערצו.

מה שאין כן גאוה, גאוה קומט נישט פון די נפש הבהמיות עס קומט גלייך פון די נשמה, די נשמה פון א מענטש איז א חלק אלוקי ממעל, און עס פארלאנגט ריספעקט, די נשמה פון א מענטש פארלאנגט מען זאל אים שעצן.
איז ווען א מענטש איז הייליג ווייסט ער וויאזוי ריכטיג אפצוגעבן די כבוד פאר זיין נשמה זוכט עס נישט קיין לעכעריגע גאוה.
אבער איינער וואס איז נישט אויסגעארבעט זוכט שעצונג פון אנדערע וועגן.


היוצא לנו מזה, די נשמה און נפש פון א מענטש איז אזוי טייער און אזוי רעספעקטירט, און עס פארלאנגט ריספעקט און שעצונג, און דאס איז די סיבה פארוואס עס טוט אזוי וויי ווען מען צוקלאפט איינעמס זעלבסט-ווירדע, עס איז די נשמה וואס שרייט! עס איז די יסוד פון די מענטש וואס פארפירט און וויינט!

א מענטש פארלירט קיינמאל נישט זיין זעלבסט-ווירדע, ער קען באקומען מעסעדזשס וואס שלאגן זיך מיט זיין זעלבסט-ווירדע
צי זאל דאס זיין דורך דירעקט דערנידערן אלס קינד.
אדער דורך נישט באקומען די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט, וואס דאס רעדט גראד צום נשמה אז, דו ביסט נישט ווערט מען זאל זיך מתייחס זיין צו דיר.

די נקודה וואס איך וויל צוקומען איז, אז אסאך פסיכעלאגען וועלן פרובירען צו זאגען פארן מענטש ער זאל טראכטן פון זיינע מעלות, אדער ערליכערע וועלן פרובירן צו זאגען אז מען זאל זיך מתבונן זיין אז מען איז א חלק אלוקי ממעל.
דאס איז אומריכטיג און וועט נישט ברענגן די מענטש צו אמתדיגע זעלבסט-ווירדע, עס וועט אביסעלע ארום שפילן מיט די מח, אבער נישט ברענגן צום ציל, און די סיבה דערצו איז ווייל א מאנגל און סעלפ-עסטיעם איז נישט קיין חסרון ידיעה פון די ווערד פונעם מענטש, דו דארפסט נישט טרעפן א סיבה פארוואס דו זאלסט דיך שעצן! דו ביסט געשעצט אן קיין שכל'דיגע פארשטאנד אדער סיבה, עס איז גראד פון די נשמה! דו דארפסט נאר יא אויפהערן דיך צו נישט רעספעקטירן פאר פאלשע מעסעדזשס וואס די האסט באקומען
א געזונטע מענטש טראכט קיינמאל נישט אז ער איז א חלק אלוקי ממעל און זיינע מעלות זענען נישט וואס געבן אים די שוויות, ער שפירט די שוויות ווייל מען האט פשוט קיינמאל נישט אפגלייקענט זיין שוויות.
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום מיטוואך מאי 29, 2019 8:55 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג מאי 21, 2019 8:06 pm

גוט גלייך צום פאוינט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג מאי 21, 2019 10:24 pm

זייער א גוטע דעליווערי.

מענין לענין האבעך אמאל געזען, איך געדענק נישט יעצט ווי, אז כבוד איז די זעלבע, די נשמה פון א מענטש דארף כבוד ווייל דעיס איז די תכלית באמת וואס די נשמה וויל ציקימען אויף יענע וועלט, במילא דא אויף די וועלט, ציט ער דעם גוף צי כבוד.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך מאי 22, 2019 7:07 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:זייער א גוטע דעליווערי.

מענין לענין האבעך אמאל געזען, איך געדענק נישט יעצט ווי, אז כבוד איז די זעלבע, די נשמה פון א מענטש דארף כבוד ווייל דעיס איז די תכלית באמת וואס די נשמה וויל ציקימען אויף יענע וועלט, במילא דא אויף די וועלט, ציט ער דעם גוף צי כבוד.

