ארבעטער האט געשריבן:שטארק זיך איז ב"ה אריין אין די אינשורענס ליין,
מען בעט יעדעם איינעם זאל עם ארויס העלפן אנצוהאלטען די אבי אבות הקריזיסען סומוטאכע, כדי ער זאל קענען אריינברענגען ווי מער פאליסיס, ממילא וועט ער האבן מיט וואס צו ריטייערען
פאר א ווערטל איז עס זיכער גוט.
יעדער מעג פארקויפן זיין פראדוקט און ארויסברענגען דעם געברויך דערפאר, מען טאר עס נאר נישט ערגער מאכן וואו ס'איז.
עס ליגט מיר אין קאפ און צווישן די פינגער א לאנגע תגובה בנושא זה, כ'מיין אז כ'וועל עס קיינמאל נישט אנקומען אפצוטייפן כמבואר לעיל איך קריזיס שוין אביסל.
איך וועל נאר קודם אפגעבן א קליינע עפיזאד ווס בדידי הוה עובדא, פאר אסאך אסאך יארן צוריק בין איך געווען אינוואלווד אויפצושטעלן א קרן יתומים פאר א משפחה דא אין בארא פארק 53 סט. מתפלל. רוב שותפים לדבר מצוה זענען געווען עלטערע אידן עסקנים מדור הקודם כמעט אלע היינט בעולם העליון ר' ז"ב ז"ל ר' אי"ג פון ווילי וכו'
דעמאלטס איז נאך נישט געווען קיין ערבים נאר לייף אינשורענס, און דער גרעסטער בעל צדקה פון בארא פארק בימים ההם האט אונז אויפגענומען זייער זויער ער האט גע'טענה'ט אז מיטן שטיצן אזעלכע צוועקן מיט גרויסע געלטער בויט מען חוסר אחריות אז מענטשן פארלאזן זיך אויף צדקה, און מ'קויפט נישט לייף אינשורענס וכו' און ער וועט געבן א סכם אבער נישט וואס מ'ערווארטעט. עס איז פארגעקומען א רוחניות'דיגע דעבאטע מיט ר' אי"ג ז"ל און יבלח"ט דעם איד אבער סהטא נישט קיין סאך אויסגעמאכט.
דערנאך האט מען אריבערגעברענגט דעם בוטשער סטאר ביכל פארן עושר און אים געוויזן (כ'מיין סאיז נאכנישט געווען קאמפיוטערייזט) אז יעדע וואך איז געווען א גאנצע דין ודברים מיטן נפטר צו מ'וועט אים יא קענען ארויס געבן פלייש אויף שבת אדער נישט, דער עושר האט זיך פארבינדן מיטן מענידזשער פערזענליך כ'געדענק נישט צו רעטעק איז שוין געווען אדער נאך פאר זיינע צייטן, עכ"פ ער האט געהאט מיט אים א לאנגע שמועס אויפן טעלעפאן מברר צו זיין די אמיתת הדברים, כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דער בוטשער האט פארציילט אבער כ'געדענק אז דער עושר האט זיך געווישט די טרערן ווען ער האט געהערט אז צוזאמען מיט אים האט געדאווענט א איד וואס האט יעדן פרייטאג געדאהג'עט וויאזוי וועט זיין טשיקן פאר שבת.
ער האט למעשה געגעבן צוויי דאללער פאר יעדן דאללער וואס מיר הבן געשאפן.
וואס כ'מיין ארויס צוברענגען אז ווען סאיז נישטא אויף שבת נישטא אויף מינימום קען מען נאך נישט טראכטן פון אויב און פון שפעטער.
הרבה הרבה יותר נשאר בקולמוס