קען מען מאכן א חתונה פלאן אויפן זעלבן סיסטעם ווי ערבים?

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך ווייס אז ס'איז עטוואס מער. איך האב געשריבן לכל הפחות.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מי זה
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 22, 2019 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי זה »

וויפל איך פארשטיי איז די פלאן אין קארלין אויסגעשטעלט אז די יונגערמאן באקומט א הלוואה אויף יעדן קינד, און נאך וואס ער האט גענדיגט צאלן אלע התחייבות'ן באקומט ער צוריק די גאנצע סכום וואס ער האט אריינגלייגט במשך די צוואנציג יאר ביז ער האט אנגהויבן חתונה מאכן.
פארשטייט זיך אז אויב די יונגערמאן צאלט נישט כסדר די ערשטע הלוואה באקומט ער נישט קיין צווייטע, און מ'דארף אויך ברעגען אויף יעדע הלוואה ערבים וואס זענען אין די פלאן.
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

צו סאמערייזן זעה איך דא צוויי זייער שטארקע טענות וואס דער עולם ברענגט ארויס אויף די פלאן (איך מיין נישט חס ושלום אוועקצומאכן, איך שעץ שטארק סיי וועלכע געדאנק לטובת הציבור. משמועסט בלויז אויס די נושא)
איינס אז אויב יעדער וועט פון דא ארויסנעמען דעמאלט וועט זיין זייער א הויכע פרימיום (משא"כ א לייף/פייער אינשורענס אדער ערבים וואס ארבער וועגן א סטאטיסטיק אז א גאר קליינע פראצענט נעמט ארויס און דעריבער קען זיך די פרימיום האלטן ביליג)
צוויי, אז ספעלט א סיבה פארוואס א מענטש זאל דאס אנהאלטן נאכן חתונה מאכן זיינע קינדער וואס באדייט אז די גרופע וועט כסדר שרינקען
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

לאמיר מאכן א שנעלע חשבון לאמיר זאגן אז די מעקס וואס מען קען נעמען א א פין א מענטש איז $700 הגם ערבים מעקס איז נאר בערך 350$ לאמיר שוין זאגן 700 וואס איז בערך $60 א חודש
2000 מאך 700 איז 1.4 מיליאן
דעווייד עס איז 40,000 איז עס 35
דאס מיינט אז נאר 35 מחותנים וועלן זיך דעקן פין 2000 מענטשן אין די זעלבע 5 יאר עידש וואס יעדער האט אפאר קינדער איז דא אסאך אסאך מער ווי אפאר מאל 35

לאמיר שוין זאגן אז מען קען אפי' מאכן צאלן 100 א חודש (מען קען נישט אדער לאמיר חלומען) קומט עס אויס 1200 א יאר מאל 2000 איז 2.4 מיליאן א יאר, דעקט עס קנאפע 60 חתונות אויך זייער זייער ווייט פין גענוג פאר 2000 מענטשן
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום מיטוואך מאי 01, 2019 7:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

מ'האט אמאל גערעדט דערפון, אויב איז דא א סיסטעם וואס שטעלט צוזאם 40 פופציג אידן, דירעקט אנדערע עידשעס, קען זיין אז זענען משפחה אדער חברים, אבער א סיסטעם בעקט עס און ראנט עס, קען עס ארבעטן אז יעדער געט א אלף ווען יענער מאכט חתונה, יעדער האלט א אלף אין די סיסטעם, און ריפילד ווען ס'ווערט אויסגענוצט, און מ'האט אן אמערדשענסי וויפיל מ'צאלט ווען איינער זעצט אן, און א סיסטעם וואס ריפלעיסט דעם מענטש שנעל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אויב ס'איז אנדערע עיזשעס זעצט מען אן ביים אינגסטן קינד'ס חתונה, און די אינגערע פון די גרופע בלייבן אויסגעשפילט, כמו שכת"ל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

באו חשבון: די גאדאנק אז יעדער זאל געבן $20 איז נאר געווען א משל,
לאמיר זאגן אז 2000 מענטשן געבן אפי' נאר $7 (במקום 20) וועט עס אויסקומען צו א טאטעל פון 14,000 אויך נישט אוועקצומאכן, ס'איז א ריזן סכום וואס יעדער קען נוצן ווען מ'מאכט חתונה.
אה"נ לגבי די אנדערע טענות דארף מען טאקע זען וואס מ'קען אויסארבעטן, אבער איך גלייב שטארק אז מ'קען עס אויסהאמערן אויף א פראפעשאנעל וועג.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אילו זכינו האט געשריבן:באו חשבון: די גאדאנק אז יעדער זאל געבן $20 איז נאר געווען א משל,
לאמיר זאגן אז 2000 מענטשן געבן אפי' נאר $7 (במקום 20) וועט עס אויסקומען צו א טאטעל פון 14,000 אויך נישט אוועקצומאכן, ס'איז א ריזן סכום וואס יעדער קען נוצן ווען מ'מאכט חתונה.
אה"נ לגבי די אנדערע טענות דארף מען טאקע זען וואס מ'קען אויסארבעטן, אבער איך גלייב שטארק אז מ'קען עס אויסהאמערן אויף א פראפעשאנעל וועג.

זיבן דאלער קוקט אפשר נישט אויס קיין סאך, די פראגע איז אבער וויפיל מאל 7 מען וועט דארפן געבן, מאלטיפליי הייבט זיך זייער שנעל. הונדערט מאל זיבן איז 7 מאות, און טויזענט מאל זיבן איז שוין 7000...

ובכלל פארוואס זאלן אלע איינצאלן און ארויסנעמען ווען מ'קען עס פשוט האלטן פאר זיך? דאס איז קלאר אז נאר ווער עס מאכט חתונה וועט זיך אנשליסן אין דעם פראגראם, עס קומט נישט צו געלט פון אזעלכע וואס נעמען נישט ארויס, סא אנשטאט איינצאלן 7 מאל 2000 פאר אלע מיטגלידער, זאל יעדער האלטן די 14 טויזענט פאר זיך און עס נוצן געזונטערהייט.
מנחם הלוי
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 30, 2018 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם הלוי »

איך האב שוין לאנג געקלרעט וועגען אזא סיסטעם, איך מיין די וועג וויאזוי דאס קען ארבעטען איז פער קינד, דהיינו מען צאלט איין פאר יעדע קינד א גאר קליינע סכום 5 ביז 10 דאללער, אבער מען דארף אנהייבען איינצאלן ביי די 5 יאר, אויב מען קומט אריין שפעט דארף מען צוריקצאלען למפרע, ס׳זאל זיין פון א געמישטע עלטער כדי מען זאל קיינמאל נישט דארפען באצאלען צופיל אויפאמאל, אבער לקו״ע איז דאס נאר א סעווינגס, וויל נאך אלעם באקומט מען די זעלבע וואס מען צאלט אריין.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
מנחם הלוי האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געקלרעט וועגען אזא סיסטעם, איך מיין די וועג וויאזוי דאס קען ארבעטען איז פער קינד, דהיינו מען צאלט איין פאר יעדע קינד א גאר קליינע סכום 5 ביז 10 דאללער, אבער מען דארף אנהייבען איינצאלן ביי די 5 יאר, אויב מען קומט אריין שפעט דארף מען צוריקצאלען למפרע, ס׳זאל זיין פון א געמישטע עלטער כדי מען זאל קיינמאל נישט דארפען באצאלען צופיל אויפאמאל, אבער לקו״ע איז דאס נאר א סעווינגס, וויל נאך אלעם באקומט מען די זעלבע וואס מען צאלט אריין.

דאס קען זיין א שטארקע מהלך פאר די פריערדיגע שאלה אז מ'וועט נאר אריינקומען ביים חתונה מאכן, און וויאזוי קען מען מאכן צו צאלן פריער.
איז דאס אפשר די תשובה, מען דארף אנהויבן צו צאלן ווען קינד איז נאך זייער יונג, און קענסט אויך אריינקומען שפעטער, אפילו ביי די 18, אבער צאל אריין פאר אלע יארן צוריקוועגס, נאכדעם קען מען רעדן. אבער אפשר נישט, ווייל אפילו מען צאלט אריין האט מען אבער נישט נושא בעול געווען ביז יעצט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

מנחם הלוי האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געקלרעט וועגען אזא סיסטעם, איך מיין די וועג וויאזוי דאס קען ארבעטען איז פער קינד, דהיינו מען צאלט איין פאר יעדע קינד א גאר קליינע סכום 5 ביז 10 דאללער, אבער מען דארף אנהייבען איינצאלן ביי די 5 יאר, אויב מען קומט אריין שפעט דארף מען צוריקצאלען למפרע, ס׳זאל זיין פון א געמישטע עלטער כדי מען זאל קיינמאל נישט דארפען באצאלען צופיל אויפאמאל, אבער לקו״ע איז דאס נאר א סעווינגס, וויל נאך אלעם באקומט מען די זעלבע וואס מען צאלט אריין.

דעס איז די געדאנק פון די ענבי הגפן פלאן
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

מ׳קען טוען פשט. מ׳לייגט אריין געלט אנגעהויבן יארן פארן חתונה מאכן. און ווען מ׳מאכט חתונה געבט מען דיר די געלט מיט אינטרעסט

דאס אלעס קענסטו יעצט אליינס טוען, ווען די לייגסט אוועק יעדע חודש געלט. (למשל אין א האל לייף אינשורענס וכד׳ )
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

די עסקנים פון אחב"י די סיריע'ר אידען אין פלעטבוש ארבייטען יעצט אויף אזא סיסטעם
זיי האלטען יעצט ביי 453 פון די 1000 וואס זיי דארפען צו די התחלה
https://www.semahot.com/
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

געשיקטער האט געשריבן:די עסקנים פון אחב"י די סיריע'ר אידען אין פלעטבוש ארבייטען יעצט אויף אזא סיסטעם
זיי האלטען יעצט ביי 453 פון די 1000 וואס זיי דארפען צו די התחלה
https://www.semahot.com/

זיי זענען נאר א פאנדרעיזינג גרופע צו געבן, גארנישט צו באקומען דורך זיין איינגעשריבן, זיי ווילן בשותפות געבן פאר יעדן בעל שמחה ביי א ברית בר מצוה און חתונה, בערך אזוי ווי די קרן מלמדים ביי מוסדות מהר"א. ווילן זיי געבן פאר כל הקהל הקודש
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

If all cars on the roads will get total lost by accidents once a year would the car insurance industry exist. ?
No
If all houses would get burned down from. A fire every other year would house insurance exist ?
No
If all people would get sick and cost treaymts 200k a year would the health insurance industry exist. ?
No

If you agree to the above then you have your answer to this ESHKOL
NO
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

ס'קען נישט ארבעטן פאר די פאלגענדע סיבות:

1) ראובן הייבט יעצט אן חתונה מאכן זיין ערשטע קינד. וועט ער יעצט דארפן איינצאלן 10 יאר ביז ער קען באקומען?
2) שמעון איז שוין א מעמבער 10 יאר, ער צאלט ערליך. יעצט תש"פ ענדיגט ער ב"ה חתונה מאכן זיין אינגסטע קינד.... גלייך נאך די חתונה פארשליסט ער זיין אקאונט.
3) לוי האט חתונה געמאכט זיין קינד - ליידער האט מען זיך געשיידעט. לוי מאכט נאכאמאל חתונה דעם זעלבן קינד - באקומט ער נאכאמאל?
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”