אמת.
די נשמה פון א מענטש איז א איש מכובד... וואס פארלאנגט כבוד

מחשב
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך מאי 22, 2019 7:53 pm

שרייזשע, צו דיינע שלילי'ס בין איך האלבוועגס מסכים, אבער דיין חיובי דארף שיפור לענ"ד. דו מישט אביסל אויס צווישן גאוה און תפארת. די מימרא פון בעל התניא איז פארקערט ווי איך האב געזען אין זיינע ספרים, אדרבה אפשר האסטו א מקור ברענג עס. לכאורה איז הכרת השורש וביטולו אליו דער ענטפער, אפשר ווען כ'על האבן מער צייט...
הוי מחשב...

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך מאי 22, 2019 8:57 pm

מחשב האט געשריבן:שרייזשע, צו דיינע שלילי'ס בין איך האלבוועגס מסכים, אבער דיין חיובי דארף שיפור לענ"ד. דו מישט אביסל אויס צווישן גאוה און תפארת. די מימרא פון בעל התניא איז פארקערט ווי איך האב געזען אין זיינע ספרים, אדרבה אפשר האסטו א מקור ברענג עס. לכאורה איז הכרת השורש וביטולו אליו דער ענטפער, אפשר ווען כ'על האבן מער צייט...

איך האב געמאכט א טעות. (א ביטערע טעות..) מיטן ניצן גאווה, (עס איז מיר געליגען און קאפ אז די תניא זאגט עס אויף גאווה, אבער איך מיין די ביסט גערעכט)
איך האב צו שטארק צאמגעשטעלט כבוד מיט גאווה, וואס איז נישט ריכטיג.
איך האב געמיינט כבוד.
עס טוישט אבער נישט די נקידה.
די עיקר האב איך געוואלט די אויספיר.

רבות מחשבות
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 3:13 pm

תגובהדורך רבות מחשבות » זונטאג מאי 26, 2019 4:48 pm

איז וואס איז די ריכטיגע וועג צו ארבעטן אויף סעלף עסטים?

samuel
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 12:22 pm

תגובהדורך samuel » מאנטאג מאי 27, 2019 5:53 pm

"מען קען דאך אריין קוקן אין ספר "דע את עצמך" אדער "דע את את נפשך", (דע את הווייתך) וכדומה, פון די בעל מחבר מערכת "בלבבי משכן אבנה?!!!!
http://www.bilvavi.net
דער "נארמאל" איז שוין "אַבְּיָאזְט" געווארן

samuel
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 12:22 pm

תגובהדורך samuel » דינסטאג מאי 28, 2019 12:40 pm

שרייזשע האט געשריבן:בס"ד

דארפסט נישט באקומען סעלף עסטיעם, דארפסט קעיר נעמען פון די זאך וואס שלאגט און קריגט זיך מיט דיין סעלף עסטיעם!

דאס אז א מענטש אנערקנעט זיין מעלות איז א תוצאה פון סעלף עסטיעם נישט קיין מיטל צוציקומען דערצו
א מענטש מיט סעלף עסטיעם אנערקענט זיינע חסרונות פונקט ווי זיין מעלות!



.ס'איז אויף צו אַבְּסֶעסֶ'ן, דיע ווערטער
לעצט פאראכטן דורך samuel אום דינסטאג מאי 28, 2019 1:40 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
דער "נארמאל" איז שוין "אַבְּיָאזְט" געווארן

דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 7:18 pm

תגובהדורך דעת הקהל » דינסטאג מאי 28, 2019 1:06 pm

אזוי ווי געזאגט א יעדער יוד האט א נאטירליכע סעלף עסטים מ'דארף נאר זיך אפשטעלן יעדן טאג אפאר מינוט דיסקאנעקטען פון די גאנצע ארום, זיין מיט זיך אליין און קאנעקטען צו די אמת'ע "איך" דעמאלטס קען מען אנהייבן מיט די צייט צו הערן און שפירן די אמת'ע נאטירליכע סעלף עסטים, וואס ווערט איבערגעשריגען מיט די קולות און ווירטשאפט פון אונזער טאג טעגליכע לעבן וואס לאזט עס נישט ארויסקומען צום אויבערפלאך.
אונזערע טאג טעגליכע מעסעדזשעס וואס מיר באקומען פון די סביבה, חברים, ביזנעס, מארקעטינג עדס, וכו' די כסדר'דיגע סתירות וואס מיר זעהן כסדר ארום אונז, וואס מיר ווערן נשפע דערפון מיינענדיג אז דאס איז אונזער אמת'ע "מציאות" און דאס פארדעקט די אמתע איך, א מענטש זעצט זיך אראפ אפאר מינוט "אויסלופטערען" אביסעל פון די פאלשע/ נעגעטיוו מעסעדזעס, יעצט איז דא פלאץ אז דער "אמת'ע איך" זאל ארויסקומען אויפן אויבערפלאך און איהר דערהערן און איינדערקענען אז די נפש/נשמה האט אויך עפעס צו זאגן האט אויך א דעה נישט ווייניגער ווי די אלע מעסעדזשעס פון די סביבה.

