וואס מען דארף טוהן ווען...

קאנסטראקשן, פלאמבינג און עלעקטריק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

וואס מען דארף טוהן ווען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך עפען אויף א אשכול צו פרעגען וואס מען דארף טוהן אין געוויסע מצבים, סיי אויב עס נאך נוגע יעצט וואס מען האט יעצט צו טוהן, און סיי אויב עס איז שוין מער נישט נוגע, אבער מען וויל וויסען וואס מען האט געדארפט צו טוהן, וזה החלי.

(דער מעשה עגבערט מיר אין קאפ)
א פאר יאר צוריק ביניך געשטאנען אויף א גאס ווי מען האט געהאלטען אין מיטען בויען א 30 שטאקיגען בנין ווארטענדיג דארט אז איינער זאל מיר אויף פיקען. נאך א פאר מיניט ווארטען קומט פליצלינג אראפ צו פליען א ריזיגער שטיק האלץ און פליט דורך מיר און פאלט א פאר פיס פון מיר.

פינקט איז אנגעקומען דער קאר און איך האב געמוזט גיין און נישט געקענט צו פיל אריין קלערען אז אפשר דארף איך דארט בלייבען און נישט צו לאזען אזא הפקירות. אויך איז מיר דורך א מחשבה אין קאפ אז מאן יימר אז עס איז געווען א עקסידענט און פינקט בטעות איז געקומען צו פליען א קלאץ פון אזוי הויעך; אפשר גאר איז עס געטוהן געווארען במכוון דורך א שונא ישראל א ארבעטער וואס האט געזעהן א אפערטוניטי און מיר געוואלט רח"ל הארגענען.

בשעת מעשה האביך געטראכט אז איך האב נישט קיין שום באווייז אז עס איז בכלל געשעהן (כ'האב נישט געקלערט אז עס זענען אפשר דא קעמערעס), און אוודאי נישט אז עס איז געטוהן געווארען במכוון דוקא צו א איד, איז האביך קיינמאל גארנישט געטוהן דערוועגען; אבער שוין צייט צו וויסען וואס דארף א מענטש טוהן אין אזא פאל זאל זיך ח"ו נישט טרעפען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דו קענסט רופן 311 און יענעם שאדן מאכן אין איין רגע מיליאונען און מער וועט עס נישט דארט פאסירן... מאך אבער פארדעם זיכער אז די אונער פון די בילדינג מיט די קאמפעניס וואס ארבעטן דארט און די קאנטראקטער מיט די מענידזשמענט זענען נישט קיין יודן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

און אויב איז איינער פון זיי יא א איד? איז ער שוין בארעכטיגט צו גע'הרג'עט ווערן ח"ו? נאר דעמאלטס איז 311 נישט קיין עצה. אבער וואס יא?
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:און אויב איז איינער פון זיי יא א איד? איז ער שוין בארעכטיגט צו גע'הרג'עט ווערן ח"ו? נאר דעמאלטס איז 311 נישט קיין עצה. אבער וואס יא?

ביי א יודישע קאמפעני געשענט נישט אזאנע זאכן. און אויב יא נעמט מען גראד קער אז ס'זאל נישט נאכאמאל פאסירן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
חצקאל דער לאצי
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:29 pm
לאקאציע: לאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקאל דער לאצי »

nmi האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:און אויב איז איינער פון זיי יא א איד? איז ער שוין בארעכטיגט צו גע'הרג'עט ווערן ח"ו? נאר דעמאלטס איז 311 נישט קיין עצה. אבער וואס יא?

ביי א יודישע קאמפעני געשענט נישט אזאנע זאכן. און אויב יא נעמט מען גראד קער אז ס'זאל נישט נאכאמאל פאסירן.


;l;p-
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כמעט ווי זיכער אז ס'נישט געבויעט געווארען פון א איד (ליתר שאת וועל איך בל"נ אריין קוקען) און וואלט פארשטייט זיך נישט פארמסר'ט א איד.

אויך למען האמת איז דענמאלט געווען א ווינט (אבער נישט א רוח שאינה מצויה), און ס'האט טאקע געקענט זיין א עקסידענט, און וועגען דעם טאקע האביך בשעתו גאר נישט געטוהן.

דער ווינט איז געווען א טובה פאר מיר און דער האלץ איז געפלויגען מיט די ווינט (ווי א ערעפלאן) איבער מיין קאפ א פאר פיס ביז עס האט געלאנדעט.

פארשטייט זיך אז אלעס איז מן השמים און כ'דאנק דער באשעפער פאר די ניסים און חסדים וואס ער האט געטוהן מיט מיר; נודה לך ונספר תהילתך, על חיינו המסורים בידך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

nmi האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:און אויב איז איינער פון זיי יא א איד? איז ער שוין בארעכטיגט צו גע'הרג'עט ווערן ח"ו? נאר דעמאלטס איז 311 נישט קיין עצה. אבער וואס יא?

ביי א יודישע קאמפעני געשענט נישט אזאנע זאכן. און אויב יא נעמט מען גראד קער אז ס'זאל נישט נאכאמאל פאסירן.

ס'זאל טאקע נישט געשען, וועגן דעם פרובירט מען טאקע אונטערצונעמען ווי מער סעיפטי זאכענעס... דערמאן איך מיך טאקע אז שפאצירנדיג אלס בחור'ל איז אינמיטן געקומען צו פליען השפעות טובות פון הימל און א שטיקל ציגל האט געטראסקעט אויף די ברעים פון מיין הוט, כ'האב געטראכט יא זאגן נישט זאגן פאר מיין טאטע, כ'ווייס נישט צו ער וואלט עפעס געטון דערוועגן, כ'האב שפעטער געטראכט אז אפשר וואלט איך געדארפט כאטש אוועקלייגן דעם שטיינדל, כ'האב פונקט געהאט געהערט אז איינער האט אוועקגעלייגט שטיינער מיטצולייגן לאחר מאוע"ש... אלנפאלס אפאר יאר שפעטער האט דער מסבב כל הסיבות צוגעפירט אז כ'האב מיך אריינגעצויגן בשעטומ"צ אין דעם הויז
שרייב תגובה

צוריק צו “קאנסטראקשן”