samuel
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 12:22 pm

תגובהדורך samuel » דינסטאג מאי 28, 2019 1:47 pm

דעת הקהל האט געשריבן:אזוי ווי געזאגט א יעדער יוד האט א נאטירליכע סעלף עסטים מ'דארף נאר זיך אפשטעלן יעדן טאג אפאר מינוט דיסקאנעקטען פון די גאנצע ארום, זיין מיט זיך אליין און קאנעקטען צו די אמת'ע "איך" דעמאלטס קען מען אנהייבן מיט די צייט צו הערן און שפירן די אמת'ע נאטירליכע סעלף עסטים, וואס ווערט איבערגעשריגען מיט די קולות און ווירטשאפט פון אונזער טאג טעגליכע לעבן וואס לאזט עס נישט ארויסקומען צום אויבערפלאך.
אונזערע טאג טעגליכע מעסעדזשעס וואס מיר באקומען פון די סביבה, חברים, ביזנעס, מארקעטינג עדס, וכו' די כסדר'דיגע סתירות וואס מיר זעהן כסדר ארום אונז, וואס מיר ווערן נשפע דערפון מיינענדיג אז דאס איז אונזער אמת'ע "מציאות" און דאס פארדעקט די אמתע איך, א מענטש זעצט זיך אראפ אפאר מינוט "אויסלופטערען" אביסעל פון די פאלשע/ נעגעטיוו מעסעדזעס, יעצט איז דא פלאץ אז דער "אמת'ע איך" זאל ארויסקומען אויפן אויבערפלאך און איהר דערהערן און איינדערקענען אז די נפש/נשמה האט אויך עפעס צו זאגן האט אויך א דעה נישט ווייניגער ווי די אלע מעסעדזשעס פון די סביבה.


אכשר דרא/ דעת הקהל, אז ס'האלט שוין ביי אזָאנ'ס
דער "נארמאל" איז שוין "אַבְּיָאזְט" געווארן

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך מאי 29, 2019 8:20 pm

זייער פיין געשריבן הרב "שרייזשע"

איך בין עס איבערגעגאנגן און פארראכטן אסאך ספעלינג מיסטעיקס
אויב איר קענט עס קאפיען און אריינלייגן אנטשטאט


בס"ד

זעלבסט-ווירדע, דאס אז א מענטש זאל זיך אליינס רעספעקטירען איז כידוע די יסוד פון א מענטש, א מענטש וואס האט נישט קיין זעלבסט-ווירדע האט זיך נישט אינטער קאנטראל, ער קען זיך נישט נעמען און די הענט, ער קען שווערליך אויספירען זאכן וואס ער וויל, ער איז אויסגעשטעלט צו פארשידענע מענטל קראנקהייטן.
עס קלאפט אויס ביי א יעדן אנדערש אבער הצד השוה ביי יעדן וועט זיין אז עס איז נישט גוט...

וואס איז דאס זעלבסט-ווירדע? פארוואס און וויאזוי זאל זיך א מענטש שעצן?
אסאך וועלן ענטפערן אויף דעם אומריכטיג, און זאגן אז דאס איז אז א מענטש זאל אנערקענען זיינע אייגענע מעלות און פעאיגקייטן.
אנדערע וועלן זאגן מער אידישלעך אז א מענטש דארף אנערקענען אז ער איז א חלק אלוקי ממעל, און ער זאל זיך שעצן לכבוד דעם, וואס דאס איז שוין נענטער צום אמת, אבער אויך נישט ריכטיג.

איז וואס יא?
די הייליגע בעל התניא שרייבט אז די מדה פון גאוה סיי גאוה דקדושה און סיי די מדה רעה פון גאוה איז די יסוד פון א מענטש עס איז גראד ארויס פון די נשמה פון א מענטש, עס איז נישטא קיין גורמים אדער נטיות וואס זענען דאס גורם, נאר עס איז דאס די געפיל פון די נשמה.

לאמיר פארשטיין און קורצן וואס דאס מיינט.
א מענטש האט א תאוות אכילה, אדער סיי וועלכע אנדערע תאוות, איז דאס ווייל די נפש הבהמיות ציהט דערצו.

מה שאין כן גאוה, גאוה קומט נישט פון די נפש הבהמיות עס קומט גלייך פון די נשמה, די נשמה פון א מענטש איז א חלק אלוקי ממעל, און עס פארלאנגט ריספעקט, די נשמה פון א מענטש פארלאנגט מען זאל אים שעצן.
איז ווען א מענטש איז הייליג ווייסט ער וויאזוי ריכטיג אפצוגעבן די כבוד פאר זיין נשמה זוכט עס נישט קיין לעכעריגע גאוה.
אבער איינער וואס איז נישט אויסגעארבעט זוכט שעצונג פון אנדערע וועגן.


היוצא לנו מזה, די נשמה און נפש פון א מענטש איז אזוי טייער און אזוי רעספעקטירט, און עס פארלאנגט ריספעקט און שעצונג, און דאס איז די סיבה פארוואס עס טוט אזוי וויי ווען מען צוקלאפט איינעמס זעלבסט-ווירדע, עס איז די נשמה וואס שרייט! עס איז די יסוד פון די מענטש וואס פארפירט און וויינט!

א מענטש פארלירט קיינמאל נישט זיין זעלבסט-ווירדע, ער קען באקומען מעסעדזשס וואס שלאגן זיך מיט זיין זעלבסט-ווירדע
צי זאל דאס זיין דורך דירעקט דערנידערן אלס קינד.
אדער דורך נישט באקומען די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט, וואס דאס רעדט גראד צום נשמה אז, דו ביסט נישט ווערט מען זאל זיך מתייחס זיין צו דיר.

די נקודה וואס איך וויל צוקומען איז, אז אסאך פסיכעלאגען וועלן פרובירען צו זאגען פארן מענטש ער זאל טראכטן פון זיינע מעלות, אדער ערליכערע וועלן פרובירן צו זאגען אז מען זאל זיך מתבונן זיין אז מען איז א חלק אלוקי ממעל.
דאס איז אומריכטיג און וועט נישט ברענגן די מענטש צו אמתדיגע זעלבסט-ווירדע, עס וועט אביסעלע ארום שפילן מיט די מח, אבער נישט ברענגן צום ציל, און די סיבה דערצו איז ווייל א מאנגל און סעלפ-עסטיעם איז נישט קיין חסרון ידיעה פון די ווערד פונעם מענטש, דו דארפסט נישט טרעפן א סיבה פארוואס דו זאלסט דיך שעצן! דו ביסט געשעצט אן קיין שכל'דיגע פארשטאנד אדער סיבה, עס איז גראד פון די נשמה! דו דארפסט נאר יא אויפהערן דיך צו נישט רעספעקטירן פאר פאלשע מעסעדזשס וואס די האסט באקומען
א געזונטע מענטש טראכט קיינמאל נישט אז ער איז א חלק אלוקי ממעל און זיינע מעלות זענען נישט וואס געבן אים די שוויות, ער שפירט די שוויות ווייל מען האט פשוט קיינמאל נישט אפגלייקענט זיין שוויות.

דארפסט נישט באקומען סעלף עסטיעם, דארפסט קעיר נעמען פון די זאך וואס שלאגט און קריגט זיך מיט דיין סעלף עסטיעם!

דאס אז א מענטש אנערקענט זיינע מעלות איז א תוצאה פון סעלף עסטיעם נישט קיין מיטל צוצוקומען דערצו.
א מענטש מיט סעלף עסטיעם אנערקענט זיינע חסרונות פונקט ווי זיין מעלות!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך מאי 29, 2019 8:57 pm

נודה לך האט געשריבן:זייער פיין געשריבן הרב "שרייזשע"

איך בין עס איבערגעגאנגן און פארראכטן אסאך ספעלינג מיסטעיקס
אויב איר קענט עס קאפיען און אריינלייגן אנטשטאט

יישר כח
פאראכטן


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט